בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:49 am
דורך קאך_לעפל
יא יא ווארט נאר איין מינוט דיין ...............
או וויי איך וואלט ענדערש געדארפט איגנאאירן......

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:51 am
דורך טאמבל סאס
געפילטע פיש האט געשריבן:פונעם נ.ב. אינעם בריוו זעט מען אז ס'איז פשוט א פאוער גרעב, ער וויל קאנטראלירן די שומרים. ווי אויך זוכט מען צו פוינטער פינגערס און באשולדיגן שומרים אויף די לעצטיגע אנטיסעמיטיזם, ווען די עכטע אויפברויז איז געקומען ווען עקסטרעמיסטן האבן אויפגעהאנגן שילדן וואס הייסן פרויען גיין אויף די אנדערע זייט גאס.

אינטרעסאנט אז אין די אפיציעלע לעטער זענען זיינע ווערטער פון אונטן -- וואס טוען פארשלאגן א וועג ארויס אויב וועלן זיי קומען פארהאנדלען און מאכן תנאים והגבלות -- אוועקגענומען. מסתמא האבן די פארטיי סטראטעגיסטן אים אזוי געצה'ט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:48 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל: ייש"כ. דו האסט ריכטיג ארויס דעם מצב מיט די שומרים. דאס וואס ר' קאך-לעפל זאגט אז היינט פעלט שוין נישט אויס שומרים, איז א ביסל מוגזם. כמו שביארת...!
נאר איך טענה נאכאלץ, אז איינס פון די סיבות וועלכע רייצן אן די גוי'אישע אנטיסעמיטן אין לאנדאן, איז אז די דארטיגע שומרים פארן ארום מיט קארס וועלכע זעען אויס ממש אינגאנצן ווי פאליס קארס. און דאס צושפיעלט די פאנטאזיע ביי די גויים אז די אידן האבן די זעלבע מאכט ווי די פאליס. וואס איז דאך זיכער נישט אמת. און ס'איז טאקע אן איבעריגע זאך. ווייל זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט ארומפארן מיט זייערע אייגענע, אן מארקעד קארס. אזוי ווי די שומרים אין ניו יארק...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 3:27 pm
דורך [NAMELESS]
@בערל שוין דיין צווייטער ש'כוח היינט, ש'כוח פאר פאר דיינע שכוח'ס ס'איז אויך דא א קנעפל ווי מען קען עס זאגן אין קורצען

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 4:01 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:@בערל שוין דיין צווייטער ש'כוח היינט, ש'כוח פאר פאר דיינע שכוח'ס ס'איז אויך דא א קנעפל ווי מען קען עס זאגן אין קורצען

שוין געזאגט: עיין שם... :lol:

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 4:08 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:@בערל שוין דיין צווייטער ש'כוח היינט, ש'כוח פאר פאר דיינע שכוח'ס ס'איז אויך דא א קנעפל ווי מען קען עס זאגן אין קורצען

שוין געזאגט: עיין שם... :lol:

i dont get it

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל: איך זעה אז דו ביסט אן אונגערישער... וועל איך עס היינט (נאכאמאל) מסביר זיין. אפשר וועסטו עס כאפן אין א צוויי וואכן ארום.
והנה: דו זאגסט אז מ'קען זאגן יישר כח אויף א קורצן וועג. דהיינו. געבן א "לייק". האביך דיר געענטפערט אז כ'האב שוין אזוי געטון...קאפטשאל...?
נאר עטליכע פון די לייקס זענען פליישיג. און א פאר אנדערע זענען פארווע. די פליישיגע קענסטו נעמען און אריינווארפן אין טשאלנט אריין... :lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 6:47 am
דורך איטשע
מפי השמועה שמענו אז ר׳ יוסף בנימין האט זיך פארשטענדיגט מיט ר׳ יוסל פאדווא, דער אפיציעלע רב פון די לאנדאנער שומרים, און ער האט צוריק געצויגן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:24 am
דורך ציבעלע-קיגל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איז די שומרים ארגעניזאציע א התגרות באומות ? ,

עס ווענדט זיך. אויב סאקמר אדער זייער נאך פאלגער האבען עס געגרינדעט, מוז מען זאגען ניין. ווייל ווי מיר אלע ווייסען אז נאר "זיי" מעגן און אויב איינער אנדערש טוהט סיי וואס צו לטוב אדער ח"ו פארקערט רוקען זיי זיך אן מיט זייער פרומע שטיק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:30 am
דורך [NAMELESS]
נישט קיין שיינע זאך אן צו שמירן הונדערטער מענטשן מיט ציממערמאן'ס משוגעת'ן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:46 am
דורך שמעקעדיג
מיין מאגן איז לעצטנס ערנסט פארדארבן פון די ציבעלע קוגל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:05 am
דורך לית דין בר נש
איטשע האט געשריבן:מפי השמועה שמענו אז ר׳ יוסף בנימין האט זיך פארשטענדיגט מיט ר׳ יוסל פאדווא, דער אפיציעלע רב פון די לאנדאנער שומרים, און ער האט צוריק געצויגן.

איך קען נישט גלייבן ער האט אפגעשריבן א גאנצע בריוו אהן רעדן צו די רב פון די ארגיניזאציע פריער? הזאת נעמי?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:14 am
דורך יאיר
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי ר' בערל שרייבט אויבן, כ'געדענק נאך ווען שומרים האט זיך געגרינדעט, נאכן ליידן ציפקע צרות פון די גוי'אישע שכנים וועלכע האבן טעראריזירט די אידישע שכונה אין וויליפעסט, און ווען מען האט געקאלט די פאליציי זיי אויפצואוועקן פון זייער שלאף זענען זיי קודם געגאנגען אויספאסטן אויף אפאר סלייסעס פיצא, און זענען אנגעקומען ווי א שירעם נאכן רעגן, די קריים ראטע איז ארויף סכנה'דיג הויך, האט מען דאן געגרינדעט די שומרים אלס "זעלבסט-שוץ", זעלבסט פארטיידיגונג, נישט צוליב התגרות באומות, נאר איה"נ אנגעהויבן האט זיך עס אז זיי פלעגן בכבודם ובעצמם דערלאנגען די שקצים מיט די פויסטן כראוי וכיאות, דאס איז טאקע געווען אביסל טו-מאטש (הגם באותה שעה איז עס געווען העכסט פאסיג און וויכטיג), היינט צו טאגס העלפן זיי נאר די פאליציי, און נאך פונקציעס ווי העלפן זוכן פארלוירענע מענטשן, עפענען טירן פאר אויסגעשפארטע (חברים האט שוין אפשר איבערגענומען דעם חלק) אא"וו, ממילא די ווארט התגרות באומות קומט נישט אריין דא, קיינער זוכט נישט צו רייצן קיין פעלקער, לא מיני' ולא מקצתי', אדרבה מי יתן והי' עס זאל זיין רואיג און מען זאל לעבן בשלום.

איך געדענק נאך ווען אידישע קינדער האבן געליטן פון פאגראמען און רציחות אין פוילן און רוסלאנד, האט מען אפגעמאכט מען מוז גיין קיין ארץ ישראל און זיך מאכן אן אייגענע לאנד און זיך אליין באשיצן. מען האט טאקע דעמאלט געגרינדעט די הגנה, און יעדער איינער וואס האט געשטערט דאס זיכערקייט פון דעם לאנד האט מען צוריקגעגעבן מנה אחת אפים. סאיז טאקע געווען אביסל צופיל, אבער התגרות באומות קען מען דאס נישט רופן ווייל סאיז געווען אין זעלבסטשוץ. מי יתן אידן זאלן לעבן בשלום ובשלוה און מען זאל קענען אראפלייגן דאס געווער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:41 am
דורך בר דעת
זינט ווען איז התגרות באומות אן איסור? וויפיל מאל ווערט זי געברענגט אין ספרי קודש פאר די תקופה פונעם סאטמאר רב? סאטמארער חסידים זאלן טאקע נישט גיין, אזוי ווי סקווערע חסידים זאלן נישט גיין אין א פלאץ ווי מען עסט נישט צוויבל קיגל, אבער וואס איז דא די וויכוח כאילו אז התגרות באומות איז א הלכה אין שולחן ערוך? עס איז בסך הכל א אגדתא גמרא און נאך סאך ווייניגער וויכטיג ווי די גמרא וואס מיר האבן געלערנט אלס קינד אז הנותן מתנה לחברו צריך להודיע און דעריבער ווען א שכן געט א פינאט באטער סענדוויטש זאל ער אנשמירן פינאט באטער אויף די שטערן. יא, עס איז א גמרא אבער כלל ישראל האט נישט אנגענומען אלס א וויכטיגע מצוה נאר אלס אזא עניין וואס אויב איינער דערמאנט ער זיך טוט ער עס. זיכער איז שלאגן כפרות הארבער ווי התגרות באומות ווייל עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך מה שיש לוקחים כפרות אין לעשות כן. בקיצור, א סאטמארער איד דארף לשיטתם נישט זיין א שומרים מעמבער אבער עס האט גארנישט מיט כלל ישראל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:51 am
דורך גדעון
איך האב אמאל געהאט א ווערבאלע, ציווילע געפעכט מיט אן ערל וועגן ביזנעס, די טענער זענען טאקע געווען הויעך אבער ס׳האט ווייט נישט געהאלטן ביי ״הענט און פוס״

מיר האבן שוין כמעט געהאלטן ביים זיך דורעכקומען ווי נארמאלע מענטשן, ווען פלוצלינג רוקן זיך אן אומגעבעטן די הויעכגעשעצטע לעלוס מיטן גאנצן טאראראם, בלאקן אפ די גאס מיט זייערע קארס, און הייבן אן צו קאמאנדעווען ווי א מענעזשער אין בי ענד עיזש.

״וואטס גאוינג אן״ פרעגן זיי מיט א טאן פון אוטאריטעט און תוכד״ד רופן זיי שוין פאר ״בעקאפ״

צו מאכן די געשיכטע קורץ, ״געגעבן די קאלטע פלייצע״ איז א אונטערמעלדונג, איך האב זיי שיין משלח געווען פאר די אויגן פון די נייגעריגע אודיענץ.

ווער ס׳האט זיי גערופן איז פארבליבן א מיסטעריע ביזן דיזן טאגע

יא התגרות נישט התגרות, שוין די העכסטע צייט צו פארמאכן די רעליגיעזע פאליציי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:29 am
דורך איטשע
לית דין בר נש האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:מפי השמועה שמענו אז ר׳ יוסף בנימין האט זיך פארשטענדיגט מיט ר׳ יוסל פאדווא, דער אפיציעלע רב פון די לאנדאנער שומרים, און ער האט צוריק געצויגן.

איך קען נישט גלייבן ער האט אפגעשריבן א גאנצע בריוו אהן רעדן צו די רב פון די ארגיניזאציע פריער? הזאת נעמי?


הוא אשר דברתי/כתבתי: ״מפי השמועה שמענו״.
למעשה איז עס בבחינת היינו טעמא דוועלוויל שמעלצר, היינו טעמא דשומרים.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 12:13 pm
דורך בר דעת
וועלוול שמעלצער מאן דכר שמיה?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:21 pm
דורך קרעקער
איך קען א רב אין ב"פ וואס ער האט געסטראשעט הצלה אויב זיי וועלען עם נישט נעמען אלס איינס פון זייער רבנים וועט ער ארויסקימען קעגען זיי
ער איז א באקאנטער נוקם ונוטר

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 12:01 pm
דורך הקטן
בר דעת האט געשריבן:זינט ווען איז התגרות באומות אן איסור? וויפיל מאל ווערט זי געברענגט אין ספרי קודש פאר די תקופה פונעם סאטמאר רב? סאטמארער חסידים זאלן טאקע נישט גיין, אזוי ווי סקווערע חסידים זאלן נישט גיין אין א פלאץ ווי מען עסט נישט צוויבל קיגל, אבער וואס איז דא די וויכוח כאילו אז התגרות באומות איז א הלכה אין שולחן ערוך? עס איז בסך הכל א אגדתא גמרא און נאך סאך ווייניגער וויכטיג ווי די גמרא וואס מיר האבן געלערנט אלס קינד אז הנותן מתנה לחברו צריך להודיע און דעריבער ווען א שכן געט א פינאט באטער סענדוויטש זאל ער אנשמירן פינאט באטער אויף די שטערן. יא, עס איז א גמרא אבער כלל ישראל האט נישט אנגענומען אלס א וויכטיגע מצוה נאר אלס אזא עניין וואס אויב איינער דערמאנט ער זיך טוט ער עס. זיכער איז שלאגן כפרות הארבער ווי התגרות באומות ווייל עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך מה שיש לוקחים כפרות אין לעשות כן. בקיצור, א סאטמארער איד דארף לשיטתם נישט זיין א שומרים מעמבער אבער עס האט גארנישט מיט כלל ישראל

דאס איז טאקע די שאלה, אויב נעם איך אן יא וואו סאטמער רב איז דאס אויך ניכלל אין התגרות באומות אדער נאר אויב מען איז זיך מתגרר מיט א פאלק און נישט מיט אן איינצעלע גוי
וואו וועט זיין די הלכה אויב קאנגראס האלט מיט דער איד אין די פרעזידענט האלט אנדערש -

דאס אלס זענען open ends וואס סאטמער רב האט געלאזט אז מיר זאלן דאס קענען דיבעטן

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 12:12 pm
דורך מאטי
און וואס איז די הלכה אויב איין גוי'שע אומה צווינגט אידן על פי חוק צו התגרות אויף א צווייטע גוי'שע אומה, און אויב מ'פאלגט נישט, ווערט אן התגרות אויפן ערשטן אומה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:34 am
דורך איטשע
בר דעת האט געשריבן:וועלוול שמעלצער מאן דכר שמיה?

וועלוועל מאכט שוין עטליכע יאר ניטל, עפעס א פרעזענטעישען פאר קינדער בהסכמת הרבנים והמנהלים.
דעמאלטס האט רי״ב אויך געהאנגען זיין נעגעטיווע מיינונג אין דער גאנצע שטאט (הגם דאסמאל האט ער עס נאר געהאנגען אין סאטמאר - דאכט זיך, אז ס׳האט גאר געהאנגען ביי ביידע פראקציעס).

נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 10:16 pm
דורך ווארט זאגער
לויט ווי איך האב געהערט איז געווארען שרעקליך די מצב אין ענגלאנד וועגן שומרים געוויסע גוים וואס וואוינען אין די געגנט האבן אנגעהויבן פארפלייצען די אינטערנעט מיט רופן צו פראטעסטן אקעגן יודען זיי שרייבן אז זיי זענען אין גלות ביי די יודען למשל פורים שפארען שומרים אפ די גאסען און זיי מישן זיך אריין אין סכסוכים פון גוים מיט גוים, זיי האבן צושפרייט אנטעסעמיטישע לאזנגען אקעגן יודען נאך פון די צייטן פון מיטל אלטער, און ווען הרב וואזנער האט געהערט פון עסקנים די מצב האט ער זיך אריין געלייגט דערין און ער האלט אז די שומרים טוען וואס זיי ווילן אן קיין שום רבנישע אויטאריטעט און זיי זענען שוין ארויס פון די גלייזען און מ'דארף זיי שטעלן אין פלאץ.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 11:15 am
דורך Kool man
הקטן האט געשריבן:ר' משה בער בעק האט געשריבן וועגן דעם א גאנץ חיבור מיטן נאמן שוא שקד שומר.


ריכטיג, הרב בעק איז דעמאלץ ארומגעלאפען צו אלע רעכטע און עקסטרעמע רבנים און אדמורי"ם, און קיין איינער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו דעם מערכה, קיינער האט נישט געהאלטען אז ס'איז התגרות, קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שומרים.

קאך לעפעל, לדיוקא בעלמא, שומרים איז נתייסד געווארען אין די פריע תש"מ יארען [נישט כ' יארען].