בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:04 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:וואס זעהט מען דא? זאמד?

וואו איז קוריאסיטי?

זיי האבן היילייטעד די פלאץ ארום אין בלוי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:43 pm
דורך יידל
די זון האט די וואך אויפגעשיינט איבער אנטארקטיקא. די לעצטע שקיעה אין אנארקטיקא איז געווען מאי 4 און איצטער, 4 און א האלב חדשים שפעטער איז געווען זריחה. די בילד איז געכאפט געווארן דורך א פארשער אלעקסאנדער קומער וואס וואוינט שוין אין אנארקטיקא פאר איבער א האלבע יאר זאגט אז ער האט זיך אזוי געבענקט צום זון אז ער האט געמוזט כאפן א בילד פון די ערשטע שטראלן
בילד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:10 am
דורך יידל
א סאלאר פראמענאנץ וואס שוועבט שוין אין די זון'ס אטמאספערע זינט אנהייב אוגוסט האט אויפגעפלאקערט דעם פארגאנגענעם אוגוסט 31, פלינדיג 500,000 מייל אריין אין ספעיס. אט איז א בילד:

בילד

די אויפפלאקערונג האט אביסל אויפגעשאקעלט די וועלט'ס מאגנעטאספערע און האט געברענגט צו אט די וואונדערבארע מחזה אין טיילן פון די וועלט (בילד פון ווייטהארס, יוקאן, קאנאדע אום סעפטעמבער 3)

בילד

קרעדיט: זר זהב

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 2:06 pm
דורך יידל
נאסא האט פארעפנטליכט א נייע בילד פון די צפון אמעריקאנעם קאנטינענט אין די נאכט שעות.

בילד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 2:10 pm
דורך יידל
און דא איז פון אפריקע און אייראפע. מערקט ישראל (די לאנד).

בילד

און דא פון אזיא און אוסטראליע

בילד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 2:19 pm
דורך ונבנתה העיר
אין ישראל איז עפעס שלא בערך ליכטיגער ווי ביי די שכנים, הי' אור במושבותם.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:08 pm
דורך יידל
יעדע יאר האט נעשאנעל דזשיאגראפיקס א בילדער קאנטעסט און זיי וועלן אויס א געווינער אין דריי קאטאגאריעס: נאטור, פלעצער און מענטשן. קרוב צו 22,000 בילדער זענען היי יאר אריין אינעם קאנטעסט (איר קענט דא זען אלע 22,000 בילדער, איינס מער אויגן-פארכאפנד פון צווייטן), און דריי ריכטערס האבן אויסגעוועלט די געווינער באזירט אויף קריעטיוויטעט און קוואליטעט פון די בילדער.

אט איז דער בילד וואס האט געוואונען ערשטע פלאץ אין די קאטאגאריע פון נאטור און די גרענד פרייז פון אלע בילדער:

בילד

דאס בילד "די עקספלאזיע" האט פאטאגראפירערין עשלי ווינסענט געכאפט פון א נקיבה טיגער מיטן נאמען בוסבא אין א טיר גארטן אין טיילאנד ווי זי שאקלט זיך אפ פון די וואסער נאכן כאפן א שווים.

די ראננער אפס אינעם נאטור קאטאגאריע זענען די פאלגענדע פיר בילדער:

בילד
טויזענטע פיש שווימען באנאזאם אין די וואסערן פון אידיאנעזיע. פאטאגראפירער: פראנסיסקא האליאנטא

בילד
א ווילדער ברוינער בער אין אלאסקא גראבט פאר עסן. פאטאגראפירער: דזשעיסאן טשינג.

בילד
א שטיקל אייז איז פארשוועמט געווארן אויפן יבשה, א ביטש אין אייסלענד. פאטאגראפירער: עריק גוטה

בילד
א רויטער פאקס האט מיט זיין אויסערגעווענליכע חוש השמיעה דערשנאפט א מייזל לויפן אונטער צוויי פוס שניי. דער פאקס גוט א שפרינג ארויף אין די לופטן און פאלט אריין, קאפ ערשט, אינעם שניי, כאפנדיג דעם מייז אונטערן שניי. ווייאמינג, אמעריקע. פאטאגראפירער: מיכאל איסטמאן

דאס פאלגנד בילד האט דער עולם (וועלכע האט געקענט וואוטן אויף די נענשאנעל דזשיאגראפיקס סייט) אויסגעקליבן:

בילד
אין א נאטור רעזערוו אין קעניע, א מוטער לעמפערט מיטן נאמען "מאלייקא" מיט איר קינד. פאטאגראפירער: סאנדזשיוו בהאר.

די געווינער פאר די קאטאגאריע פון פלעצער איז דאס:

בילד

א בילד פון מאטטערהארן (א בארג אין די שווייצע אלפס), וועלכע איז איבער 14,000 פוס הויך. בילד איז געכאפט געווארן דורך נענאד Saljic.

ראננער אפס אין דעם קאטאגאריע פון פלעצער איז דער בילד:

בילד
דער אייפל טורעם אין פאריז אין א רעגנדיגער, אנגעזעצטער טאג. פאטאגראפירער: אינדרא סווארי וואנאווידאדזשאודזשאו

און דער בילד האט דער עולם אויסגעקליבן אלץ געווינער:

בילד
קריכענדיג אין קאנאדישע בערג, מאכט מען וואסער צו טרונקן דורך אפהאקן א שטיקל אייז און דאס אויפלאזן. פאטאגראפירער: אדאם קויש

די געווינער אין די "מענטשן" קאטאגאריע:

בילד

געכאפט געווארן דורך מיכה אלבערט אין קעניע. שפעט נאכמיטאג ווערן די פרויען אין דעם קעניער שטעטל ערלויבט צו גיין זוכן עסן און ווערטפולע זאכן אין די שטאטשיע גארבעדזש דאמפֹ.

ראננער אפס אין מענטשן קאטאגאריע:

בילד
אין א מענטל העלט קליניק אין אינדיאנעזיע בינדט מען צו מענטשן צו שטאנגן כדי זיי זאלן נישט שעדיגן אנדערע. פאטאדזשורנאליסט: ווענדל פיליפס

בילד
סטילט פישינג אין שרי לאנקא. פאטאגראפירער: אורליך לאמבארט

בילד
דרעגאן שיפלען אין כינע. פאטאגראפירער: קוואן קא שינג

פאפולערע וואוט געווינער:

בילד
עקספלארער אין נארוועגן. פאטאגראפירער: קעי-אטא מילעאו

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 4:32 am
דורך שמעקעדיג
צי גיבן זיי אן די סיבה פארוואס די דאזיגע בילדער געווינען?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:30 pm
דורך יידל
עס זענען דא דריי ריכטערס. היי יאר זענען די ריכטערס געווען קריסטין זייגלער, גערד לודוויג און דעבי קעפרי. די ריכטערס קלויבן קודם אויס צען בילדער אין יעדע קאטאגאריע באזירט אויף דריי פאקטארן. קריעטיוויטעט, קוואליטעט פונעם בילד און "דזשיניעס/אמת'דיגקייט" פונעם בילד. דאס הייסט אז סתם א שיינע בילד פון אן עלעפאנט וועט נישט געוואונען. די בילד דארף האבן א שטארקע חידוש, אן אויסטרעף, א דערהער. וויבאלד די ריכטערס זענען פאטאגראפירער, גלייב איך אז זיי קענען זען אויף א בילד ווי סאך קריעטיוויטעט ליגט דערין.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:21 pm
דורך יידל
א הערליכע זון אונטערגאנג.... אויף מארס! געכאפט געווארן 6:07 נאכמיטאג מאי 19 אין 2006. קרעדיט: נאסא'ס ראווער "ספיריט"

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 11:49 am
דורך זר זהב
אויב פארשטיי איך גוט זעהט מען אויך די לבנה צווישן די רינגען

http://www.jpl.nasa.gov/news/news.php?release=2013-229

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 11:40 pm
דורך ונבנתה העיר
סופר ומונה האט געשריבן:פלאנעט ערד זעט אויס ווי א בלאס-בלאען פלעק

עס דערמאנט מיר פון דעם בילד הנקרא Pale Blue Dot.

אין 1990, ווען וואויעדזער וואן [וואס איך האב דא באשריבן] האט געענדיגט איהר הויפט מיסיע, האט נאסא - לויט דעם פארלאנג פון קארל סעיגן - געהייסן וואויעדזער עס זאל אויסדרייען איהר קעמרע און כאפן דעם בילד פון אונזער פלאנעט אלס א חלק פון די סאלאר-סיסטעם פאמיליע בילד, סעיגן האט מיט עטליכע יאהר שפעטער גענוצט די נאמען פון דעם בילד פאר זיינס א בוך.

די בילד איז געכאפט געווארן פון 3.7 ביליאן מייל אוועק און אונזער וועלט פארנעמט בסך הכל 0.12 פיקסעלעס, און ווי סעיגן האט זיך אויסגעדרוקט: די גאנצע מענטשליכע היסטאריע האט זיך אפגעשפילט אויף דעם קליינעם פיקסעל.

דא איז דער בילד - אונזער וועלט איז דער בלוי-ווייסער פינטל אינמיטן דער ברוינער סטרייפ אויף די רעכטע זייט.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:31 am
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:
סופר ומונה האט געשריבן:פלאנעט ערד זעט אויס ווי א בלאס-בלאען פלעק

עס דערמאנט מיר פון דעם בילד הנקרא Pale Blue Dot.

viewtopic.php?p=84746#p84746

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 am
דורך מי אני
דאס זענען ארטיסטישע ווערק מיט א וויסענשאפטליכן טעם.

1). אלברעכט דורער׳ס מעלענכאליע, וואס אנהאלט א מעדזשיק סקווער [וואו צאמרעכענען אלע זייטן וועלן אויסקומען צום זעלבן סומע].

2). ווינסענט ווען גאו׳ס באקאנטע די שטערענדיגע נאכט, וואס דער קאסמאלאגיסט דזשאן בעראו טענה׳ט איז געווארן אינספירירט פון וויליאם פארסאן׳ס מאלעריי פונ׳ם ווירלפול געלעקסי.

3). קוואנטום מענטש פון דזשוליען וואס-אנדרעי.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 9:33 am
דורך מי אני
אז מ׳האט דערמאנט דעם מעדזשיק סקווער בנוגע נומערן, איז דא דעם סעטאר סקווער בנוגע [לאטיינישע] ווערטער.
5E7F5A5C-66EE-451C-9166-6FB300D90997.jpeg

דאס זענען 5 ווערטער און 5 שורות, וואס די ערשטע שורה איז א פּאלינדרוים [א ווארט וואס מ׳קען ליינען צוריקצווועגס] פון די פיפטע שורה, די צווייטע פון די פערטע, און די דריטע פון זיך אליינס. דאס איז סיי אין די ברייט און סיי אין די הייעך.

דאס איז א פּאלינדרוימיק [אהין און צוריק] פאל אינעם פעלד פון לאגאלאגיע [שפילען/חכמות מיט ווערטער] (אין לינגואיסטיקס) בנוגע ווערטער סקווערס בכלל. דאס איז ווען איך האב א סקווער וואו איך שטעל אויס ווערטער איינס העכער דעם צווייטן וואס עס קומט אויס אז איך קען זיי ליינען סיי אין די ברייט און סיי פון אויבן אראפ. דאס איז למשל אזא סארט סקווער פון ווערטער פון 5 אותיות:
F3F37943-95C3-47F2-B340-FFB11258A540.jpeg

מ׳האט געטראפן ביז 10. אבער א סקווער פון 10 האט מען נאך נישט געטראפן.

עס קענען אויך זיין סתם אזוי ווערטער סקווערס וואו די ווערטער פון אויבן-אראפ זענען אנדערש וואו די פון די ברייט. אין אזא פאל קען מען אויך מאכן אז די אלכסון'ען זענען אויך ווערטער. דעמאלטס קען אויך זיין ווערטער רעקטענגעלס וואו די צאל אותיות-ווערטער פון אויבן-אראפ זענען אנדערש וואו די צאל פון די אין די ברייט.

Re: בילדער - אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 10:22 pm
דורך פאליטיקאנט
וואו!

כ'האב לעצטנס געקוקט די מאווי Tenet דירעקטירט דורך קריסטאפער נאלען, עס איז זייער טיף און קאמפליצירט (אזויווי אלע זיינע פילמס), תכלית יעצט נאכן זען @מי אני'ס פאוסט מיט דעם פאלינדראום האט מיך געכאפט די מיטלסטע ווארט "Tenet" און ווי אויך אז איינע פון די הויפט כאראקטערס אינעם מאווי הייסט "Sator"....
א שנעלע גוגל זיך האט מיך געברענגט צו דעם ארטיקל
https://www.google.com/amp/s/www.vox.co ... uare-nolan
אויב האט איר געזען דעם מאווי, ליינט עס דורך.

דער נאלען האט עס!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 6:09 pm
דורך מנחם ציון
מי אני האט געשריבן:אז מ׳האט דערמאנט דעם מעדזשיק סקווער בנוגע נומערן, איז דא דעם סעטאר סקווער בנוגע [לאטיינישע] ווערטער.
5E7F5A5C-66EE-451C-9166-6FB300D90997.jpeg

דאס זענען 5 ווערטער און 5 שורות, וואס די ערשטע שורה איז א פּאלינדרוים [א ווארט וואס מ׳קען ליינען צוריקצווועגס] פון די פיפטע שורה, די צווייטע פון די פערטע, און די דריטע פון זיך אליינס. דאס איז סיי אין די ברייט און סיי אין די הייעך.

דאס איז א פּאלינדרוימיק [אהין און צוריק] פאל אינעם פעלד פון לאגאלאגיע [שפילען/חכמות מיט ווערטער] (אין לינגואיסטיקס) בנוגע ווערטער סקווערס בכלל. דאס איז ווען איך האב א סקווער וואו איך שטעל אויס ווערטער איינס העכער דעם צווייטן וואס עס קומט אויס אז איך קען זיי ליינען סיי אין די ברייט און סיי פון אויבן אראפ. דאס איז למשל אזא סארט סקווער פון ווערטער פון 5 אותיות:
F3F37943-95C3-47F2-B340-FFB11258A540.jpeg

מ׳האט געטראפן ביז 10. אבער א סקווער פון 10 האט מען נאך נישט געטראפן.

עס קענען אויך זיין סתם אזוי ווערטער סקווערס וואו די ווערטער פון אויבן-אראפ זענען אנדערש וואו די פון די ברייט. אין אזא פאל קען מען אויך מאכן אז די אלכסון'ען זענען אויך ווערטער. דעמאלטס קען אויך זיין ווערטער רעקטענגעלס וואו די צאל אותיות-ווערטער פון אויבן-אראפ זענען אנדערש וואו די צאל פון די אין די ברייט.

ס'איז דא דער באקאנטער פאלינדרום פונעם אבן עזרא געבויעט אויף א לעגענדע
איינער האט אים געפרעגט אויף ווערים וועלכע פאלן אריין אין האניג אויב מען מעג עסן די האניג האט ער צוריקגעשריבן די תשובה מיט א פאלינדרום
Capture.PNG


ווי אויך זענען פארהאן תפילות און שירים פון אים אויף דעם שטייגער


-------------
אויף די וויקי בלאט האב איך געראפן איינס
"אָבִי, אֵל חַי שִׁמְךָ, לָמָּה מֶלֶךְ מָשִׁיחַ לֹא יָבֹא?"


און די תשובה דערויף
"דְּעוּ מֵאֲבִיכֶם כִּי לֹא בּוֹשׁ אֱבוֹש, שׁוּב אָשׁוּב אֲלֵיכֶם כִּי בָא מוֹעֵד!"

-----------------

א היינטיגע זיסע שטיקל האבן זיי דארט
רַק פּוּשְׁטָק עָלוּב בּוֹלֵעַ קֶטְשׁוֹפּ קַר
...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 11:40 pm
דורך אפטעמיסט
וואו איז די טאלאנט אוועק געלאפן :(

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:31 pm
דורך מנחם ציון
אגב האב איך מיר דערמאנט פאריגע וואך ווען מען האט געליינט אם יבוא עשו אל המחנה האחת והכהו


ס'איז באקאנט פאלינדרום ווערטער א שטייגער ווי דוד, נתן, ישי, דאס מערסט באקאנטע איז ונתנו וואס גייט אהין און צוריק

ס'איז וויכטיג אנצוצייכענען אז והכהו גייט אויך אהין און צוריק.......כמשמעו וכמדרשו...וד"ל