בלאט 2 פון 7

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:13 am
דורך מרקד אתלת
דאס איז נישט די צורה פון די באקאנטע בילד פון ח"ח
אויך דאס וואס מען שרייבט אז דער בחור איז רבי שלמה מבאבאוב צ"ע

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:15 am
דורך מנחם
מרקד אתלת האט געשריבן:דאס איז נישט די צורה פון די באקאנטע בילד פון ח"ח

קלאר די זעלבע.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:53 am
דורך נופת צופים
מנחם האט געשריבן:
מרקד אתלת האט געשריבן:דאס איז נישט די צורה פון די באקאנטע בילד פון ח"ח

קלאר די זעלבע.

קלאר די זעלבע. אבער ס'איז נישט מוכרח אז דאס איז דער חפץ חיים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:54 am
דורך ישראל קאפקע
מרקד אתלת האט געשריבן:דאס איז נישט די צורה פון די באקאנטע בילד פון ח"ח
אויך דאס וואס מען שרייבט אז דער בחור איז רבי שלמה מבאבאוב צ"ע

קיין צווייפל אלע דריי זענען די חפץ חיים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:24 am
דורך קאצקע ציקער
איך מיין אז מען זעהט אויך ר'מאיר שפירא זצ"ל
מאכט סענס?

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:38 am
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:
פישלע העררינג האט געשריבן:אויב איז דאס רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן, און נישט דער שוחט, איז די באקאנטע בילד נתאמת. אויב איז דאס דער שוחט דאן איז נתאמתו דברי הליוזנאי.

בין כך ובין כך, תשו"ח לונבנתה העיר!

מען באגלייט אים ווי די זקן צדיקי הדור, נישט ווי א ליאזשנער קצב!


בשעת דער ליאזשנער האט געהאקט האט מען נאך געקענט צווייפלען, היינט דארף מען קריכן אויף די רעדער פון מרכבות פרעה צו זאגן אז עס איז נישט דער חפץ חיים.

אפילו בשעת דער ליאזנער האט געהאקט, זענען נארמאלע מענטשן נישט נתפעל געווארן פון דעם לץ...! מ'האט אייביג געהאלטן אז די באקאנטע בילד איז אויטענטיש. פון חפץ חיים...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:34 am
דורך פלעין יודיש
אזא שטרענגע גבאי האט דער ח"ח געהאט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:32 am
דורך מוזיקאנט
איבעראשענד!!

מערקטס אן ווי גלייך ביים אנהויב שאקלט ער אפ זיין גבאי וואס וויל איהם פיזיש אנהאלטן ביי די הענט. ער מאכט אזא תנועה מיט די פלייצעס און גליטשט יענעם אראפ.

זיינע טריט זענען די טריט פון א ראש ישיבה / גדול הדור וואס האט ביטוח עצמי אז מען וועט איהם נישט ארומשטיפען אפילו אז ער קוקט נישט ווי ער גייט.

יענער הויכע יונגערמאן מיט דער ברייטע קאפאלוטש איז געוויס "נישט" מהר"ש השני מבאבוב. א) מהר"ש איז געבוירן תרס"ח, און אין תרפ"ג איז ער געוועהן א 15 יעריגע בחור'ל, זיכער נישט א שליח מיוחד צום כנסיה. ב) מהר"ש איז געגאנגען אנגעטוהן מיט שווארצע שיך נ' זאקן, מה שאין כן יענער אויפ'ן ווידאו. ג) מהר"ש האט געהאט שארפע בולט'דיגע פנים פיטשערס, יענער האט מער א רונדיגע און ווייניגער טשיסעלד פנים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:36 am
דורך לית דין בר נש
יישר כח ונבנתה די הרגשים וואס מען שפירט ביי זעהן די ווידיאו קען מען נישט אראפ שרייבן די מחשבה לויפט מוראדיג שנעל
איך וואלט גיקענט אראפשרייבן צעהן בלעטער פון וואס איך האב אלץ געטראכט בשעת'ן זעהן די ווידיאו סיי די רבנים און סיי די פשוטי המון עם

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:54 am
דורך מרקד אתלת
לאמיר אנפאנגען: די געפיל וואס וואלטן די מענטשן מיט זייער גאנצע מעכטיגקייט געטראכט ווען זיי זאלן וויסן וואס גייט קומען אויף זיי און אפאר יאר
די זריזות מיט וואס די רבנים גייען
די תמימות'דיגע ערנסקייט אין די אידאלגיע וואס שיינט ארויס פון זייערע פנים.
די שטאלצקיט און מעכטיגקייט וואס דערקענט זיך אויף די ראשי העסקנים איז עפעס וואס מעזעט נישט היינט
ועל כולם די יראת הכבוד פארן פאטעגרעפער

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:12 pm
דורך יאיר
א גרויסן יישר כח, ונבנתה. נישטא קיין ווערטער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:23 pm
דורך ונבנתה העיר
ואני, בתומי, בין אין שאק ווי די וועלט דרייעט זיך דערמיט, און עס פאלט קיינעם ביי צו געבן קרעדיט פארן מקור ראשון.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:24 pm
דורך מרקד אתלת
מען האט דאך געוואלט געבן קרעדיט, ובאו העצמות העבשות און מען האט דאס אויסגעמעקט
און פון ווי נעמט דאס מקור ראשון אליינס?

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:33 pm
דורך בר דעת
ישר כח ונבנתה, עס קומט דיר קרעדיט, אדער די האסטו עס אויך באקומען פון איינעם און געפארווארדט?
אויב קומט דיר די קרעדיט וועל איך שוין מפרסם זיין ווי איך קען. און עס קומט דיר באמת, כל הכבוד

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:37 pm
דורך ונבנתה העיר
איינער האט עס שוין געטראפן א צייט צוריק און געהאלטן דעם סוד ביי זיך מחמת חשבונות.

א חבר מיינער האט עס געטראפן נעכטן און איך האב עס מפרסם געווען פאר די וועלט.

עס וועט קיין שום וואטסעפפ וכו' זיין פאר די זייגער פון דעם אשכול.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:40 pm
דורך פישלע העררינג
ווען דו געבסט עס מיך פריער לייג איך ארויף א וואטער-מארק "כל הזכויות שמורות ל@ונבנתה העיר, www.kaveshtiebl.com" איבער'ן גאנצע ווידיעא. חבל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:41 pm
דורך יאיר
עס איז נישט שייך קיין כל הזכויות שמורות אויף א ווידעא וואס איז אין פאבליק דאמעין.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:42 pm
דורך בר דעת
ישר כח ונבנתה, און ווער עס האט א ניק אויף אייוועלט מוז שרייבן אז די קרעדיט איז ונבנתה און אזוי איבעראל ווי עס ערשיינט, א הארציגן דאנק ונבנתה, באמת, האסטו באשאנקען די חרדישע וועלט מיט איינער פון די גרעסטע גילויים אין די לעצטע דור, באמת, תודה רבה

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:46 pm
דורך יאיר
כ'האב יעצט באקומען דעם ווידעא אויף אימעיל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:22 pm
דורך ישראל קאפקע
דרעזנער האט פופקא און די ליאזשנער אויף קול מבשר # 1 1 4 איבער די ווידיאו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:26 pm
דורך בר דעת
וואס זאגן זיי?

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:33 pm
דורך מרקד אתלת
הג”ר אברהם צבי פרלמוטר אב”ד ורשא ונציג אגו”י בסיים 0:27
האדמו”ר ר’ ישראל פרידמן מצ’ורטקוב 0:47
רשכבה”ג נשיא הדורות החפץ חיים זי”ע 0:57
מלווה בבנו מצד אחד ומצד שני נכדו הגר”א קפלן הי”ד 0:57
האדמו”ר מסוקולוב ר’ יצחק זליג מורגנשטרן הי”ד 1:47
הג”ר אשר מיכאל [דר. ארתור] כהן אב”ד באזל 1:57
הג”ר יהודא ליב צירלסון אב”ד קישנב הי”ד 2:05
הג”ר אלחנן וסרמן הי”ד 2:22
ר’ אשר מנדלסון מראשי אגו”י בפולין ונציג בסיים 2:28
הג”ר פנחס דר. קאהן אב”ד אנסבך 2:56
הג”ר טוביה הורויץ אב”ד סנוק 3:02
מורנו רבי יעקב רוזנהיים נשיא אגו”י 3:16
הג”ר אליהו [דר. ליאו] יונג רב ג’ואיש סנטר ניו יורק 3:55
הג”ר מאיר דר. הילדסהיימר מברלין 3:16
הרב שפיצר נציג אגו”י מהונגריה 3:58
הג”ר יחזקאל סרנא אח”כ ראש ישיבת חברון 4:13
רבי משה בלוי מירושלים 4:28
הג”ר טוביה דר. לוונשטיין אב”ד ציריך 4:34
קרעדיט א"ו

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:48 pm
דורך כוכב
ליאזנע רבי אויף קול מבשר
בול ש'ט #1: איך האב געוואוסט פון דער ווידעא פאר פיר און האלב יאר שוין.
ב''ש 2#: מזעט דערויף ר' מאיר שפירא.
ב''ש 3#: ער איז אנגעלאנט אויף צוויי תלמידים.
המשך יבוא.