בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
ב"ה די פלאן פון גוויטעמאלא איז אויס !!
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:51 pm
דורך טאמבל סאס
נאך א מזל. ווייל גוואטעמאלא האט לעצטנס באקאנט געמאכט אז זיי לאזן מער נישט אריין טשיילד אביוזערס צו זיך אין לאנד.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 3:43 pm
דורך איש את רעהו
ישמעאל הכהן האט געשריבן:רעדסט ווי א ריכטיגער באזיגטער פאליטישאן וואס באגריסט זיין ארכי שונא און קעגנער, די נאכט נאך די וואלן...
עס איז נישט צום באגרייפען די צער און ווייטאג וואס עס הערשט יעצט ביי די אידן וואס האבן איינמאל פאר אלעמאל געוואלט צופיקסען די ערליכע אידן וואס היטען על מסורת ומנהג אבותיהם ורבותיהם
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 3:58 pm
דורך געפילטע פיש
ברוקלין - די עקסטאז און שמחה וואס זעט זיך אן ביים היימיש-אידישן עולם אין ניו יארק איז אומבאשרייבליך, ווי נאר די בשורה אז די גזירה איז בטל געווארן האט דערגרייכט דעם היימישן לאגער האט זיך די עולם ארויסגעלאזט אין טענץ אין די גאסן, א ליהודים אטמאספערע האט זיך פארשפרייט איבעראל. טרעפיק האט זיך אפגעשטעלט ווען אידן יונג און אלט האבן איבערגעלאזט די אוטאמאבילן אינמיטן שאסיי און זיך אנגעכאפט איינער אין צווייטן מיט א לעבעדיגע טאנץ און א געזאנג פון שירה פאר ג-ט ב"ה פארן אפטוהן די שרעקליכע גזירה פון זיין פאלק'ס קעפ. מוזיקאנטן זענען אויך אנגעקומען אין שטאטס מארק, ווי דער שוחט האט מסביר געווען פאר א קופקע פעדלער אז די נס אום חודש אדר פאסט שטארק אריין אינעם וששון - זו מילה, ווען ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם.
אין פילע מיסט קאסטענעס אין שטאט זעט זיך אן די שק ואפר וואס ווערן ארויסגעווארפן, די אלע אידן וואס זענען ארומגעגאנגען מיט זעק זינט דעם 'תורה תורה חגרי שק' עצרת ווען די גזירה איז אריין אין קראפט אטעמען אפ פריי אז זיי ברויכן מער נישט טראגן די קרעציגע מאטריאל פון די זעק, און קענען זיך ווידעראמאל אנטוהן די נארמאלע קליידער.
די אינסטאנצן געבן איבער אז ס'טוט זיך יעצט א מאסן מציצה'ריי, יעדער וואס האט נאר א מויל אדער הערפיס גייט ארום מוצצ'ן וויפיל מ'קען נאר. אפאר ווילדע ישיבה בחורים האבן אויפגעהאנגן א גרויסן שילד מיט א בילד פונעם אלטן בירגערמייסטער בלומענבערג, מיט די אויפשריפט "!TAKE THAT SUCKERS"
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 4:06 pm
דורך ישמעאל הכהן
?The Onion
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 4:10 pm
דורך היסטאריקער
איש את רעהו האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:רעדסט ווי א ריכטיגער באזיגטער פאליטישאן וואס באגריסט זיין ארכי שונא און קעגנער, די נאכט נאך די וואלן...
עס איז נישט צום באגרייפען די צער און ווייטאג וואס עס הערשט יעצט ביי די אידן וואס האבן איינמאל פאר אלעמאל געוואלט צופיקסען די ערליכע אידן וואס היטען על מסורת ומנהג אבותיהם ורבותיהם
מסתמא איז דא אזעלעכע וואס פארשטייען וואס ער שרייבט
ווייל איך נישט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:26 am
דורך Kool man
מ'שמועסט אז געוויס גייען זיך יעצט די גוטע מענטשען, די פארזארגערס פון די געזונט פון די אמעריקאנער געזעלשאפט, נעמען איבער אסר'ן
דיזני לענד, אדער לכל הפחות מאכען חתמ'ענען א גילוי דעת פאר'ן אריינגיין אהין, ווייל חוץ די אומגליקען וואס פאסירען דארט [גלייך ווי אלע אמיוזמענט פארקס] יערליך, איז דארט א מקום מסוכן וואו מ'קען לייכט איבערכאפען פארשידענע ווירוסען, ווי מ'אט יעצט געזעהן ביי די מיזעלס אויסברוך..
נאר בדרך אולי ואפשר, ובדרך רמז, ואכמ"לל

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 10:55 am
דורך Kool man
און וואס זאגט די טיימס בנוגע צו אסר'ן דיזני?