בר דעת האט געשריבן:קוק די צעטיל, די אונטערשטע גרויסע סלאגאן אין רויט און געלע אותיות איש בליעדר, קיין שום מענטש זאל נישט זיין בלי עדר, קיין שום פערד זאל נישט אנטלויפן פונעם סטאדע. בשורינו ובחמורינו נלך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
די סאטמארע קולטור זענען די פאן טרעגערס פון נהנה זיין משלחן איזבל האמריקאי, מיט דריידעלעך און אכטערלעך, כידוע איז קרית יואל די מערסטע ארימע געגענט אין גאנצן לאנד, = פלוצלינג זענען זיי געפערליך באזארגט מיט כבוד עבד כי ימלוך. יבוא בעל הכרם..
לאמיר האפן אז די פאלעסטינער וועלכע פינאנסירן הרב ישראל דוד ווייס, האבן זיך געזארגט אז ער זאל כאטש האבן א ווארימען מאנטל. שטייענדיג אין אזא קעלט און רעגן....!
די גאנצע סצענע זעהט עפעס אויס ווי ס'איז ארויסגענימען פון א וועסטערן. דער הרב ווייס און זיינע הענטשמען און די פאלעסטינער מיט זייערע טלתימ'לעך...
ישמעאל הכהן האט געשריבן:סאטמארער רבי מהרי''י שליט''א האט היינט ביים דינער אין ב.פ. געזאגט אז עס וועט מעגליך פארקומען א פראטעסט אין מאנהעטען קעגן ביבין.
עס גייט פארקומען. דינסטאג 4:30 נאכמיטאג.
***ברעיקינג ניוז*** ביבי נתניהו האט אויסגעפונען אז אזוי ווי סאקמרער רעבא וכת דילי' גייען פראטעסטירן האט ער זיך גיזעצט לערענען על הגאולה ועל התמורה מיט ויואל משה און האט אויסגערופען אז פאר שרעק גייט ער אויפגעגעבן גאנץ ארץ ישראל. ער גיבט אלץ פאר די אראבער און ער גייט וואונען אין וויליאמסבורג
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
ישמעאל הכהן האט געשריבן:סאטמארער רבי מהרי''י שליט''א האט היינט ביים דינער אין ב.פ. געזאגט אז עס וועט מעגליך פארקומען א פראטעסט אין מאנהעטען קעגן ביבין.
עס גייט פארקומען. דינסטאג 4:30 נאכמיטאג.
***ברעיקינג ניוז*** ביבי נתניהו האט אויסגעפונען אז אזוי ווי סאקמרער רעבא וכת דילי' גייען פראטעסטירן האט ער זיך גיזעצט לערענען על הגאולה ועל התמורה מיט ויואל משה און האט אויסגערופען אז פאר שרעק גייט ער אויפגעגעבן גאנץ ארץ ישראל. ער גיבט אלץ פאר די אראבער און ער גייט וואונען אין וויליאמסבורג
א גזירה נוראה!!! מען דארף פראטעסטירן!!! סאטמאר האט געמאלדן לכבוד דעם פראטעסט קומען די קינדער אהיים פרי פון די מוסדות מארגן, אויב איז נישט גענוג די קינדער אינדערהיים פון מיטוואך ביז מאנטאג האט מען למען השם וביבי ציגעלייגט נאך א טאג, שומו שמים!!!
גראדעמעכעלע האט געשריבן:א גזירה נוראה!!! מען דארף פראטעסטירן!!! סאטמאר האט געמאלדן לכבוד דעם פראטעסט קומען די קינדער אהיים פרי פון די מוסדות מארגן, אויב איז נישט גענוג די קינדער אינדערהיים פון מיטוואך ביז מאנטאג האט מען למען השם וביבי ציגעלייגט נאך א טאג, שומו שמים!!!
וואס'יז? נאר המן האט געמעגט? איז ביבי געמיינער פון אים?