בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 7:48 pm
דורך הוגה
בר דעת האט געשריבן:קוק די צעטיל, די אונטערשטע גרויסע סלאגאן אין רויט און געלע אותיות איש בליעדר, קיין שום מענטש זאל נישט זיין בלי עדר, קיין שום פערד זאל נישט אנטלויפן פונעם סטאדע. בשורינו ובחמורינו נלך.
עס איז נישט קיין typo טעות. עס איז א העשטעג וואס קומט אן spaces.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 8:16 pm
דורך כפתור
די אלע פראטעסטן האבן א טעם ווי א ווארעמע אויסגעוועפטע סאדא. א צימערמאן פראטעסט איז מער ענטרעטעינמענט
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 8:29 pm
דורך פרייוויליג
קאך לעפל איך שפיר דיין ווייטאג. אבער פארט קוקן עס אסאך אן ווי א בעינער-אבאמא געפעכט, און בעינער איז זיך מחיה אז מען גיסט אויס די גאנצע צארן אויף ביבי. אנשטאט שינדן די רעפאבליקאנער, איזידיוויקעט מען זיך אויף דעם אוהב ישראל בנימין נתניהו.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 8:30 pm
דורך פרייוויליג
נקודה
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 10:25 pm
דורך chusid
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cIuTcB9w8Hk[/youtube]
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 10:44 pm
דורך איך אויך
לכבור פורים.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 11:01 pm
דורך פרייוויליג
עס איז דא ספעציעלע אינסטוטוציעס פאר אזעלכע מענטשן.
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 1:20 am
דורך קאווע טרינקער
די סאטמארע קולטור זענען די פאן טרעגערס פון נהנה זיין משלחן איזבל האמריקאי, מיט דריידעלעך און אכטערלעך, כידוע איז קרית יואל די מערסטע ארימע געגענט אין גאנצן לאנד, = פלוצלינג זענען זיי געפערליך באזארגט מיט כבוד עבד כי ימלוך.
יבוא בעל הכרם..
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 1:44 am
דורך berlbalaguleh
לאמיר האפן אז די פאלעסטינער וועלכע פינאנסירן הרב ישראל דוד ווייס, האבן זיך געזארגט אז ער זאל כאטש האבן א ווארימען מאנטל. שטייענדיג אין אזא קעלט און רעגן....!
די גאנצע סצענע זעהט עפעס אויס ווי ס'איז ארויסגענימען פון א וועסטערן. דער הרב ווייס און זיינע הענטשמען און די פאלעסטינער מיט זייערע טלתימ'לעך...

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 5:43 am
דורך שמעקעדיג
וואס האט אים פלוצים מעורר געווען צו דאווענען מעריב? עס איז דאך נאר א רשות, ניטעמאל קיין חובה....
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:34 am
דורך diff
מ'האט באטאנט ביי די אסיפה אז דער וואך קערן די בויס איבער די ישיבה און ס'איז בושות. וועט ביבי אויך אונז ראטעווען
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:02 am
דורך ציבעלע-קיגל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:סאטמארער רבי מהרי''י שליט''א האט היינט ביים דינער אין ב.פ. געזאגט אז עס וועט מעגליך פארקומען א פראטעסט אין מאנהעטען קעגן ביבין.
עס גייט פארקומען. דינסטאג 4:30 נאכמיטאג.
***ברעיקינג ניוז***
ביבי נתניהו האט אויסגעפונען אז אזוי ווי סאקמרער רעבא וכת דילי' גייען פראטעסטירן האט ער זיך גיזעצט לערענען על הגאולה ועל התמורה מיט ויואל משה און האט אויסגערופען אז פאר שרעק גייט ער אויפגעגעבן גאנץ ארץ ישראל. ער גיבט אלץ פאר די אראבער און ער גייט וואונען אין וויליאמסבורג
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:49 am
דורך שמעקעדיג
כ'קעמיך נישט כאפן דאס אטעם פאר געלעכטער.
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:15 am
דורך ישמעאל הכהן
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:סאטמארער רבי מהרי''י שליט''א האט היינט ביים דינער אין ב.פ. געזאגט אז עס וועט מעגליך פארקומען א פראטעסט אין מאנהעטען קעגן ביבין.
עס גייט פארקומען. דינסטאג 4:30 נאכמיטאג.
***ברעיקינג ניוז***
ביבי נתניהו האט אויסגעפונען אז אזוי ווי סאקמרער רעבא וכת דילי' גייען פראטעסטירן האט ער זיך גיזעצט לערענען על הגאולה ועל התמורה מיט ויואל משה און האט אויסגערופען אז פאר שרעק גייט ער אויפגעגעבן גאנץ ארץ ישראל. ער גיבט אלץ פאר די אראבער און ער גייט וואונען אין וויליאמסבורג
כא כא כא חחחחח אייגענס?!?! אויב יא, ווילאנג האט עס גענומען???
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:41 pm
דורך פרייוויליג
טויזענטער גויים גייען מארגן אויסגעפונען וויאזוי מען ריקט נענטער א סצענע דורך די אויגן גלעזער... דזשימי קימיל האט נארוואס געמאלדן אז ער קענסעלט די מארגענדע שאו...
אנטשולדיגט איך האב נישט געהאט א אנדערע בילד ווי דער באליבטער קאמידיען.
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:48 pm
דורך יתרו
די בהמהישע פראטעסט אידן כאפן נישט אז מיטן מאכן א פראטעסט יעדע שלישי וחמישי פארלירט דאס דאס ביסל ווערד וואס עס האט.
דער אלגעמיינער איד\גוי קוקט אונס אן ווי כראנישע פראטעסטירער
איר הערט:
כראנישע פראטעסטירער
כראנישע פראטעסטירער
כראנישע פראטעסטירער
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
א גזירה נוראה!!! מען דארף פראטעסטירן!!!
סאטמאר האט געמאלדן לכבוד דעם פראטעסט קומען די קינדער אהיים פרי פון די מוסדות מארגן, אויב איז נישט גענוג די קינדער אינדערהיים פון מיטוואך ביז מאנטאג האט מען למען השם וביבי ציגעלייגט נאך א טאג, שומו שמים!!!
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:56 pm
דורך איך אויך
פארשטייסט דאך מחמת קושי הפ. ס. והחלק שמונה בלייבט צופיל ליידיגע צייט.
נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 12:18 pm
דורך Kool man
גראדעמעכעלע האט געשריבן:א גזירה נוראה!!! מען דארף פראטעסטירן!!!
סאטמאר האט געמאלדן לכבוד דעם פראטעסט קומען די קינדער אהיים פרי פון די מוסדות מארגן, אויב איז נישט גענוג די קינדער אינדערהיים פון מיטוואך ביז מאנטאג האט מען למען השם וביבי ציגעלייגט נאך א טאג, שומו שמים!!!
וואס'יז? נאר המן האט געמעגט? איז ביבי געמיינער פון אים?
נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 12:28 pm
דורך ירח בן יומו
BREAKING NEWS
די פראטעסט איז יעצט אפגערופען געווארן
(ביבי האט סייווי גארנישט געזאגט. ס'איז נישט דא אויף וואס מוחה צו זיין)
נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 9:30 am
דורך ישמעאל הכהן
נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 10:54 am
דורך ישמעאל הכהן

- IMG_20150304_105329.jpg (735.58 KiB) געזען געווארן 1301 מאל