הארצרייסענד אזא מעשה, אפגעזעהן די פאקט אז עפעס פעלט דא פון די מציאות, אבער ס'מאכט קיין סך נישט אויס, ובפרט ווי דו ברענגסט גוט ארויס, לו יהא דער בחור איז באגאנגן דעם שרעקליכן עוולה פון דרייוון, און גאר געווען אן אויבער-חכם און צוריקגעקומען אנפייפענדיג דעם מנהל, איז פאליציי דאך א שרעקליכע אקט.
דאס הארץ טראפט בלוט פארן בחור און פאר זיינע עלטערן און גאנצע משפחה, דאס איז נאר א התחלה ליידער וואס דא קען (האפענטליך גייט נישט) פארסירן, ווער ווייסט ווי דער בחור וועט אנקומען פאר זיין מינוט תאווה פון זיין א טאטע...
איך וויל נאר איין הערה דא צולייגן... דאס וואס דו שרייבסט:
בעל מדות האט געשריבן:דער גרויסער גאון און טאטע פון אלע ראשי הישיבות רבי מאיר שפירא זצ"ל וועלכע האט איינגעפירט דעם דף היומי און איז געווען די ערפונדער פון א "דארמיטארי" האט ביים אויפשטעלן זיין ישיבת חכמי לובלין אין פוילן געוויזן דעם פולן גאנג וויאזוי מען דארף זיך אוועקגעבן פאר תלמידים און נישט גערוהט קיין רגע פאר זיינע "תלמידים הקרוים בנים" ארימפארנדיג אין די גאנצע וועלט צו שאפן געלט פאר זיין ישיבה אנשטאט זיצן אויפן ברייטן באקוועמער בענקל והדברים הם מפורסם.
דאכצעכמעך אז ר' מאיר איז אויך געווען דער אויסטרעפער פאר א "ישיבת מציינים"!!! איך האק נישט אויף ר' מאיר ז"ל, וכבודו במקומו מונח, אבער ער איז געווען דער וועג ווייזער פאר אלע היינטיגע "לובלינע" ישיבות...