בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:53 am
דורך שבת אחים
קאצקע ציקער האט געשריבן:בעל מדות מען האט עים נישט געקייטעלט דו לייגסט צו פעפער מיט זאלץ
וואזשע דען האט פאסירט ? לאמיר הערן !
ס׳שמעקט מיר אז עפעס פעלט דא פון די מעשה , פארוואס פונקטליך האט דער ראש ישיבה געדארפט אָנקומען צו די פאליציי ארויס צו וואַרפן א בחור פון זיין ישיבה ?? אדער איז מיר פשוט שווער צו גלייבן אז מ׳האלט ווירקליך טאַקע ביי אזא מצב אין די היינטיגע טעג ,
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:17 pm
דורך סלינקי
עמעזאן האט געשריבן:וואס איז די פולע נאמען פון אינדיג?
ר' שמעון אברהם נ"י, אב"ד קהל בני יששכר ריבאטיטש (?), שוחט ומוהל, מחבר ספר לכל זמן - הלכות טהרה באידיש..
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 4:25 pm
דורך געוואלדיג
פיין יעצט דארף מער נאר די די פונקטליכע מעשה,
ווער ווייסט?
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 6:16 pm
דורך [NAMELESS]
סלינקי האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:וואס איז די פולע נאמען פון אינדיג?
ר' שמעון אברהם נ"י, אב"ד קהל בני יששכר ריבאטיטש (?), שוחט ומוהל, מחבר ספר לכל זמן - הלכות טהרה באידיש, און כ'מיין ער איז אויך א חתן טיטשער..
ווייסען מיר א וודאי איז ער א חתן טיטשער ער איז דאך אלעס א פסיכילאג האלט ער זיך אויך, ובלכתך פלעגט פארקויפן זיינע סידי'ס,
גראדע פון די שחיטה האט מען עם מעביר געווען ווייל ער האט נישט קיין הרגשה ער האט פארלוירן די איידלקייט אין די הענט....
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 6:42 pm
דורך שעפטל
הארצרייסענד אזא מעשה, אפגעזעהן די פאקט אז עפעס פעלט דא פון די מציאות, אבער ס'מאכט קיין סך נישט אויס, ובפרט ווי דו ברענגסט גוט ארויס, לו יהא דער בחור איז באגאנגן דעם שרעקליכן עוולה פון דרייוון, און גאר געווען אן אויבער-חכם און צוריקגעקומען אנפייפענדיג דעם מנהל, איז פאליציי דאך א שרעקליכע אקט.
דאס הארץ טראפט בלוט פארן בחור און פאר זיינע עלטערן און גאנצע משפחה, דאס איז נאר א התחלה ליידער וואס דא קען (האפענטליך גייט נישט) פארסירן, ווער ווייסט ווי דער בחור וועט אנקומען פאר זיין מינוט תאווה פון זיין א טאטע...
איך וויל נאר איין הערה דא צולייגן... דאס וואס דו שרייבסט:
בעל מדות האט געשריבן:דער גרויסער גאון און טאטע פון אלע ראשי הישיבות רבי מאיר שפירא זצ"ל וועלכע האט איינגעפירט דעם דף היומי און איז געווען די ערפונדער פון א "דארמיטארי" האט ביים אויפשטעלן זיין ישיבת חכמי לובלין אין פוילן געוויזן דעם פולן גאנג וויאזוי מען דארף זיך אוועקגעבן פאר תלמידים און נישט גערוהט קיין רגע פאר זיינע "תלמידים הקרוים בנים" ארימפארנדיג אין די גאנצע וועלט צו שאפן געלט פאר זיין ישיבה אנשטאט זיצן אויפן ברייטן באקוועמער בענקל והדברים הם מפורסם.
דאכצעכמעך אז ר' מאיר איז אויך געווען דער אויסטרעפער פאר א "ישיבת מציינים"!!! איך האק נישט אויף ר' מאיר ז"ל, וכבודו במקומו מונח, אבער ער איז געווען דער וועג ווייזער פאר אלע היינטיגע "לובלינע" ישיבות...
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 7:13 pm
דורך יאיר
מיר ווענדן זיך מיט א ביטע צו אלע אהבת התורה בחורים וואס ליינען אט די שורות, ביטע קאנפירמט די מעשה.
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:35 pm
דורך [NAMELESS]
@שעפטל ווי איך פארשטיי רעדט מען נישט דא פון קיין ישיבה למצויינים ווייט פון דעם, ווי עס זעהט אויס איז דאס מעיקרא אוועקגעשטעלט פאר נישט למצויינים,
@יאיר פון די בחורים האבן מיר שוין געהערט זייער צד, יעצט דארף מיר הערן פון שמעון אברהם וואס ער זאגט, עס ווינדערט מיר זיין כח המעצר נישט מגיב צו זיין דא...
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:43 pm
דורך נופת צופים
כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול - מ'זוכט נאך אלץ קאנפערמעישן - אבער אונז האמיר שוין א היכי תימצי ווען מ'מעג יא גיין צו די פאליציי. דער אנגעפרעסענער אויסגעפאשעטער מנהל, ער מעג רופן פאליציי, נאר זיין סלעיוו דער בחור וועם ער האט מאלעסטעד, ער טאר נישט.
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:38 pm
דורך קאצקע ציקער
אוי האסטו גיט געזאגט
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:21 pm
דורך שלמה המלך
אביסעלע פארנעפעלט דא:
וועמענס ישיבה? אינדיג אדער בערגער? וואס איז אינדיג אין ישיבה און וואס איז בערגער? עס איז א זכר מיט א נקבה אדער צוויי זכרים?
ווער רופט פאליציי און וואס זאגט דער צווייטער?
אויב לייגט מען יא ארויס א מעשה ביטע אביסעל מער דעטאלען...
יש"כ
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:30 pm
דורך petergrifin
דעטאלן זענען נישט װיכטיג די עיקר לאמיר שעלטן צוזאמען.
נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 12:51 am
דורך chusid
petergrifin האט געשריבן:דעטאלן זענען נישט װיכטיג די עיקר לאמיר שעלטן צוזאמען.
חזקה אז אין ישיבות טוט זיך שפיכות דמים און ספעציעיל דא ווי ס'איז דא רגלים בדבר, עניוועי איז א שאד אז דער עולם רעד נישט פונעם שרייענדע פראבלעם בכלליות נאר מ'באציט זיך צו דעם ספעציפישן פאל.
פרעג אזוי, איז דא איינער וואס האלט אז עס טוט זיך נישט קיין שפיכות דמים בקביעות ביי אונז? איז דא איינער וואס האלט אז א ריזן חלק פון די רוצחים זענען מזידים?
נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 1:07 am
דורך בעל מדות
דערוילעם וויל הערן און איבערהערן אז די געשיכטע איז א רעאליטעט, די מעשה דא איז אז איך בין שוין נישט קיין בחור ב"ה און איך בין גאר פארנימען איבערן טאג, איך האב מיינע צייטן ווען איך שרייב און דאן קום איך אהער, דער געשיכטע האב איך געהערט צוליב וואס א מקורב פונעם בחור האט עס מיר געשילדערט און איך האב פערזענליך אויסגעפארשט דעם געשיכטע דורך פולע חברים דארט אין ישיבה, און וואס איך האב געהערט האב איך געשריבן, יעצט עס איז נישט דא קיין צווייטע צד און פולע מענטשן וועלכע האבן אנגערופן דעם גרויסארטיגן בעל מחנך צו פרעגן וואס דא גייט פאר האבן אלע ערהאלטן אנדערע תירוצים און ביי טייל האט ער גראד געלייקנט אדער אנגעהויבן שעלטן ווי א וואנזיניגע מטורף ביים פארגעסן די כדורים, די בילדער און רעקארדירונגען זענען לעיני העם פאר ווער עס וויל זעהן און עס איז גאר א פובליק מעשה מיט אינפארמאציע וואס איז נישט עקסקלוסיוו צו מיר, ווי עס שיינט רעדט מען דא פון א אומגינסטיגן פערזאן וועלכע האט א פוסטע מח און נחשים ועקרבים שפאצירן אים אין די מדות, לויט וויאזוי ער האנדלט האט מען אים נישט באשאנקען מיט קיין שכל און איך וועל סטאפן דא צוליב די חשש אז זיין ווייב באזיכט קאווע שטיבל...
ער האט פלעין געהאנדלט ביליג אפילו נאך די גאנצע שטינק רופנדיג פאליציי צו זיין ישיבה פאר'מסר'נדיג דעם קרבן אז ער כאט אנגעפירקלט די ווענט בכדי צו זעהן נקמה אין דעם בחור עס איז דא באווייזן -ווי די חברים געבן איבער- אז דער קרבן איז געווען אין א צווייטע ארט די גאנצע טאג אריינגערעכנט די שעות וואס די ישיבה "איז געווארן אנגעשמירט און געשעדיגט"
רעזולטאטן באווייזן זיך, און ברענגען צום אויבערפלאך די מאכט פון "קאווע שטיבל" ווען דער קראנקער פלאץ ווערט נישט צוריקגעעפנט צום קומענדיגן זמן (ווי דער מנהל האט געזאגט לעטצענס) צו די פרייד פון יעדער מענטש וועלכע פארנעמט נישט קיין בלוט פארגיסעריי!
נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 2:40 pm
דורך קרעקער
זעהט אויס די עולם ווייסט נישט פון וועם מרעט
אינדיג איז א צופידעלטער אינערמאן, ווער סקיקט עם אן זעהט שוין אז ער איז אינגאנטצען צופראסקעט
ער האט שוין געהאט 1000 זשאבס, ער האט געארבעט אלס א קעשיר אין א גראסערי אין וויליאמפעסט, ער איז געוועהן א שוחט, איבעראל האט מען עם געווארפען, האט ער אפגעמאכט צו ווערען א שוחט איבער בחורים, און ער וועט זיין דער ווארפער
איך האנישט געקענט גלייבען צו ליינען דא אז ער האנדעלט מיט בחורים און אז טאטעס געבען עם איבער די בחורים, זיי מוזען האבען געוועהן זייער דעספרעט, מסתם האט מען ארויסגעווארפען זייערע בחורים פון ישיבות אין אנשטאט צו דרייען אויף די גאס האבען די טאטעס בלית ברירה געשיקט וואו מנעמט זיי יא אריין
נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
בעל מידות האט געשריבן:רעזולטאטן באווייזן זיך, און ברענגען צום אויבערפלאך די מאכט פון "קאווע שטיבל" ווען דער קראנקער פלאץ ווערט נישט צוריקגעעפנט צום קומענדיגן זמן (ווי דער מנהל האט געזאגט לעטצענס) צו די פרייד פון יעדער מענטש וועלכע פארנעמט נישט קיין בלוט פארגיסעריי!
מען דארף נעמען אין באטראכט אז למעשה האלטן זיך אויף.אין די ישיבה א צאל עלטערע בחורים וואס אויב עס פארמאכט זיך וועלן זיי נישט האבן ווי צו זיין,
ישיבות פאר עלטערע בחורים
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 12:15 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:בעל מידות האט געשריבן:רעזולטאטן באווייזן זיך, און ברענגען צום אויבערפלאך די מאכט פון "קאווע שטיבל" ווען דער קראנקער פלאץ ווערט נישט צוריקגעעפנט צום קומענדיגן זמן (ווי דער מנהל האט געזאגט לעטצענס) צו די פרייד פון יעדער מענטש וועלכע פארנעמט נישט קיין בלוט פארגיסעריי!
מען דארף נעמען אין באטראכט אז למעשה האלטן זיך אויף.אין די ישיבה א צאל עלטערע בחורים וואס אויב עס פארמאכט זיך וועלן זיי נישט האבן ווי צו זיין,
די פראבלעם איז טאקע זייער גרויס, אבער איז טאקע נישטא ווי צו גיין?
עס איז דא קאלבוסוב (אין מאנסי), דעלאטין (געווען אין בלומינגבורג און יעצט אין מאנסי דאכצעך, ווי דארט זענען טאקע תלמידי אינדיג אריבער ובתוכם אונזער ארי׳לע), און אויב איז מען עכט דעספרעט קען מען פארן קיין ישראל (מיר, 2 בריסק׳ס, אורייתא) און איך בין זיכער אז עס איז דא נאך ישיבות, אבער עס איז טאקע נישטא גענוג.
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 2:51 pm
דורך moshav zekeinim
רבותי, נאך אלע מעשיות זעה איך אז מען האט זיך אנגעלייגט אויף א קליינע נעבעכדיגע ישיבה'לע מיט אן אפיציעלער אומסימפאטישער משגיח.
עס טוט זיך מעשיות נוראות אונטערן טיש מיט א פיל שענערן פרצוף דורך מאכטפולע ישיבות, און רבנים און זאגאר רבי'ס.
לאמיר זיך נעמען צו זיי דירעקט, דער מקור פון אביוסיוו פאוער, און פון דער גאנצער פאר'סם'טער אטמאספער.
עס איז קלאר אז אן שלעק פיזישע צו פסיכאלאגישע וועט דא גארנישט ארבעטן, ווילאנג מיר וועלן זיין מוריטשקעס וועלן אלס זיין עגאיסטישע קאלט בלוטיגע ענקים וואס וועלן טרעטן אויף אונז.