בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:06 am
דורך מאטי
בעטערי איז געוואלדיג

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:16 am
דורך איך אויך
היאך יתקיימו שניכם?

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 8:23 am
דורך שמעקעדיג
עס איז נישט קיין ראי' פון די ערשטע 2-3 חדשים. לאמיר רעדן אין אפאר חדשים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:52 pm
דורך פרייוויליג
ונבנתה העיר האט געשריבן:אה... די עס 6 איז גאר עפעס אנדערש... (כאן עשה תנועה בידיו הקדושים).

עס איז פון די הייסטע שנעלסטע פאונס that ever existed. ספעציעל די Edge

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 4:04 pm
דורך שמעקעדיג
AT&T האט אינטראדוסט א RUGGED מאדעל פונעם S6 (גערופן S6 אקטיוו), וואס פארמאגט א שטארקערע באטערי - 3,500 mAh אנשטאט די נארישע 2,600 וואס די רעגולער טעלעפאן פארמאגט.

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=15919

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 5:02 pm
דורך סאשי פיש
אליצפן האט געשריבן:איך בי יעצט עלידזשעבל פאר א נייע פרייע פאון, און איך בין צוריסן צווישן דעם גאלעקסי s6, אייפאון 6, און htc 1.
LG האביך געהאט ביז יעצט, נישט געווען צו שטארק צופרידן מילא וויל איך טוישן קאמפעניס.
מיך פערזענליך שמעקט די מערסטע דעם גאלאקסי s6, כ'וואלט אבער געקענט באשטיין צו הערן וואס די מומחים האלטן.

וואס האסטו למעשה געטון?

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 5:10 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]אליצפן[/tag] וואס איז שלעכט געווען מיט די LG ?

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 2:56 pm
דורך מאטי
אויב האט איר ספרינט סערוויס און איר ווילט אפגרעיטן צו S6 זייט וויסן אז איר וועט מער נישט קענען בראוזן אויפן נעט בשעת איר זענט אויף א קאלל. אויפן אנדערן האנט, איז די סערוויס פיל בעסער מיטן נייעם פאון ווי די איבריגע. ספרינט האט אפגרעיטעד זייער ווייערלעס סערוויס צו "Spark" פונקטליך ווי אזוי ס'ארבייט ווייס איך נישט, אבער ס'נעמט אריין אין זיך ווייטערע שטרעקעס און טורעמעס, אבער ס'פאלט אוועק די דאזיגע אויבענדערמאנטע מעלה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:39 pm
דורך ונבנתה העיר
מיין עס 5 מיט לאליפאפ קען אויך נישט.

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 11:43 am
דורך סאשי פיש
איז דא איינער וואס האט די s6 און איז צופרידען דערמיט?
איך האלט אינאיין הערן קריטיק איבער די בעטערי עס.די.

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 12:01 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז פשט פון דיין פראגע? אויב וועט איינער זאגן אז ער איז יא צופרידן וועסטו איגנארירן די אלע שלעכטע שמועות?
ס'איז קלאר אז די בעטערי איז א דורכפאל. עס איז נישט "שלעכט", אבער ווייט פון גוט. און כידוע, ווערט א בעטערי כסדר שוואכער און שוואכער, כ'גלייב אז נאכן נוצן דעם פאון פאר א יאר וועט די בעטערי קוים האלטן 4-5 שעה א טשארדזש אין עוורידזש.
אמת, פאר אלע פראבלעמען איז דא "עצות": עס קען זיך טשארדזשן שנעל; מען קען נעמען א פארטעבל בעטערי מיט זיך; סעמסאנג איז אפילו מסכים פאר ווייניגער פון $50 צו טוישן בעטערי ווען עס ווערט שוואכער; וכדומה. אבער דאך א פראבלעם איז עס.
עי.טי.ענד.טי. האט געטון א קלוגע שריט צו נעמען דעם S6 אקטיוו פאון, א שאד אז נישט אלע קעריערס פארמאגן עס.

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 12:58 pm
דורך אליצפן
סאשי פיש האט געשריבן:
אליצפן האט געשריבן:איך בי יעצט עלידזשעבל פאר א נייע פרייע פאון, און איך בין צוריסן צווישן דעם גאלעקסי s6, אייפאון 6, און htc 1.
LG האביך געהאט ביז יעצט, נישט געווען צו שטארק צופרידן מילא וויל איך טוישן קאמפעניס.
מיך פערזענליך שמעקט די מערסטע דעם גאלאקסי s6, כ'וואלט אבער געקענט באשטיין צו הערן וואס די מומחים האלטן.

וואס האסטו למעשה געטון?

דערווייל גארנישט, עס נעמט מיך א לאנגער צייט צו דעסיידן וועלכע פאןן צו נעמען. ווי אויך בין איך אביסל פויל מילא שטופ איך אפ די ארבעט פון בעקאפ און טראנספערירן אלע זאכן וכדו'

Re: געלעקסי 6S

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 1:01 pm
דורך מרדכי
איז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 1:11 pm
דורך שמעקעדיג
ווי געשמועסט, אויף יעדע פראבלעם איז דא "עצות". אבער דאס בעסטע איז בכלל נישט אנצוהויבן מיטן פראבלעם. סעמסאנג האט געטון א ריזיגע נארישקייט.
איך וואלט גענומען דעם LG G4 ווען עס וואלט געווען אביסל קלענער. 5.5 אנטשעס איז אביסל צו גרויס. אדערווייז איז עס א אויסגעצייכענטער פאון.
לגבי די קוואליטעט און קלארקייט פון די פאון קאלס איז די LG פיל בעסער ווי די גאלעקסי.

געלעקסי 6S

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 1:21 pm
דורך ירא שמים
סמוז דאך זיין עפעס א הגיון אין אוועק נעמען די רימאוועבל בעטערי און די עס די קארטל אפשר מאכט עס קאליע די פערפארמענס?
אדער אפשר איז עס פשוט ביליגער צו פראדערצירן ?
איינער ווייסט?

Re: געלעקסי 6S

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 1:26 pm
דורך סאשי פיש
איז די אייפאון די בעסטע פאר פאון קאלס?

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 3:07 pm
דורך שמעקעדיג
ירא שמים האט געשריבן:סמוז דאך זיין עפעס א הגיון אין אוועק נעמען די רימאוועבל בעטערי און די עס די קארטל אפשר מאכט עס קאליע די פערפארמענס?
אדער אפשר איז עס פשוט ביליגער צו פראדערצירן ?
איינער ווייסט?

כדי צו מאכן דעם דעווייס דינער און מער פענסי, האבן זיי עס געמוזט גענצליך סיעלן פון אלע זייטן, דאס טוט מער נישט ערלויבן סיי וועלכע עפענונג צו טוישן בעטערי.

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 5:58 pm
דורך פרייוויליג
שמעקעדיג האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:סמוז דאך זיין עפעס א הגיון אין אוועק נעמען די רימאוועבל בעטערי און די עס די קארטל אפשר מאכט עס קאליע די פערפארמענס?
אדער אפשר איז עס פשוט ביליגער צו פראדערצירן ?
איינער ווייסט?

כדי צו מאכן דעם דעווייס דינער און מער פענסי, האבן זיי עס געמוזט גענצליך סיעלן פון אלע זייטן, דאס טוט מער נישט ערלויבן סיי וועלכע עפענונג צו טוישן בעטערי.

עס האט גארנישט מיט פענסיקייט. היות די דעווייס איז מעטעל האבן זיי געמוזט סילען דעם דעווייס. מיט פלעסטיק קענסטו לאזן די דעווייס אפען, אבער מיט מעטעל אויב דו ווילסט עס זאל זיין דויערהאפט מוזטו עס סילען

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 6:01 pm
דורך פרייוויליג
מרדכי האט געשריבן:איז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?

איך האב געהאט די געלעקסי s6. עס איז א דורכפאל. בעטערי לויפט אויס אין א הארץ קלאפ, די פאון ווערט הייס ווי א אויבן. און די סאונד סיסטעם איז שלעכט.

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 6:02 pm
דורך פרייוויליג
סאשי פיש האט געשריבן:איז די אייפאון די בעסטע פאר פאון קאלס?

לדעתי איז עס די מערסטע סטעבל סאליד דעווייס פאר פאון קאולס.

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 6:41 pm
דורך אליצפן
פרייוויליג האט געשריבן:
מרדכי האט געשריבן:איז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?

איך האב געהאט די געלעקסי s6. עס איז א דורכפאל. בעטערי לויפט אויס אין א הארץ קלאפ, די פאון ווערט הייס ווי א אויבן. און די סאונד סיסטעם איז שלעכט.

אמת'דיג? איך האלט יעצט ממש ביים קויפן איינס! די LG האב איך יעצט און כ'דארף א טשעינדזש, עפל האב איך פיינט. וואס קען מען קויפן? אפשר HTC?

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 7:09 pm
דורך מאטי
אליצפן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
מרדכי האט געשריבן:איז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?

איך האב געהאט די געלעקסי s6. עס איז א דורכפאל. בעטערי לויפט אויס אין א הארץ קלאפ, די פאון ווערט הייס ווי א אויבן. און די סאונד סיסטעם איז שלעכט.

אמת'דיג? איך האלט יעצט ממש ביים קויפן איינס! די LG האב איך יעצט און כ'דארף א טשעינדזש, עפל האב איך פיינט. וואס קען מען קויפן? אפשר HTC?

אבי גערעדט...

נשלח: מוצ"ש יוני 20, 2015 10:14 pm
דורך שמעקעדיג
פרייוויליג טרייבסט איבער. מען מוז עס נישט מאכן ערגער ווי עס איז. אדער אפשר ווייסטו גארנישט ווילאנג עס נעמט א הארץ קלאפ? אדער ווי הייס אן אויוון קען ווערן?...

דער LG G4 איז זייער קלאר פאר פאון קאלס. די רעוויאוס זענען פיל מער אנטציקט פונעם LG לגבי רעדן אויפן פאון ווי פונעם גאלעקסי S6.

דער HTC איז גראדע אן אויסגעצייכענטער פאון, מיטן אויסנאם פונעם קעמרע וועלכע איז הונטערשטעליג פון די לייבן, עפל, סעמסאנג און על.דזשי.