בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 10:44 am
דורך פלאוויוס
א דאנק פרייוויליג פאר'ן מיר שענקען א געלן שטערן, אבער איך בין גראדע נישט מסכים מיט דעם הויכפונקט וואס דו האסט געטראפן אין דער רעדע, אז "ישראל וועט שטיין אליין אויב ס'פעלט זיך אויס". אזעלכע ווערטער מעג מען העכסטנס זאגן אינדערהיים צווישן אייגענע, אבער נישט אין א קאנגרעס צווישן פרעמדע, בפרט נאך ווען יענע זענען דיינע שטיצער. דאס איז געווען די איינציגע שורה אין דער גאנצער רעדע וואס האט מיך זייער געשטערט.

פארשטייט זיך אז איך בין אויך נישט מסכים מיט דיין אריינשטעלן אלע פעלקער, פריינט און פיינט צוגלייך, בחדא מחתא מיט נאצי דייטשלאנד.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 10:45 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:ער האט טאקע גארנישט מחדש געווען. אבער די מערסטע נוצליכע חלק פון זיין וויזיט אין אמעריקע און זיין אויפטריט אין קאנגרעס איז, אז ער האט אוועקגענומען דעם רושם אז ער פייפט אויף דעם פרעזידענט.

אהא. און ס'איז ממש נישט געווען מעגליך צו מאכן דעם רושם בלייבנדיג אינדערהיים?
כ'פרעג נאר.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 10:49 am
דורך בר דעת
פלאוויוס האט געשריבן:א דאנק פרייוויליג פאר'ן מיר שענקען א געלן שטערן, אבער איך בין גראדע נישט מסכים מיט דעם הויכפונקט וואס דו האסט געטראפן אין דער רעדע, אז "ישראל וועט שטיין אליין אויב ס'פעלט זיך אויס". אזעלכע ווערטער מעג מען העכסטנס זאגן אינדערהיים צווישן אייגענע, אבער נישט אין א קאנגרעס צווישן פרעמדע, בפרט נאך ווען יענע זענען דיינע שטיצער. דאס איז געווען די איינציגע שורה אין דער גאנצער רעדע וואס האט מיך זייער געשטערט.

פארשטייט זיך אז איך בין אויך נישט מסכים מיט דיין אריינשטעלן אלע פעלקער, פריינט און פיינט צוגלייך, בחדא מחתא מיט נאצי דייטשלאנד.



פלאוויוס א דאנק פאר דיין הערליכע אנאליז, אבער ער האט דאס קלאר געזאגט
But I know that Israel does not stand alone. I know that America stands with Israe

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 10:50 am
דורך פלאוויוס
אמת. ס'וואלט אבער בעסער געווען ווען ער זאגט נאר די צווייטע שורה אן די ערשטע. רעד נאר וועגן דעם אז דו האסט פריינט, נישט וועגן דעם אז דו קענסט דיר אן עצה געבן אליין אויך.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 12:38 pm
דורך [NAMELESS]
נעכטן אזוי האלב קוקענדיג האלב הערענדיג די דרשה פונעם שליח עם ישראל בנימין נתניהו אין קאנגרעס האב איך אויפגעפאסט אן אינטערסאנטע בילד פאר די אויגן, אלע זיצן אינעם גרויסן זאל האבן אויף זיך א מגן דוד'ל. נישט מער נישט ווייניגער, א שטערן מיט זעקס שפיצן (איינס מער ווי [tag]פלאוויוס[/tag])

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז ווען פרעזידענט אובאמא ירום הודו וכושו וועט שטיין אין קאנגרעס אפגעבן זיין סטעיט אוף די יוניען, נתניהו וועט שוין לאנג נישט דארטן זיין, אפשר אפילו נישט אינעם ישראל כנסת, אבער די יידישע מגן דוד'לעך מיט אירע שפיצן וועלן אים שטיין פאר די אויגן לתפארת מדינת ישראל.


ברוך אתה ה' מגן דוד!!

דא אויף דעם ארט איז געליגן במנוחה נכונה א בילד פון די זיצן מיט די מגן דוד'ס ביז בעוה"ר זענען זיי אנגעקומען די מעקערס אין אפגעפירקלט א האלבען בילד, וכיוון שנמחק מקצתו נמחק כולו וחבל על דאבדין ושוטים שקלקלו וכו' וכו'

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 3:33 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז נישט קיין יושר דאס מעקן די פנים'ער אין מיין בילד. איך בין מחויב מוחה צו זיין.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 3:36 pm
דורך פרייוויליג
@כעלעם'ר מגיד, פארוואס האסטו איבערגעלאזט די בילד פונעם זכר אומפארמעקט?

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 3:40 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט געמעקט, כ'בין עפעס אינגאנצן משוגע געווארן??

פרעגן דארף מען ווען אויף הנהלת המעקערס, אויף זיי איז די קשיא. אבער אויף זיי האב איך סאך גרעסערע קשיות.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 3:45 pm
דורך פרייוויליג
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:איך האב נישט געמעקט, כ'בין עפעס אינגאנצן משוגע געווארן??

פרעגן דארף מען ווען אויף הנהלת המעקערס, אויף זיי איז די קשיא. אבער אויף זיי האב איך סאך גרעסערע קשיות.

איך בין זיך נוהג אין אזא פאל אויב מען מעקט פון מיין תגובה, מעק איך דערנאך אויס אינגאנצען יענע תגובה. איך פיל נישט גוט ווען איינער קומט אריין אין מיין תגובה מעקט אויס וואס עס שמעקט אים און לאזט איבער וואס עס שמעקט אים. אויב ווילסטו מעקן, מעק אינגאנצן אויס די תגובה. עס באדערט מיר מער די פארשעל דילישען.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
רעדאגירט.
יישר כוח [tag]פרייוויליג[/tag] פאר די עצה טובה בעת צרה וזעם

פייערדיגע דברות קודש פון כ"ק אדמור מסאטמאר שליט"א

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 8:43 pm
דורך גאנצל
פארגאנגענעם פורים בעת דעם הייליגן משתה היין טיש ביים סאטמארן רבי'ן מהר"א האט די רבי שליט"א אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור פייערדיגע דברי מחאה אויף די ווערטער פונעם ראש ממשלת הכופרים און בעיקר אויף דעם אז אידן מאמינים בני מאמינים זאגן עס נאך נאך און די בתי מדרשים און אין די מקוואות

"עס ליגט א פליכט אויסצושרייען עס איז אנגעקומען צו אונזער מדינה א גרויסע רשע פון ארצנו הקדושה ער האט פארשפרייט און די גאנצע וועלט דברי כפירות ומינות -עס איז א חיוב אויסצושרייען- ער האט אויסגעשריגן פאר די וועלט אז כלל ישראל איז געווען פאוערלעסס וואויסלעסס עפרא לפומי'
כלל ישראל איז נישט געווען וואויסלעסס אונז האב מיר געהאט א גרויסן באשעפער אלעמאל אונז האב מיר זיך געוואנדן צום באשעפער אונז זען מיר נישט געווען וואויסלעסס אונז האב מיר געהאט א קו"ל התורה און קו"ל התפלה בזמן שהקול קול יעקב איז געווען אין הידים ידי עשיו יזרוק צואה רותחות לתוך פיו צו זאגן אז אונז זען מיר געווען וואויסלעסס חלילה אונז זען מיר געווען וואויסלעסס אונז זען מיר נישט געווען פאוערלעסס אונז האב מיר געהאט דעם באשעפער והו"א שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד וכו' והקב"ה מצילנו מידם הקב"ה האט אפגעהיטן אידישע קינדער במשך דעם לאנגן ביטערן גלות

אונז האב מיר געליינט די מגילה מ'האב מיר נישט געהאט קיין ארמעי מ'האב מיר נישט געהאט קיין גענערעלער איין זאך האב מיר געהאט א באשעפער האב מיר געהאט

אידישע קינדער האבן געהערט זיינע דברי כפירה מ'דארף זיך פשוט רייסן קריעה

הייליגע פייערדיגע דברי אמונה פשוטה

הייליגע אידן לאמיר היטן וואס אונז רעד מיר און וואס אונז הער מיר און וואס אונז זעי מיר

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 9:04 pm
דורך קאווע טרינקער
איך בין תגובהלעסס.

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 9:06 pm
דורך chusid
אסתר האט געמוזט גיין לאביען ביי פרעזידענט אחשורוש צו באקומען פאליטישע און מיליטערישע שטיצע צו קענען האקן קעפ פון אלע שונאים. ...

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 10:35 pm
דורך פלאוויוס
זיכער. זיכער. א גרויסער חלק פונעם נס פורים איז געווען "להקהל ולעמוד על נפשם". אן דעם חלק וואלט מען קיין פורים נישט געקענט פראווען. וואונדערט מיך וויאזוי דאס ווערט לחלוטין אויסגעשניטן פונעם נס פורים אין די קאסעטלעך/ביכער/צעטלעך פון חדר וכו'.

#סעלעקטיווע געשיכטע

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 10:40 pm
דורך יאיר
רחמנא ליצלן, א היימישער רב האלט א דרשה בלשון עם זר. וואו קען מען הערן די היסטארישע דברות קודש?

אונז זעמיר נישט Powerless אונז זעמיר נישט Voiceless

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 11:04 pm
דורך יאסל ראקאווער
דא קען מען הערן די דרשה

https://docs.google.com/file/d/0BycPsS4 ... cslist_api

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2015 11:06 pm
דורך פרייוויליג
גאנצל האט געשריבן:פארגאנגענעם פורים בעת דעם הייליגן משתה היין טיש ביים סאטמארן רבי'ן מהר"א האט די רבי שליט"א אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור פייערדיגע דברי מחאה אויף די ווערטער פונעם ראש ממשלת הכופרים און בעיקר אויף דעם אז אידן מאמינים בני מאמינים זאגן עס נאך נאך און די בתי מדרשים און אין די מקוואות

"עס ליגט א פליכט אויסצושרייען עס איז אנגעקומען צו אונזער מדינה א גרויסע רשע פון ארצנו הקדושה ער האט פארשפרייט און די גאנצע וועלט דברי כפירות ומינות -עס איז א חיוב אויסצושרייען- ער האט אויסגעשריגן פאר די וועלט אז כלל ישראל איז געווען פאוערלעסס וואויסלעסס עפרא לפומי'
כלל ישראל איז נישט געווען וואויסלעסס אונז האב מיר געהאט א גרויסן באשעפער אלעמאל אונז האב מיר זיך געוואנדן צום באשעפער אונז זען מיר נישט געווען וואויסלעסס אונז האב מיר געהאט א קו"ל התורה און קו"ל התפלה בזמן שהקול קול יעקב איז געווען אין הידים ידי עשיו יזרוק צואה רותחות לתוך פיו צו זאגן אז אונז זען מיר געווען וואויסלעסס חלילה אונז זען מיר געווען וואויסלעסס אונז זען מיר נישט געווען פאוערלעסס אונז האב מיר געהאט דעם באשעפער והו"א שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד וכו' והקב"ה מצילנו מידם הקב"ה האט אפגעהיטן אידישע קינדער במשך דעם לאנגן ביטערן גלות

אונז האב מיר געליינט די מגילה מ'האב מיר נישט געהאט קיין ארמעי מ'האב מיר נישט געהאט קיין גענערעלער איין זאך האב מיר געהאט א באשעפער האב מיר געהאט

אידישע קינדער האבן געהערט זיינע דברי כפירה מ'דארף זיך פשוט רייסן קריעה

הייליגע פייערדיגע דברי אמונה פשוטה

הייליגע אידן לאמיר היטן וואס אונז רעד מיר און וואס אונז הער מיר און וואס אונז זעי מיר

עס ליגט א פליכט אויסצושרייען דעם וויי געשריי אז מען זאל לייגן א געוויכט אויסצושארפענען דעם מאמע לשון און זאגן ״גענעראלן״ ווי איידער גענערעלער. אזוי דערמיט וועט די ״וואויסלעס״ און ״פאווערלעס״ פארוואנדעלט ווערן אין ״צינגלאז״ און אין ״מאכטלאז״. אבער אפשר זעט די דרשה אויס מער דראמאטיש ווען מען פלעכט אריין ענגלישע ווערטער, משטיינס געזאגט דער רשע אליין איז געקומען, וועט מען עפענען דעם אלטן עפרא לפימא לעקסיקאן און ווארפן שינד רייד פון איין עק וואטסעפפ ביז קול סאטמאר...

אבער דער צינג האט געגליטשט ווען ער האט געטייטעלט מיטן פינגער אויף דעם ווארט פאווערלעס אלס דברי כפירה. עס איז ליידער געווען א ביטערע פאקט, און איז מיילן ווייט פון דער ווארט כפירה. מען האט געמארדעט אונזער בלוט ווען דער וואויסלעס האט אפגעהילכעט פון די קרייציגען ביז דער האלעקאוסט. געוויס, כי כן צוה ה׳, אבער עס איז א חוב שכלי וקדוש זיך צו דיפענדען און אויסשרייען ״אונזער בלוט איז נישט הפקר״!!!

און געוויס ברויכן מיר רייסן קריעה ווען מיר ווערן געפירט ווי ארבעס צו א וואנט, ווען עס ערשיינען כסדר היליכיגער ציטאטן געפלאכטן מיט פייער און וואסער. שלא ימוש החוט הפארטיי.

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 1:58 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:רחמנא ליצלן, א היימישער רב האלט א דרשה בלשון עם זר. וואו קען מען הערן די היסטארישע דברות קודש?

ס'איז קעיגן די מיהאלאוויצער תקנות... :roll:
נאר אינז האבן געהערט א נייעם אויסדרוק פון רבינו הקדוש הגאון והקדוש לגזירה שוה. עפרא לפומיה, דאס איז שוין אן אלטער אויסדרוק די רבעבע שליט"א האט עס נאך גענוצט אקעיגן קאשויער רב זצ"ל. אבער ער האט דאך עפעס מחדש געווען..."יזרק צואה רותחת לתוך פיו":...!

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 2:49 pm
דורך פלאוויוס
א דאנק @יאסל ראקאווער פאר'ן צוברענגען די דרשה פון מהר"א טייטלבוים. ס'הערט זיך היבש טעאטראליש, און לדעתי איז עס גארנישט קיין שלעכטע דרשה פון א ציוניסטישן שטאנדפונקט. בסך הכל פילט ער וויכטיג צו אדרעסירן דעם בליק פונעם יהדות החרדית צו דעם וואס דער סעקולערער פרעמיער האט געזאגט אינעם קאנגרעס. אזא מחאה (מיט אפאר קליינע מאדיפיצירונגען) איז נישט אפגעפרעגט פונעם רעליגיעזן-ציוניסטישן קוקווינקל, און מ'קען אפשר זען דערין דעם אנהייב פון א פרא-ציוניסטישער רעוואלוציע אין סאטמאר. דער בעל ויואל משה וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזא סענזאציע פון אפאר ווערטער פון א ישראלישן פירער אינעם אמעריקאנער קאנגרעס.

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 2:50 pm
דורך גאלד
אויב איר באמערק דער נתניהו דריקט זיך אלס אויס אז "ענדליך קען דאס אידיש פאלק זיך אליינס באשיצן", ער זאגט קיינמאל "ענדליך וועט דאס אידיש פאלק זיין בטח ושאנן בלי שום פגע" ווייל ער קען דאס נישט זאגן, והדברים ברורים,
טענה איך אני הקטן איך וואוין דא אין אמעריקע און איך קען מיך אויך דא אליינס באשיצן, טאקע נישט אלס א איד אבער אלס א אמעריקאנער בירגער,
ווען עברעהעם לינקאלן האט געזאגט ביים היסטארישן געטיסבורג אדרעס "אוו די פיפל, פאר די פיפל, ביי די פיפל", כ'דענק נישט ער זאל דארט האבן געזאגט "עקסעפט דשוס", מיינט דאך דאס אז איך בין א חלק פונעם אמעריקאנער אינסטיטוציע, איך שוץ מיך דא אלס א אמעריקאנער בירגער גארנישט אנדערש ווי דער שחור פון הארלעם אדער דער ווייסער פון טעקסעס, איך בין דער זעלבער מחותן,
איי וועט איר טענה'ן אז ליידער האט דאס אידיש פאלק זייער א שלעכטער עקספיריענס און דעם הינזיכט אז די אומות העולם זאלן נישט פון איין טאג אויפן אנדערן טוישן דעם דאשיק?
גערעכט, איך בין מודה אז יש דברים בגו איך מאך עס נישט אוועק,
אבער לעת עתה איז עס א "חשש", ממילא, וויפיל חששות ס'דא אין אמעריקע איז דא פי כמה אין די מדינה, לעצטע וואך האט דער ראש הממשלה געליאמערט אז דער עקזיסטענס פון זיין מדינה הענגט אויף א דרשה וואס אן דעם דרשה איז רח"ל, תוצאות מי ישורנו,
ממילא זאג איך פאר דעם נתניהו, "נא טענקס", איך העל ענדערש זיך דיפענדן אין א מדינה וואו איך ברויך זיך נישט אזויפיל דיפענדן, ווי איידער זיך טאג און נאכטן דיפענדן, פון א ביליאן ארכי שונאים, אבי למען הפורים אז מ'דיפענד זיך "אלס איד",

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 2:55 pm
דורך פלאוויוס
הרב גאלד, מאמענטאל זעט טאקע נישט אויס אז אידן אין אמעריקע זאלן זיין אין סכנה, אבער א ריזיגער פראצענט פון כלל ישראל געפינט זיך נישט אין אמעריקע. האבן מיר אן אחריות פאר זיי אדער נישט?

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 3:22 pm
דורך diff
דער עיקר מיינט מען דער אויספיר אשריכם קרית יואל

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 3:24 pm
דורך פרייוויליג
גאלד האט געשריבן:אויב איר באמערק דער נתניהו דריקט זיך אלס אויס אז "ענדליך קען דאס אידיש פאלק זיך אליינס באשיצן", ער זאגט קיינמאל "ענדליך וועט דאס אידיש פאלק זיין בטח ושאנן בלי שום פגע" ווייל ער קען דאס נישט זאגן, והדברים ברורים,

קיין שום לאנד קען נישט זאגן 'בטח ושאנן בלי שום פגע', מען זוכט אלס פשוט מיטלען זיך צו באשוצן, ווייל טערעריסטן זענען דא איבעראל, און וועט זיין איבעראל אזוי לאנג ווי דער בני ישמאעל געפונט זיך אויפן פלאנעט.