בלאט 2 פון 5

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 3:14 pm
דורך כוכב
נעם נאר פון גאר הויכער קוואליטעט.
איך וויל נישט אנלייגן מיט טויזנטער ארטיקלען.
זיי מגיה די ארטיקלען. מאך מיך איין גרויסע ווארד פייל.
אויך פרעג פישלען וואס ער האט שוין צוזאמענגענומען און וואס מהאט שוין געדרוקט ווייס איך נישט צי מזאל איבערדרוקן.
לייג ארין יאירס ארטיקל פון פאריאר נאך פסח.
לעיקוואד האט אפשר אויך סחורה מאך א סוירטש.
קום אויף מיט א פאסיגע נאמען פאר א ביילאגע און שרייב אן אריינפיר. נישט נאר א שכויעח וכו', זאל זיך אנהויבן מיט א שטיקל געדאנק.
נו, שווער צו ארבעטן פאר כוכב?!...

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 3:48 pm
דורך אפטעמיסט
אקעי

יאיר'ס ארטיקל איז טאקע געווען א היט. מיינסט יענע ארטיקל פארוואס יענער טוט אלע מנהגים מיט א תמימות. כ'געדענק.

כ'וועל זוכן נאך און קארדאנירן מיט פישעלע.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 7:42 pm
דורך אפטעמיסט
אה"נ, די שאלה איז נאר וויפיל נייע ארטיקלעך מ'וועט האבן. אויב האט מען גענוג, פעלט פשוט נישט אויס.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 7:43 pm
דורך כוכב
סדא אסאך גוטע געדאנקען וואס מ'קען טון אבער למעשה האב איך גענומען אויף מיר צו צושטעלן בעזה עפעס ערשטמאליג און פרעצעדענטלאז.
איך מוז מיך האלטן צום אריגינעלן פלאן ואם לא כן אין לדבר סוף.
אויך איז דא א לימיט וויפיל מקען ארויפלייגן אויפ'ן גראפיקער.
יעצט איז דער צייט צו באפעסטיגען די ביז יעצטיגע פלענער וואס קענען נאך נוצן סיי הילף און סיי רחמי שמים און נישט זיך זוכן נייע מצות.
נאך א נקודה, ווער וויל ארויסהעלפן שאפן א שטיקל קאסע פאר'ן גראפיסט?

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 6:39 am
דורך כוכב
וואס זאגט דער עולם צו משה ניו יורקער?

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 7:34 am
דורך פישלע העררינג
כוכב האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו משה ניו יורקער?

ס'טאקע דא אזא איד? ס'זעהט מיך אויס ווי דער מחבר טרייבט שטילע ליצנות פון חסידי'שע מעשיות, ער קאמביינט שבחי בעש"ט מיט אלע דערציילונגען פון צדיקים אונטער איין דאך... איז "דאס" דער עקספאויז'ער וואס קאווע שטיבל זוכט יעצט? איז דאס וואס כוכב זוכט ארויסצושטעלן אויף דער גאס אלץ רעפריזענטעטיוו פון וואס מען קען אלץ לייענען אין שטיבל?

איך וואלט נאכ'ן גאנצע מעשה געמאכט א שטערנדל, און אריינגעגאנגען אין א כמו נמשל בדרך מוסר, בלא בלא בלא, כדי צו כשר'ן דעם באשרייבונג.

נ. ב. יא, איך כאפ דער הומאר און קריעטיוויטי פון דעם ארטיקל.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 8:08 am
דורך כוכב
בכלל נישט קיין וויץ. דעם שטיינבערג קען איך. דער ארטיקל איז האלב פון אן ארטיקל וואס איז געדרוקט געווארן אין א ניקלשברוגער גיליון.
איך זוך נישט צו פראמאוטן גארנישט און איך פארטרעט נישט ק'ש. איך וויל צושטעלן א אינטערסאנטע און קריעטיווע פראדוקט.
ובכן איז נאכאמאל די שאלה איז דער ארטיקל אינטערסאנט פאר עמיצער?
[tag]פלאוויוס[/tag]

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 8:32 am
דורך אפטעמיסט
וואס רעדט מען דא וועגן?

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 8:34 am
דורך כוכב
קוק אימעיל.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:07 am
דורך פישלע העררינג
אויב ביזטו קאמפארטעבל מיט עס האלט איך שטארק דערפון ליטעראטוש. ס'איז א מלוה מלכה מעשה אויף סטעראוידס. זייער זיס.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:09 am
דורך פישלע העררינג
לגבי דער געבראקקטס ארטיקל, עס איז שיין. מיט די טשאדעלעך צום סוף אויך. איין זאך נאר, ער ברענגט אז דער יעב"ץ איז זיך כאילו מתייחס צו דער מנהג החסידים לגבי געבראקטס, לכאורה איז עס נישט מדויק, מ'דארף בודק זיין אויב דער יעב"ץ האט בכלל געלעבט בזמן החסידים און אויב ער איז זיך מתייחס צו זייערע מנהגים.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:49 am
דורך אפטעמיסט
רבי יעקב עמדין איז אוועק נאך דער בעש"ט

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:16 pm
דורך מה הוא
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן…
איך האלט אז אפי' מען נעמט עפעס אלטע זאכן זאל מען עס נישט מאכן אין קיין עקסטערע ביילאגע עס זאל לויפן ווי אלע ארטיקלען עס האט נישט קיין פשט אן אויסגאבע מיט עטליכע ביילאגעס
[איך קלער נאר]

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 1:27 pm
דורך כוכב
ביזדערווייל האט מען נאך גארנישט צוזאמענגעקליבן ווי ווייט איך ווייס.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 1:31 pm
דורך אפטעמיסט
דא איז יאיר'ס אשכול "איינדרוקן פון פסח"

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 1:34 pm
דורך אפטעמיסט
איך וואלט אויך געלייגט דעם אשכול פון יאיר.

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 6:22 pm
דורך כוכב
[tag]אפטעמיסט[/tag] שטעל אויך אריין קארלס אשכול. שיק מיר די אלע אשכולות אין א ווארד פייל.
[tag]פישלע העררינג[/tag] מהערט נישט פון דיר, האסט עפעס געטון מיט די געבראקטס ארטיקל?

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 6:30 pm
דורך אפטעמיסט
מיינסט די מאשין מצות אשכול?

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 6:39 pm
דורך כוכב
יא.

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 6:41 pm
דורך אפטעמיסט
אקעי

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:52 am
דורך כוכב
א שטיקל ליסטע פון ספאנסארס
אפטע
נולד מאוחר
ראובן
קעלנער
אספקלריה
סמבטיון

שוין געענדיגטע

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:21 pm
דורך מה הוא
די אלע איז שוין פארטיג אויסגעשטעלט
איזהו חכם
צושטערטע דרשה
והגדת לבנך
ילפינן יציאה מיציאה
משה איש אלוקים
ערעב יוד
פסח על שום מה
ספר האישים 25%

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 12:44 pm
דורך כוכב
ווער וויל רעדאגירן יצחק לאווי'ס ארטיקל?
[tag]שמעקדיג[/tag]