בלאט 2 פון 8

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:35 am
דורך [NAMELESS]
מעידזאר פראדזעקט פאר כוכב'ס פהסח פראעקט! מאכן א דעבאטע צווישן לעיקוואד און רב לאווי, יאיר וועט זיין די מאדערעיטער,

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:40 am
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מעידזאר פראדזעקט פאר כוכב'ס פהסח פראעקט! מאכן א דעבאטע צווישן לעיקוואד און רב לאווי, יאיר וועט זיין די מאדערעיטער,

גרא'דעמעכעלע: כ'פארשטיי נישט. כוכב האט דאך געוואלט האבן דעם כבוד. ואם לא כן, למה זה אנוכי...?

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 2:27 am
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:האב איך אנגעפרעגט ביי לעיקוואוד'ן אין אישי וואס ער זאגט אויף דעם מר. לאווי, שרייבט ער מיר צוריק אזוי:
קודם כל, די גאנצע זאך פון מאכן א וועבסיייט איז סתם א משוגעת, און דער לאווי אויב איז ער טאקע אזא קלוגער ווי ער שטעלט זיך אהער דארף נישט די אלע שטותים. און בכלל איז ער סתם א טיפישער פאסטמאדערניסט, א גרויסע קונץ צו זיין א פאסטמאדערניסט פונקט נאך מאדערניזם. לאמיר זען ער זאל פאראויסזען וואס די וועלט גייט האלטן הונדערט יאר ארום. מיר זעט אויס ווי ער האט זיך אנגעטרונקען מיט א גלעזל וואדקע און געשריבן אפאר נארישקייטן, און ער רעדט זיך איין אז דא ליגט עפעס טיפע חכמות נשגבות. בכל אופן זעט מיר אויס אז זיין גאנצע טעאריע איז געבויט אויף דעם אז מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס דאס מיינט רעאליטעט, אויב אזוי ווייסט ער נאכנישט וואס ער אליין איז, און דעמאלט ווייסט ער אודאי נישט וואס ער זאגט, איז וואס זאל איך ליינען איינעם וואס ווייסט נישט וואס ער אליין האלט ואין לי כח להאריך יותר.


אפשר זאגסטו מיר פון וועלכע טעאריע פונקטליך דו רעדסט :)

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 2:28 am
דורך לעיקוואד
עמעזאן האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:עכ"פ, לגבי מיר קען איך דאך יא מחליט זיין, ווען איך שטארב, אחר מאה ועשרים בלא בלא בלא, בין איך דא מוסר מודעה, זאל מען שרייבען אויף מיר א גרויסער הספד, מיט מיין נאמען און מיין טאטע'ס נאמען, און מען זאל אלעס באשרייבען און נישט שוינען גארנישט. בעצם אפשר אויך בחיי, אויב איינער וויל דווקא. עכ"פ לאחר מותי זיכער. און מען זאל גארנישט אויסלאזען. נישט צענזורירען נישט די מצוות און נישט די עבירות. אלעס איז כתוב וחתום אויף די אינטערנעט סייווי.

און יא דאס האט שוין מרן געשריבן איבער א יאר צוריק, איך האב זיך די גאנצע צייט געווינדערט פארוואס די התגלות פאסירט נישט, דעמאלטס בין איך געווען זיכער אז ביז א טאג צוויי באסט אן התגלות, מיט די צייט האב איך איינגעזעהן יא יא רעדן קען אויך לאמיר זעהן טוה למעשה, און למעשה האמנתי כי אדבר פון אזויפיל רעדן דערפון האט ער באמת אנגעפאנגען צו גלייבן דערין,

דערווייל האט עס נישט געארבעט ווייל מארנצן האט זיך אנגעשריבען א גאנצער טאץ מיט הגזמות און שבחים כמנהג בעלי בתים חשובים דקהילתינו און האט פארגעסן ארויסברענגען די חסרונות און עבירות. וועלן מיר מוזן ווארטן אויף א צווייטער זאל טאקע פארציילן די גאסיפ און קריטיק.

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 12:51 pm
דורך טאמבל סאס
די מערסטע בין איך לעקיוואד'ן מקנא אויף וואס
מאראנצןזאפט אויף לעיקוואד האט געשריבן:אפילו אתה נותן לי כל כסף וזהב ואבנים טובות ומרגליות שבעולם, איני דר אלא במקום תורה

איך טראג צו אים א טיפן רעספעקט צוליב דעם.

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:20 pm
דורך בר דעת
עס איז צייט פאר א פרישע גילוי, איך בין נאך א ניק פון דעם זעלבן עילוי לעיקוואד\יצחק. די סטיל איז אנדערש אבער ברוב גאונותי קען איך ארומטוישן (כידוע בקבלה פושט צורה ולובש צורה און אין ליטעראטור איז עס גאר אסאך דא, והדברים ידועים ואין כאן מקומו)


אופס, איך האב זיך איינגעשריבן מיטן בר דעת ניק, אוי איך האב יעצט געוואלט מגלה זיין מיין יידל ניק. אקעי, איך וועל זיך נאכאמאל איינשרייבן און מאכן א גילוי אחר גילוי

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 4:02 pm
דורך berlbalaguleh
בר דעת: ווען דו מאכסט א גילוי אחר גילוי זאלסטו נאר זען אז ס'זאלל נישט מקויים ווערן וואס ס'שטייט אין פסוק נאך ..."ולא תעלה במעלות על מזבחי אשר לא תגלה"...!

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 5:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
אדער איז אין גילו אחר גילו אלא לכסה

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 3:07 pm
דורך געוואלדיג
יאוועט זיך דער עולם איבער א אשכול מיטן נאמען יסודות פון אמונה 1 כוזרי און יעידער שרייבט זיין מיינונג,
זיץ איך ביים קאמפיוטער און פראביר זיך אויס'משל'ען דעם [tag]מאטי[/tag] ווער איז ער און וויאזוי זעהט ער אויס,
איך קען מחליט זיין אז ער איז א ראדני איד מיט א ריכטיגע שטאפענע (סעלפאון פון די לעצטע וואך, קרעדיט: שטאפענע קאפעליטש) און ער האלט אז בעצם קען מען גוט אויפווייזן אמונה עפ"י כוזרי אבער ער איז חושש אז אנדערע פארשטייען דאס נישט גענוג מען האט נאך נישט גענוג מסביר געווען, נו וואס טוהט מען? מען וועט פראבירן אפפרעגן, און מיני ומינך תסתעיה מילתא וויל איך איהם א וודאי טרעפן און זאגן א הארציגע יישר כח,
אדער קען איך מיר זיך פארשטעלן ווי מאטי איז גאר א ווייס גאי א מורד אין די סיסטעם פון אונזערע אנוסים און ער האלט טאקע אז אמונה איז א נארישע זאך אוטן ער שטעלט דא פאר זיין מיינונג, און אויב אזוי וויל איך מיט איהם נישט שטיין אין ווארט,
אדער קען זיין אז ער איז סתם א דורכשניטליכער אינגערמאן וואס וויל אמת'דיג פארשטיין וואס מען וויל אין יענעם אשכול,
אדער פלעין אזא איינער מיט א פולע פעך שווארצע בארד און ביי די זייטן פון דעם מויל אזא סארקאסטישן שמייכל זעענדיג וואו ער דרייט דעם רעדל און ער באטראכט ווילאנג וועט נאך אנגיין די צויבער ראד וואס יעדער זאגט איבער און איבער די זעלבע זאך.

מצד שני דער [tag]געוואלדיג[/tag] קען זיין איינער וואס איז א ריכטיגער ארויס געפאלענער, ברוגז אויפן סיסטעם און וויל פשוט מאכן דאס גענאר פון דעם עולם און ארויף ברענגען נארישע טענות בשבח הוכחות האמונה און אזוי וועט יעדער זעהן אז מען קען דאס נישט אויף ווייזן, און נאך יעדע תגובה לאכט ער א גוטס ווען ער זעהט ווי זיין פלאן ארבעט זיך אויס און מען פרעגט איהם גוט אפ, ער ווארט קוים אויף די מינוט וואס מען מאכט אוועק הוכחות,
אדער פילט ער טאקע אין דעם א שליחות ללמד תועים בינה צו אויפווייזן פאר די וואס ווייסן נישט די אמת'דיגקייט פון תורה און עס איז בלתי לה' לבדו,
און אויך קען זיין אז ער איז גאר דער וואס זיין גאנצע שרייבן איז נאר אז דער אשכול זאל נישט איינשלאפן און זאל אנציען וואס מער זייטן,
דאס איז ווילאנג איך קען נישט ביידן און איך ליין נאר זייערע ווערטער, אבער אין די מינוט וואס מען איז זיך מגלה וואס האט טאקע אסאך מעלות אין דערזייט האט דאס אבער די חסרון אז עס נעמט אוועק די שטארקייט פון די ווערטער און עס מישט זיך אריין אויך יענעמס כאראכטער און לבוש חסידות וכדו' ולכן דעתי הקלושה איז קעגן התגלות, (חוץ אויב וועל איך חלילה פארן חול המועד און פון הימל וועט מען גוזר זיין צו נתגלה ווערן).

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 3:27 pm
דורך הוגה
עס קען גאר זיין אז מאטי און געוואלדיג זענען איינס און די זעלבע. :?

לעצם הענין, די פאקט אז דו ווילסט שטערקער ארויסברענגן א פונקט גיבט נישט קיין רעכט צו מאכן די גענאר פון אלע אנדערע ק"ש מיטגלידער. ובכלל, אויב ביסטו אויף א mission צו האבן א השפעה לטב או למוטב, בין איך דיר מודיע אז אזאנע געימס אין פאנטאזיע לאנד האבן א גאר קנאפע השפעה אין דער real world.


אגב, וואו קומט דער שמועס אריין אין יצחק'ס אשכול? לאמיר נישט פארדרייען יענעמ'ס שמועס.


.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:29 pm
דורך ביבער
וואו וואוינט דער רבי?

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 9:44 pm
דורך יאיר
ביבער האט געשריבן:וואו וואוינט דער רבי?

אין די אינטערנעט. ווען די אינטערנעט ווערט לאנגווייליג גייט ער אריין אין דעם קאווע שטיבל שמועסן אביסל גאסיפ.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 9:50 pm
דורך שמערל
ער מיינט צו פרעגן שבת

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:08 pm
דורך שמעקעדיג
וואס דער שאלה? בביתו נאווה קודש.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:29 pm
דורך ונבנתה העיר
יאיר האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:וואו וואוינט דער רבי?

אין די אינטערנעט. ווען די אינטערנעט ווערט לאנגווייליג גייט ער אריין אין דעם קאווע שטיבל שמועסן אביסל גאסיפ.

עם הארץ, דו ווייסט נישט אז דער רבי האלט אז אינטערנעט איז קיין חפצא ניט?

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:43 pm
דורך יאיר
אבער איך האלט אז יא. און דער רבי האט אונז געלערנט דברי הרב ודברי התלמיד שומעין דברי התלמיד.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:05 pm
דורך מאטי
ונבנתה העיר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:וואו וואוינט דער רבי?

אין די אינטערנעט. ווען די אינטערנעט ווערט לאנגווייליג גייט ער אריין אין דעם קאווע שטיבל שמועסן אביסל גאסיפ.

עם הארץ, דו ווייסט נישט אז דער רבי האלט אז אינטערנעט איז קיין חפצא ניט?


אבער מורינו איז דאך נישט תופס מקום, איז דאס נישט קיין פראבלעם.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 1:14 am
דורך [NAMELESS]
א טיפער שמייכל פוהל מיט אהבת הבריות ורצון להשפיע

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 12:21 pm
דורך כוכב
אור מופלא רום מעלה הרב [tag]יצחק לאווי[/tag] אין א מצב פון שוועבנדער דביקות בין רומי השמים לעומקי התהום, מיט א פארפלאמטן געזיכט כולו אומר שלוות וחדוות הנפש בעת עבודתו בקודש דעם פארלאפענעם פורים תשע"ה.

בילד

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 4:35 pm
דורך שמעקעדיג
געווענליך איז די קאליר פון 'אור' אראנדזש
זעהט אויס אז 'אור מופלא' איז פורפל..

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 4:50 pm
דורך מאטי
אינאיינוועגס באקענט מען זיך מיט דעם גרויסן ברען וואס מורינו פארמאגט, ח"ו, נישט עובר צו זיין אויף צער בעלי חיים, האנט ביי האנט מיטן נישט ח"ו מוותר זיין אויף דעם חסידיש'ן לבוש, אויסוועלענדיג א שטריימל מיטן קלענסטן מאס ביבער שוואנצן וואס איז נאר שייך.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 4:55 pm
דורך טאמבל סאס
פאר מ'באשאפט פאר אים א וויקיפידיע פעידזש, האט ער שוין אן עולם אין רעיל לייף?

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 7:25 pm
דורך אפטעמיסט
מרן עסט און גייט אין ביהכ"ס אדער איז ער א מלאך במלוא מובן המילה?