בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 6:07 pm
דורך אליצפן
עזריאל האט געשריבן:שכוח שוין געקויפט

אגב אינק דארף מען נישט קויפן די ארגינעלע

גערעכט, אבער ע"פ רוב קויפן מענטשן יא די אריגינעלע, מיט די קאמפעטיבול האט מען אסאך פראבלעמען. ס'לוינט זיך נישט די פאר דאללאר וואס מען שפארט זיך.

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 6:09 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז נישט אפאר דאלאר עס איז העלפט די פרייז

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
אליצפן האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:שכוח שוין געקויפט

אגב אינק דארף מען נישט קויפן די ארגינעלע

גערעכט, אבער ע"פ רוב קויפן מענטשן יא די אריגינעלע, מיט די קאמפעטיבול האט מען אסאך פראבלעמען. ס'לוינט זיך נישט די פאר דאללאר וואס מען שפארט זיך.

ווענט זיך וועלכע, סדא אסאך פון די קאמפעטיבול וואס ארבעטען פונקט ווי די עכטע

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 9:59 pm
דורך יין שרף
וועלכע 4 אין 1 קומט אויס די בעסטע פרייז מיטן כסדר דארפן צוקויפן טאונער, אפילו די מאשין קאסט אביסל טייערער?

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 11:37 am
דורך לית דין בר נש
כאליצפן ועוד האב איך מיר זייער אפגעבריט מיט די קאמפעטיבול עס האט מיר באגראבן א $600 מאשין
איך האב געקויפט א נייע מאשין און איך ניץ נאר די ארגינעילע טאנערס וראיתי הרבה נחת

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
איינע פון די גרעסטע חסרונות פון אינקזשעט פרינטער'ס איז אז מען דארף גאר אפט ריפלעיסן די אינק, סיי עס איז טייער, סיי מען דארף קויפן נאך טינט נאכאנאנד,

די ברייט באוואוסטע פירמע EPSON, וועלכע פראדוצירט פון די בעסטע אינקדזשעט פרינטערס אויפן מארקעט, האט לעצטנס אנגעהויבן פראדוצירן אינקדזשעט "עקא-טאנק/סופער טאנק" פרינטערס וואס פארנעמען ריזיגע אינק פלעשלעך - לויט זייער חשבון (מסתמא איבערגעטריבן) איז עס אזוי ווי 50 געווענליכע טינט פלעשלעך - וואס קומט אויס ביליגער און גרינגער צו מענעדזשן.

http://www.epson.com/cgi-bin/Store/jsp/ ... rinters.do

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:47 pm
דורך אלפא
ווייסט איינער פון א גוטע (- ביליגע אויב מעגליך) פרינטער.

* נישט קיין חילוק לעיזער/אינקזשעט, וועלכע עס קומט אויס מער עפארדעבעל פאר די לאנג ראן, און וואס מער PPS (- פאפיר פער סעקונדע).
* איך דארף עס פאר היים באנוץ, אמאל פאר גרעסערע וואליום פון פאפיר אויפאמאל (פרינטען א בוך וכדו').
* אטאמאטישע דאבעל סיידעד אפציע.
* לכתחילה מיט א סקענער און די אפציע פון קאליר פרינט - נישט מעכב..

יישר כח למפרע.

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא: לפי ידיעתי וואוינסטו דאך אין ענגלאנד. און די קאווע שטיבל באניצערס זענען מערסטנס אין אמעריקע.

איך בין זיכער אז אלע גרויסע מאניופעקטשורערס פון פרינטערס זענען רעפרעזענטירט אין די יו. קעי.

לי יצוייר אז דו וועסט טרעפן א קוואליטי פרינטער פאר א גוטן פרייז אין אמעריקע. וועט עס מעגליך זיין יצא שכרו בהפסידו. צוליעב די הויכע שיפינג קאסטן. אויך די דיוטי אפצאל פאר אימפארטס. אזוי אז ס'וועט זיך (כמעט) נישט האבן געלוינט.

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:40 pm
דורך קהל'ס נער
1. קויף א לעיזער פרינטער און נישט קיין אינקזשעט פרינטער
2. קויף נישט קיין HP פרינטער
https://www.amazon.com/stores/brother/M ... E0F6BBE7A0

דא האסטו א ווערייעטי פון Brother laser printers געוואנדען לויט וויפיל די האלטסו ביים ספענדן

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:56 am
דורך אלפא
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:17 pm אלפא: לפי ידיעתי וואוינסטו דאך אין ענגלאנד. און די קאווע שטיבל באניצערס זענען מערסטנס אין אמעריקע.

איך בין זיכער אז אלע גרויסע מאניופעקטשורערס פון פרינטערס זענען רעפרעזענטירט אין די יו. קעי.

לי יצוייר אז דו וועסט טרעפן א קוואליטי פרינטער פאר א גוטן פרייז אין אמעריקע. וועט עס מעגליך זיין יצא שכרו בהפסידו. צוליעב די הויכע שיפינג קאסטן. אויך די דיוטי אפצאל פאר אימפארטס. אזוי אז ס'וועט זיך (כמעט) נישט האבן געלוינט.
דו טרעף מיר די פרינטער, איך וועל שוין זוכן די זעלבע מאדעל דאהי!

Re: איך זיך צו קויפן א פרינטער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:48 pm
דורך אלפא
אלס אל תמנע טוב וויל איך פשוט אויספירן מיט מיין פיינעל החלטה - מיט וואס איך בין דערווייל זייער צופרידן.

עס איז אן EPSON - EcoTank, אינקזשעט, עס איז א רעלאטיוו נייע סעריע פון פרינטערס, זייער קלאר, שנעל, זייער עפישאנט, און ביליג. עס אויפצוהאלטן און די אינק קאסטן אסאך ביליגער ווי די לעיזער פרינטערס. און ביי וועם איך האב מיר נאכגעפרעגט דערויף פארן קויפן האט מיר געגעבן גאר פאזיטיווע פידבעק!

דא איז עס אויף אמאזאן (איין ספעציפישע מאדעל.. עס איז דא א רייע פון אנדערע מאדעלן מיט פאשידעארטיגע פיטשורס אויך)

א רעוויו דערויף.
א קאמפאריסאן אין פרייז מיט א קאנאן לעיזער פרינטער.