בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:08 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב דער בעה"ב פארדינט שיין און דער ארבעטער באקומט זיך בלויז זיינע פאר גראשן דאן באלאנסירט זיך עס זייער שיין. קיין איין בעה"ב וויל נישט ווערן קיין ארבעטער. בדוק ומנוסה. עס איז פארט א געוויסע פרידאם וואס דער ארבייטער פארמאגט נישט.
ריכטיג, אבער וויפל מאל זעהט מען אז עס באלאנסירט זיך נישט און ביזנעס בעל בתים זענען סטאק אין וואס זיי טוען מחמת גיאות אדער טיפשות. זיי שפייען בלוט אבער מאכן נישט קיין לייטישן גרייצער. די פרידאם איז טאקע זייער זיס, אבער נישט ווען ביזנעס סאקט. א מענטש וואס האט א ביזנעס פאר א פאר יאר, און ער זעהט נישט קיין הצלחה, דארף ער "זיך" גוט אנקוקן צו ער טויג אלס בעל הבית און אויב יא גיין טוען עפעס אנדערש, נאכן מאכן ערענסטע ריסורטש.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:14 am
דורך רויטע וואנצעס
כפתור האט געשריבן:"די אמאליגע וועלט פון עפענען א פארחזערטע גראסערי אדער פיש סטאר איז דערנאך"
איך קען אפאר גראסעריס וואס האבן אריינגעבאכעט שווערע געלטער און עס מאכן אזוי ווי א באוטיק און זענען ליידיג. ווען זיי וואלטען גענומען די מיליאן דאללער און אינוועסטעט אין ביליגע פרייזן, וואלט ער געווען אסאך מער ביזי . אז מ'קען טוען ביידע איז זיכער גוט, אבער איך וואלט בעסער געצאלט $2 פאר א מילך און נישט אזא שיינע גראסערי ווי $3 און א שיינע. א רעסטאראנט אדער אן אדערע סארט געשעפט איז אפשר אנדערשט
גוטע נקודות. ס'איז אבער שווער צו זאגן בכלוליות די סיבה פארוואס א געשעפט איז נישט מצליח. א גראסערי למשל דארף האבן אסאך סיבות מצליח צו זיין היות קאמפטישאן היינט איז שרעקליך גרויס. א גראסערי דארף האבן: גוטע פרייזן, ריין, א גוטע לאקאציע, גוטע סיין, גוטע עדס, העפליכקייט, גוטע דעלוויערי פאליסי, נעמט וויק, נעמט פוד סטעמפס, פארקינג, ארדער איבערן טעלעפאן, קרעדיט (יש להאריך בנקודה זו), גוט געסטאקט, וכו'. די סיבה פארוואס א געשעפט איז נישט מצליח איז ווייל עס פעלט אים איינער פון די זאכן וכדומה להם, ס'איז שווער צו זאגן בכלוליות.
Re: פראגעס און ענטפערס אין ביזנעס אפערעטינג כללים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:04 pm
דורך אביסל צימישט
איך האב געטראכט אז דעי אשכול וועט זיין די גרעסטע פין אלע
קוקט אויס די עולם איז נישט אינטערסירט אין מאכען געלט
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:29 pm
דורך אייז קריעם
אביסל צימישט האט געשריבן:איך האב געטראכט אז דעי אשכול וועט זיין די גרעסטע פין אלע
קוקט אויס די עולם איז נישט אינטערסירט אין מאכען געלט
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
געזען לעצטנס א טייער ווארט:
"Well, it may be all right in practice, but it will never work in theory." -- Warren Buffett on how the academic community regards his investment approach
דער עולם און קאווע שטיבל איז ע"פ רוב academic געשטומט.