בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:21 pm
דורך פליקער
זיי ווילן אז מען זאל אנקומען און גן עדן ווי אמשנעלסטן, וואס פארשטייסטו נישט

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 10:02 pm
דורך petergrifin
װער איז זײ? זײ זענען אונז און אונז זענען זײ.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 3:28 pm
דורך געוואלדיג
יאיר אויך !!!!

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 7:46 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:א רחמנות אויף מילער שטריימלעך. סתם אונטערגעהאקט זיינע פיסלעך!


נישט דא קיין בעסערע עד ווי דעם. איך וואלט נישט געווען שאקד צו הערן אז מיללער האט געספאנצערט דער ארטיקל.


.

איך זעה אז דער עולם איז נישט באקאנט דא מיט די פאקטן ,
דאס איז געווען א פליק פון יואל אשר לאבין אנטקעגן מילער צוליב א סיכסוך פון נישט ווילן עטווערטייזען (באצאלן) פאר אן עד , (דער וואס איז געכאפט געווארן און סורפרייז דא איז הירצקע גרינפעלד פון דעם טריוביון...

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 8:14 pm
דורך יידל
אין וועלכע שפראך טייטשט עטווערטייזן באצאלן?

Re: ר' פייוויש, ר' זונדל, ר' נחום יא - און איך נישט! (מאמענט

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 8:20 pm
דורך הויזן טראגער
ובכן געלט, תן געלט, פחדך געלט

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 9:57 pm
דורך קאסטנער
איך קען פארגעסן פין נאכאמאל זען א עדורטייזמענט וואס זאל רעדן איבער מיר די בערזעל עפענער,

שטריימל סענטער'ס עד לויפט יעצט (איים סארי איך קען נישט ארויפלייגן קיין בילדער, ווער עס האט איז מכובד ארויפצילייגן)

אויפן גאס 'טיט זיך' וועגען שטריימלעך וואס זאגט די גאס?!!! נאך אלעמען שטריימעל סענטער איז נאמבער איינס


משוגע זאל ער זיין אראפ צי לאזן די פרייזן מאכן א סעיל אדער געבן נארמאלע סערוויס, איך דארף במילא קויפן א נייע שטריימל וועגען זרח האט אויך

Re: ר' פייוויש, ר' זונדל, ר' נחום יא - און איך נישט! (מאמענט

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:38 pm
דורך [NAMELESS]
IMG-20150401-WA0146.jpg

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:25 am
דורך געוואלדיג
יהדות החרדית זענען די זעלבע ווי המעוררים?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:45 am
דורך [NAMELESS]
.

Re: ר' פייוויש, ר' זונדל, ר' נחום יא - און איך נישט! (מאמענט

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 11:10 am
דורך חאצקעל שניידער
סזעט אויס וואו זיי טוען עס בכוונה ס׳שוין געווען דריי עדס פון מילער דעם פאר פסח סעזאן די ערשטע איז געווען די קול קורא , א אומגעהוירע חוצפה אוועקצונעמען דאס לעצטע ביסל ערנסטקייט וואס די קול קורא׳ס האבן נאך, און שפעטער די עד פון איר אויך וואס האט זיך שפעטער געטוישט די נעמען מן הסתם אז ווען די עולם וועט לעזן די שרייבעכצער געגן דעם זאל ער נישט כאפן פון וואס מרעדט.
נ.ב. דאס יאר האב איך נישט באמערקט קיין עדס פון קיין פסוקים אדער שטיקלעך פון דאווענען לאמיר האפן אז די אומגלייכע זאך האט זיך אויפגעהערט.

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 2:57 pm
דורך זייגער
טאקע אן אומגעהוירע חוצפה, [tag]חאצקעל שניידער[/tag].

כאילו קול קורא'ס האבן ביז היינט יא געהאט ערענסטקייט.
לץ איינער

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 5:03 pm
דורך Kool man
בר דעת האט געשריבן:די ארטיקל איז נישט איבער שטריימלעך, נישט איבער האנדא אדעסיס, נישט איבער לוקסוס. עס איז איבער א יסוד היסודות אין אונזער קאלעקטיוו תכונת הנפש אז עס פעלו אינדיווידואליזם. מען לעבט פאר יענעם און יעדער קאנפארמירט צו פארגעשריבענע קאמיונעל רולס און מען זעהט נישט קיין אייגענארטיגקייט. א גוטע פוינט און לאמיר נישט פארקריכן דערפון צו בלויז קליינע דוגמאות איינעם ארטיקל


ס'יז א אלגעמיינע פראבלעהם [אדער מהלך המחשבה], דער גוי טאנצט פונקט נאך די אנדערע ווייל ס'יז אין סטייל, צו ער גייט נייקי סניקערס, צו טאמי זשעקעטס וכד' וויל אלע זשאונסעס גייען אזוי, ס'זעלבע מיט קארס, מיט ברילען, און אפילו מיט העיר סטייל, ווי ס'גויעשט זיך אזוי יודישט זיך

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 6:22 pm
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:און שפעטער די עד פון איר אויך וואס האט זיך שפעטער געטוישט די נעמען מן הסתם אז ווען די עולם וועט לעזן די שרייבעכצער געגן דעם זאל ער נישט כאפן פון וואס מרעדט.ן.

להוי ידוע מילער בכבודו ובעצמו האט געבעטן דעם גראפיקער מידיע א'ט'ג' צו טוישן דעם נאמען נחום. ווייל מענטשן קענען מיינען אז עס ליינט זיך ווי נחום רויזענבערג ...(אפשר ווייל ער האט יעצט געקויפט א נייע שטריימל לכבוד זיין טאכטער'ס חתונה ?..) איך מיין זיי האבן עס געטוישט צו ר' יעקל אויב איך האב נישט קיין טעות. עס הערט זיך פאני אבער דאס איז געווען די מעשה דא ,