בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 1:24 am
דורך יודישע שרייבער
לית דין בר נש האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן ליל הסדר אבער ערב פסח איז אין צאנז גיוועהן א מנהג/קפידא זיך צו בייזערן
גאנץ ערב פסח צו נאר ביי מצות באקן?
לית דין בר נש האט געשריבן:וכן ראיתי אצל אבי וכן אני נוהג
פארוואס טאקע? אלעס וואס דער הייליגער ד"ח האט געטון טוסטו/טוט אויך דיין טאטע?
פארוואס פונקט ביי אזעלכע זאכן ווערן מיר אלע פרום?...
StopTheTerrorNow#



געוואלדיג האט געשריבן:מיילע וכן ראיתי אצל אבי, אבער וכן אני נוהג כאמירת אדם הראשון אכלתי ואוכל עוד?
נופת צופים האט געשריבן:א מין מנהג דאס. איך האב א מנהג מאכן אפאר גניבות יעדער ערב ראש השנה. און שרייטס מיר נישט אהן, ס'איז א מנהג.

שפתיים ישק, [tag]געוואלדיג[/tag]ע דיבורים, מתוקים מדבש ו[tag]נופת צופים[/tag].
נאך דא כאטש אפאר נארמאלע מענטשן אויפן וועלט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 9:58 am
דורך איך אויך
מן הסתם גיסט נישט נופת די מים אחרונים וואסער אונטער די טיש, טעמא דדא כטעמא דדא.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 2:43 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:א קינד קען אייביג פרעגן סיי וועלכע קשיא אדער שאלה. און ער/זי ווערט געענטפערט מיט א רואיגקייט...!

אפילו אויב למשל א קינד פרעגט עפעס פון די נטורי חרתא אדער דער דויטש אדער פליפ פלאפ?? :lol:

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 5:28 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ווען איינער פרעגט די פאני אויסטערלישע שאלות דארף איך אפילו נישט קוקן ווער דער שואל איז. נאר דו ברענגסט ארויף א שמייכל אויף מיינע ליפן. לענין. די ענטפער איז אז יא.

נאך איין זאך. אזוי ווי איך בין א שטיקל בעל דיקדוק, וויל איך אז דו זאלסט דיך אויסלערנען איינמאל פאר אלעמאל אז דער נאמען איז נישט ..."דויטש"...נאר ..."דייטש"...

מ'האט אמאל געפרעגט א (גוי'אישע) מאמע פארוואס זי וויל אז אז איהר יונגל/שייגעץ זאלל זיך אויסלערנען גראממאר און ספעללינג. האט זי געענטפערט אז ווען ער וועט שרייבן א האלד-אפ נאוט זאלל עס זיין על פי דיקדוק...!

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2018 9:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האפענונגען איז אייביג א סתירה צו שמחה. וואס מער מ'האפט, אלס ווייניגער מ'פרייט זיך.

נאר דאס אריין קומען צום סדר אומצוגעגרייטעהייט איז נישט קלוג. ווען איך לערן דורך די ראשונים און פירושים, זאגט זיך די הגדה לייכטער. איך דרשן, און אז די קינדער הערן אויס איז גוט, און אז נישט, געדענקען זיי אז טאטי דרש'נט פסח נאכט. זיי וועלן זיך סייווי אויפוועקן\צוריקקומען צו די קניידלעך.

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: נאר ביז דו וועסט אדורכלערנען אלע ספרי ראשונים ואחרונים וועלכע רעדן איבער די מצוה פון אכילת כזית מצה בליל פסח, וועללן דיינע קינדער זיין הונגעריג און מיעד. און דו וועסט (ח"ו) בלייבן אן אן אוידיענס ביי והגדת לבנך ביום ההוא...!

איך קען א איד אין אונזער משפחה וואס , חוץ וואס ער האט ליעב צו הערן זיין אייגענע שטימע, און ער איז א גרויסער בעל דרשן, איז ער אויך א פרומער. פרייטיג צו נאכטס פאר קידוש איז ער זיך נוהג אז ער זאגט אויס א יעדע שטיקל זמירות, און א יעדע שטיקל זוהר הקדוש, און א יעדע תפילה. אויך האט ער א מנהג אז ער זאגט ווידוי דרבינו נסים. און וידוי דרבינו יואל, פאר קידוש. הקיצור. דער עולם פלאצט. מ'איז הונגעריג און מ'האט נישט קיין געדולד צו זיינע שטיק. אויך איז ער...שששש...א שטיקל קאנטראל פריעק. ער האט אנגעזאגט פאר'ן קעיטערער אז מ'זאלל גארנישט ארויסגעבן ביז ער הייסט...! הקיצור. דער עולם האט זיך ארומגעזעהו אז ס'איז נישט קיין תכלית. האט מען אפגעמאכט ביי די נעקסטע שמחה אז מ'גייט אנהייבן די סעודה אן דעם חשוב'ן זיידע. מ'וועט מאכן קידוש און זיך וואשן צו לחם משנה און עסן די פיש. הקיצור, דער חשוב'ער איד האטציך געכאפט אינמיטן איינס פון זיינע ווידויים וואס ער האט געזאגט מיט די קאפ אויף די הענט אזוי ווי ביי תחנון, אז דער עולם פארט. און ער וועט בלייבן לעקיש...! האט ער מקצר געווען. און שנעלל אנגעיאגט מיטצוהאלטן די סעודה מיט'ן עולם, כדי ער זאלל האבן א געלגעגנהייט צו פארציילן זיינע זיכרונות פון די אלטע היים ווען ער איז נאך געווען א יונגל פון צעהן יאר. און זיין טאטע האט איהם מיטגענימען אום 3 אזייגער פארטאגס איינצוהייצן דעם ביהמ"ד. און אויך זיינע זיכרונות פון מונקא טאבאר. און זיינע זיכרונות פון זיין ערשטע דירה אויף די איסט סייד. בקיצור. נאך א שעה און א האלב פון דרשנ'ען האט ער איינגעזעהן אז ס'איז שוין נאך חצות. האט ער אויסגעשריגן הויעך...שיר המעלות...! און מער ווי די האלבע עולם איז שוין געשלאפן. ס'האט אויסגעזעהן אזוי ווי א שולחן הטהור פון די העיליגע סק'ווירא רעבע שליט"ע...!

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אקעי, די תורה ווערט נישט געמאסטען מיט כמות. נישט וויפיהל מפרשים מ'זאגט אויס איז די נושא. איך האב נאך קיינמאל נישט געפיהרט א סדר וואס מ'ענדיגט הלל נאך חצות, און איך יאג נישט. נאר אז מ'האט א מהלך אין די הגדה, מ'פארשטייט וואס דא טוט זיך, איז עס לייכטער איבערצוזאגען די שיעור. יא, זיי הערן נישט אויס, אבער מגיד נעמט גארנישט אזוי לאנג, און זיי קענען חלומ'ען, עסן כרפס נאכאמאל און נאכאמאל (א טאכטער האט היינט געזאגט אז זי קען קוים ווארטן פאר די כרפס אין זאלץ וואסער) אדער קוקן די בילדער אין די הגדה. אזוי האט אבער די סדר א צורה, און ווי זיי ווערן עלטער, קלאפען געוויסע זאכן אריין אין אויער. איך געדענק אזוי פון מיין זיידנ'ס סדר.

די עבודה-זרה פון זיך נישט רעגן ביים ליל הסדר

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 10:00 am
דורך נקודת-אמת
זוכה געוועהן א דורך צו ליינען ר' [tag]הוגה[/tag]'ס ארטיקל ולייקתיו, איך זעה די אלע מגיבים נאך דעם,
עטליכע האבן מיט געשטומט עטליכע האבן חולק געוועהן, אין א געוויסע בחינה האט יעדער איינער פון זיי רעכט צו זיינע רייד.

אבער ווען איך האב געזעהן דאס קעפל "די עבודה פון זיך נישט רעגן ביים ליל הסדר" אינעם 'אקטיווע אשכולות' האט מיר אויסגעזעהן אזוי ווי איך האב פאראכטן (ראה למעלה),
האב איך מעיקרא גאר הנאה געהאט פונעם קעפל, און אט די נקודה האבן א טייל פארפאסט דא,
אז ס'ווערט א גאנצע עבודה-זרה אט די נקודה פון זיך נישט אויפרעגן.

וואס צו מאהל קען זיין אז ווען נישט די א.ג. עבודה פון זיך נישט אויפרעגן, וואלט דער גאנצער סדר געוועהן אסאך רוהיגער...

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: און צוריקגעשמועסט. וואס איז די נקודה פון זיך יא רעגן...?! פארקערט. מ'טוט דאך אלע מיני השתדלות אז ס'זאלל זיין א געשמאקע און רואיגע אטמאספערע פאר די קינדער. כדי זיין זאללן זיך לערנען די נסים ונפלאות וואס די אייבישטער האט געטון צו די אידן אין מצרים...!

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 1:19 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אקעי, די תורה ווערט נישט געמאסטען מיט כמות. נישט וויפיהל מפרשים מ'זאגט אויס איז די נושא. איך האב נאך קיינמאל נישט געפיהרט א סדר וואס מ'ענדיגט הלל נאך חצות, און איך יאג נישט. נאר אז מ'האט א מהלך אין די הגדה, מ'פארשטייט וואס דא טוט זיך, איז עס לייכטער איבערצוזאגען די שיעור. יא, זיי הערן נישט אויס, אבער מגיד נעמט גארנישט אזוי לאנג, און זיי קענען חלומ'ען, עסן כרפס נאכאמאל און נאכאמאל (א טאכטער האט היינט געזאגט אז זי קען קוים ווארטן פאר די כרפס אין זאלץ וואסער) אדער קוקן די בילדער אין די הגדה. אזוי האט אבער די סדר א צורה, און ווי זיי ווערן עלטער, קלאפען געוויסע זאכן אריין אין אויער. איך געדענק אזוי פון מיין זיידנ'ס סדר.

ר' בערל באלעגאלע איז מעורר א ריכטיגער פונקט - דער עיקר מטרה פונעם ליל הסדר איז די מצוה פון והגדת לבנך און אריינברענגען אמונה אין די קינדער. וואס האט מען פון זיין עקסייטעד פאר די כרפס? דאס איז נישט דער ציל. יעדעס קינד, אויף זיין/איר מדריגה, דארף מען מסביר זיין די הגדה און די נסים. אויב די קינדער האלטן נישט מיט (לכה"פ א קליינע טייל), האט מען פארפאסט די ציל.