בלאט 2 פון 4
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:51 pm
דורך מפוזרי
איך פארשטיי נישט, א איד איז מודיע צערו לרבים און שרייט פון ווייטאג, קענסט נישט אדער דו ווילסט נישט העלפן איז נישט, אבער וואס האט מען צו לאכן?
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:23 pm
דורך פרייוויליג
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מנשה איך בין מיט דיר איך האב מיטלייד מיט דיר
איך קען טאקע נישט העלפן צו זוכען א שידוך איך האב נישט עקספעירינט מיט דאס
וועל איך כאטשיג מתפלל זיין
רבותי ער האט נישט גערעדט כפירה אדער עקל ער האט ארויס געברענגט א פיינע פוינט ...
אזויפיל אנדערע ניקים האט מנשה?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
נהורא נפישא האט געשריבן:מנשה, ביסט גרייט צו נעמען א פרוי וואס האלט אז ס'נשתכח תורת הבע"ש, אדער וועט זיין שלום בית פראבלעמען ?
איך קען איר דערמאנען..
וויאזוי זאגט מען אין ראדני? ס'דא א מסיבת הסברה, אז דו וועסט נישט פארשטיין וועט מען דיר שוין מסביר זיין...
למען האמת, אויב דו פרעגסט ערנסט, ניין איך האב נישט מורא צו נעמען קיין נשתכח פרוי, אויב ס'דא אהבה ורצון איז גארנישט קיין פראבלעם צו פועל'ן אין שטוב.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:47 pm
דורך מנשה לוסטיג
פרייוויליג האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מנשה איך בין מיט דיר איך האב מיטלייד מיט דיר
איך קען טאקע נישט העלפן צו זוכען א שידוך איך האב נישט עקספעירינט מיט דאס
וועל איך כאטשיג מתפלל זיין
רבותי ער האט נישט גערעדט כפירה אדער עקל ער האט ארויס געברענגט א פיינע פוינט ...
אזויפיל אנדערע ניקים האט מנשה?
כ'מיין אז איך קען אריינגיין אין די בוך אויף רעקארד ברעיקינג, אלץ איינציגער! ווער ס'האט ארויסגעשריבן זיין עכטע נאמען אין די היימישע בלאגס
און מיין איינציגסטע נאמען, איך האב נישט קיין צוויי נעמען אין די זעלבע בלאג
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:54 pm
דורך טאמבל סאס
דו מיינסט אוודאי אז אלע דיינע ניקס זענען יוזשעלי איין נאמענדיגע?
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:56 pm
דורך סאשי פיש
טאמבי טאמבס אפ[emoji106]
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:17 pm
דורך איך אויך
פאר א גוט יאר קען מען פליז אראפקריכן פון מנשה'נן? ענקער ווייבער לאזן ענק נאר עסן פון א באקס און פון מאחורי לאזט זי דיר אפילו נישט טראכטן? גיי טשיל אוט אבער לאז אפ מנשה'קן וואס האט גארנישט שלעכטס געטוהן (אפשר אביסל אומבאלימפערט ,אבער זייט ווען איז דאס א קריים?)
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:18 pm
דורך ישראל קאפקע
טאמבל סאס האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי אז אלע דיינע ניקס זענען יוזשעלי איין נאמענדיגע?
העי העי! מנשה האט א פונקט, ער איז פון די איינצעלנע ניקס וואס געבן אן זייער ריכטיגע נאמען, פארוואס סתם חוזק מאכן, נאכדערצו באהאלטן אונטער א ניק?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:19 pm
דורך יין שרף
איך אויך האט געשריבן:פאר א גוט יאר קען מען פליז אראפקריכן פון מנשה'נן? גיי טשיל אוט אבער לאז אפ מנשה'קן וואס האט גארנישט שלעכטס געטוהן
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:24 pm
דורך טאמבל סאס
ישראל קאפקע האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי אז אלע דיינע ניקס זענען יוזשעלי איין נאמענדיגע?
העי העי! מנשה האט א פונקט, ער איז פון די איינצעלנע ניקס וואס געבן אן זייער ריכטיגע נאמען, פארוואס סתם חוזק מאכן, נאכדערצו באהאלטן אונטער א ניק?
אפשר איז דאס גאר לגריעותא? ווייל דאס מאכט אז מ'זאל נישט קענען זיין דוגרי מיט אים צוליב די סימפאטיע וואס מאנכע האבן געווענליך צו אן עכטע נאמען - ספעציעל ווען ס'איז דער געליטענער מנשה'לע.
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:55 pm
דורך פרייוויליג
ווער האט דא אויפגעוועקט דעם בער פון שלאף?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:59 pm
דורך petergrifin
דו ביזט אבסעסד?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:59 pm
דורך חקרן
א שווערע טאג געווען דא היינט אין שטיבל, דא מיט מנשה, דא מיט גענדי, דא מיט איך אויך... ס'איז געווען עפעס זייער אנגעצויגן... אפשר מאכט מען עפעס א געשמאקע פארברענגען איבער א טעלער טשאלנט?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:25 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
פרייוויליג האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מנשה איך בין מיט דיר איך האב מיטלייד מיט דיר
איך קען טאקע נישט העלפן צו זוכען א שידוך איך האב נישט עקספעירינט מיט דאס
וועל איך כאטשיג מתפלל זיין
רבותי ער האט נישט גערעדט כפירה אדער עקל ער האט ארויס געברענגט א פיינע פוינט ...
אזויפיל אנדערע ניקים האט מנשה?
איך בין מוסר מודעה אז איך האב מיט דער ניק מנשה גארנישט
איך בין נישט מנשה אין איך בין נישט קיין סקווערע חסיד בכלל
אבער איך בין א איד מיט געפילן אז א איד איז צובראכן האב איך מיטלייד
אין אז איינער זאגט עפעס מיינט נאך נישט ווער ווייס וואס
מען איז מדייק אויף יעדעס ווארט כאילו ווער ווייס וואס מען האט דא געטראפן
אביסל מענשטליכקייט אביסל געפילן פאר יענעם .....................
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:32 pm
דורך געוואלדיג
מורי ורבותי איך זע אז א געוויסער עולם דא האט עפעס א פיק אויף ר' מנשה, קען זיין אז עס עפעס אין דער עבר האט ער געשריבן נישט שיין, איך ווייס נישט איך בין דערווייל דא נאר אפאר חדשים און איך האב נישט געזעהן אין איהם גארנישט ראנג,
איז געקומען איינער און האט מיט זיין גוט הארץ מפרסם געווען דא מנשה'ס ביטע, האט זיך אנגעהויבן א סומאטוכע, מען האט גלייך אריין געמישט זיין רבי'ן דא, וואו קומט עס אריין פארשטיי איך נישט, און כאילו ווי דער רבי מוז איהם העלפן, און מנשה האט דאך גוט גענטפערט אויב קען זיין רבי העלפן זעהט ער דאך וואס עס טוהט זיך אין הימל נו השי"ת זעהט אויך וואס עס טוהט זיך דארט און ער העלפט איהם אויך נאך נישט און נישט נאר איהם נאר פילע אנדערע וואס פארלאזן זיך אויף איהם ווייל השי"ת זעהט אויך דאס פארבארגענע, נו מעג דאך מנשה אזוי גלייבן אויף זיין רבי'ן און אפילו ער פועל'ט נאך נישט אויס קיין ישועה פאר איהם קען ער נאך אלס גלייבן אין זיין רבי'ן, וואו קומט אריין כפירה אדער עקל? איך פארשטיי נישט, אונז זענען דאך אינטעליגענט, פליז רעדן נאר צום נושא און נישט דער נשוא,
וכאן המקום להודות פאר אלע וואס האבן געשריבן דא צו דער זאך, יישר כחכם,
בשם אלע סאלידע חברי השטיבל
געוואלדיג
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:38 pm
דורך פרייוויליג
דאס שוין נישט שיין. דו קענסט נישט זיך אינטערשרייבן בשם כל הקהל. ביסט שוים באלד ווי ביבי וואס רעד אין נאמען פון כלל ישראל...[emoji38]
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:45 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
פרייוויליג האט געשריבן:דאס שוין נישט שיין. דו קענסט נישט זיך אינטערשרייבן בשם כל הקהל. ביסט שוים באלד ווי ביבי וואס רעד אין נאמען פון כלל ישראל...[emoji38]
אויב אזוי גיי צו די קונסול פין דער פראנצויזן אין זאג זיי קלאר אז ער רעדט נישט בשם כל הקהל.....
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:08 am
דורך געוואלדיג
ניין נאר בשם די סאלידע וואס האלטן אזוי ווי מיר.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:19 am
דורך מנשה לוסטיג
אֵלִי אֵלִי, לָמָה עֲזַבְתָּנִי; רָחוֹק מִישׁוּעָתִי, דִּבְרֵי שַׁאֲגָתִי.
אֱלֹהַי--אֶקְרָא יוֹמָם, וְלֹא תַעֲנֶה; וְלַיְלָה, וְלֹא-דֻמִיָּה לִי.
וְאַתָּה קָדוֹשׁ-- יוֹשֵׁב, תְּהִלּוֹת יִשְׂרָאֵל.
בְּךָ, בָּטְחוּ אֲבֹתֵינוּ; בָּטְחוּ, וַתְּפַלְּטֵמוֹ.
אֵלֶיךָ זָעֲקוּ וְנִמְלָטוּ; בְּךָ בָטְחוּ וְלֹא-בוֹשׁוּ.
וְאָנֹכִי תוֹלַעַת וְלֹא-אִישׁ; חֶרְפַּת אָדָם, וּבְזוּי עָם.
כָּל-רֹאַי, יַלְעִגוּ לִי; יַפְטִירוּ בְשָׂפָה, יָנִיעוּ רֹאשׁ.
גֹּל אֶל-יְהוָה יְפַלְּטֵהוּ; יַצִּילֵהוּ, כִּי חָפֵץ בּוֹ.
סְבָבוּנִי, פָּרִים רַבִּים; אַבִּירֵי בָשָׁן כִּתְּרוּנִי.
פָּצוּ עָלַי פִּיהֶם; אַרְיֵה, טֹרֵף וְשֹׁאֵג.
כַּמַּיִם נִשְׁפַּכְתִּי-- וְהִתְפָּרְדוּ, כָּל-עַצְמוֹתָי:
הָיָה לִבִּי, כַּדּוֹנָג; נָמֵס, בְּתוֹךְ מֵעָי.
יָבֵשׁ כַּחֶרֶשׂ, כֹּחִי, וּלְשׁוֹנִי, מֻדְבָּק מַלְקוֹחָי; וְלַעֲפַר-מָוֶת תִּשְׁפְּתֵנִי.
כִּי סְבָבוּנִי, כְּלָבִים: עֲדַת מְרֵעִים, הִקִּיפוּנִי; כָּאֲרִי, יָדַי וְרַגְלָי.
אֲסַפֵּר כָּל-עַצְמוֹתָי; הֵמָּה יַבִּיטוּ, יִרְאוּ-בִי.
יְחַלְּקוּ בְגָדַי לָהֶם; וְעַל-לְבוּשִׁי, יַפִּילוּ גוֹרָל.
וְאַתָּה יְהוָה, אַל-תִּרְחָק; אֱיָלוּתִי, לְעֶזְרָתִי חוּשָׁה.
הַצִּילָה מֵחֶרֶב נַפְשִׁי; מִיַּד-כֶּלֶב, יְחִידָתִי.
הוֹשִׁיעֵנִי, מִפִּי אַרְיֵה; וּמִקַּרְנֵי רֵמִים עֲנִיתָנִי.
אֲסַפְּרָה שִׁמְךָ לְאֶחָי; בְּתוֹךְ קָהָל אֲהַלְלֶךָּ.
יִרְאֵי יְהוָה, הַלְלוּהוּ-- כָּל-זֶרַע יַעֲקֹב כַּבְּדוּהוּ;
וְגוּרוּ מִמֶּנּוּ, כָּל-זֶרַע יִשְׂרָאֵל.
כִּי לֹא-בָזָה וְלֹא שִׁקַּץ, עֱנוּת עָנִי-- וְלֹא-הִסְתִּיר פָּנָיו מִמֶּנּוּ;
וּבְשַׁוְּעוֹ אֵלָיו שָׁמֵעַ.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:22 am
דורך שמעקעדיג
נו שם הוי'ה בתפארתו... מענטשן ליינען דאס במקומות המכוסים!
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:23 am
דורך [NAMELESS]
די שם הקדוש וואלסטו נישט געדארפט שרייבן אזוי במפורש. סאיז דא וואס האלטען אז גאט און הימעל איז גרעסער פון גאט אין סקווירא, רעכן דיר מיט יעדעם
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:28 am
דורך מנחם
איך בין מוחה, ווען א צווייטער וויינט וויינט מען מיט, לאכן איז כ"ש מופרך, אפגעזען ווער עס איז.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 5:13 pm
דורך מנשה לוסטיג
דאס אז איך האב געשריבן אזא מעסעדש, האט געהאט צו א שטארקע אפקלאנג, יש דורשין לגנאי ויש דורשין לשבח.
וואס האלט איר?