בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:03 pm
דורך אחד העם
פארוואס? האט געשריבן:[tag]אחד העם[/tag], דו האסט זייער שיין ארויסגעברענגט די צוויי צדדים, אבער ווי איך האב געשריבן אויבן, מיר קענען נישט לאזן מער ווי איין איינציגע באדייט פאר יעדע סימבאל אין מאטעמטיק, און מאנכע ווערן צוליב דעם צומישט ווען עס קומט צו אביסל א העכערע לעוועל פון מאטעמאטיק.
צו אונזער מזל, דארפן מיר נישט אליינס גיין אינווענטן ניייע סימבאלן, און רוב געדאנקען (לכל הפחות פשוטע געדאנקען), קען ווערן שיין סימבאליזירט מיט די קאנווענציאלע סימבאלן.
אויב וועלן מיר געבן צוויי באדייטן פאר א סימבאל, האבן מיר פארלוירן די גאנצע מטרה פון שרייבן מאטעמאטיק אין סימבאלן, מיר קענען ווייטער רעדן אין לשון בני אדם.
די מטרה פון נוצן סימבאלן אין מאטעמאטיק (און אין לאגיק בכלל), איז טאקע נאר וועגן די איינציגע סיבה, אז עס זאל זיין א לשון דלא משתמע בתרי אנפין.
במילים אחרות. דער סימבאל = האט נאר דעם אובייעקטיוו'ן משמעות?.
אהה איך זעה, האסט געשריבן אז די וואלסט דעם חידה טאקע אנדערש אויסגעלייגט.
למעשה, אויף דעם ציור וואס דער חוד החידה ( [tag]ונבנתה העיר[/tag], קלאפ דיר ס'בייכל) האט עס אויסגעלייגט, איז דער ענטפער נישט נומבער 3?
גערעכט?
די זאגסט נאר, אז אינם אמת פון מאטאמאטיקע איז דער גאנצער שאלה נישט קיין שאלה.
כפארשטיי דיך ריכטיג?
אויב יא דארף מען נאכאמאל מעיין זיין און [tag]געפילטע פיש[/tag]'ס טענה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:21 pm
דורך וכדומה..
[tag]געפילטע פיש[/tag] גוט ארויסגברענגט די זאך, דאס איז מיין טענה אויף דעי אומבאחנ'טע חידה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:42 pm
דורך פארוואס?
אהן צו פארפארן פונעם נושא האשכול, אויב חוד ווערט גענוצט פאר א ציווי, קען "חודד" לכאורה ווערן גענוצט פאר א פועל. אזוי ווי לך און קח ווערן פארקערצערט ווען זיי זענען א ציווי.
ועיין עוד
כאן
Re: לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2020 9:03 am
דורך מי אני
fab35d70-0156-41aa-8029-20f217f2529e.jpg
ס׳איז א כאפ בתוך כאפ.
די ענטפער איז אונטען.
מ׳באמערקט אז א פאר שיך איז 20 און אינ׳ם לעצטן עקוועישאן איז דא נאר איין שיך, דהיינו 10. דער מענטש, וואס איז 5, האט אנגעטוהן א פאר שיך [20], זונגלעזער [2], און צוויי הענטשיך [2x2=40], וואס דאס אלעס צוזאמען איז 67 [5+20+40+2=67]. דערנאך שטייט א מאלטיפליקעישאן ביי זונגלעזער וואס דאס איז 2. ווען מ׳שרייבט דאס אלעס ארויס:
10+67x2
דארף מען יעצט געדענקען די
ארדער פון אפערעישאנס, אז מאלטיפליקעישאן קומט
פאר עדישאן [מ׳האט פריער צאמגערעכענט אלעס וואס דער מענטש איז אנגעטוהן אין אפילו דאס איז עדישאן, ווייל דאס איז אלעס איין יוניט וכאילו עס איז אין פּאַרענטעסיס וואס קומט פאר אלעם], 67x2=134, און
דערנאך צולייגן די פריערדיגע צען קומט מען אן צו 144.
Re: לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2020 6:06 am
דורך מי אני
IMG_6805.png
די ענטפערס זענען אונטען (אין קליין).
1). די שנעלע נישט ריכטיגע ענטפער איז 10 צענט. די ריכטיגע ענטפער איז 5.
2). די שנעלע נישט ריכטיגע ענטפער איז 100 מינוט. די ריכטיגע ענטפער איז 5.
3). די שנעלע נישט ריכטיגע ענטפער איז 24 טעג. די ריכטיגע ענטפער איז 47.
דאס רופט זיך די
קאגניטיוו רעפלעקשאן טעסט [CRT]. דאס האט דער פסיכאלאג דר. שׁעין פרעדעריק געמאכט צו אנאליזירן א מענטש ווי אזוי ער טראכט: צו ער גייט גראד גיין פאר די ענטפער וואס זעהט אים אויס פשוט ובמושכל ראשון, אדער גייט ער נישט זיין נבהל להשיב און רעפלעקטירן אויף די שאלה און אזוי צוקומען צום ריכטיגן תשובה. די טעסט איז אזוי אויסגעשטעלט אז אויף די דריי שאלות זעהט ערשט אויס די תירוץ צו זיין פשוט, אבער עס איז אומריכטיג. מ׳דארף אביסל קלערן אויף די שאלה צוצוקומען צום ריכטיגן תירוץ.
אגב, דר. וויל דזשערוועיס און דר. ארא נארענזאיאן האבן דורכגעפירט א
שטודיע וואס האט געצייגט אז עס איז דא א קארעלעישאן צווישן די וואס טראכטן אריין מער וממילא ענטפערן ריכטיג אויף די CRT הנ״ל, און
אומגלויבונג. זיי הייבן אבער ארויס אז דאס ווייזט גארנישט איבער די ראציאנאלישקייט אדער אומראציאנאלישקייט פון די גלויבונג(ען) זעלבסט. והרבה קולמוסין נשתברו אויף די שטודיע.
למשל.
ועיין כאן מעין ענין זה ג״כ.
Re: לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 1:07 pm
דורך מי אני
IMG_6928.png
דאס איז אויך אזא סארט ״כאַפּ״ וואו מ׳טוהט פאָקוּסירן אויף צו טרעפן עפעס א נומערישן/מאטעמאטישן טעות און מ׳כאפט נישט אז ס׳שטייט צוויי מאל די ווארט the (וואס איינס איז ביים סוף פונ׳ם אויבערשטן שורה און די אנדערע ביים אנהויב פון די צווייטע).
אגב, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז מענטשן טוהן פאָקוּסירן מער אויף די אנהויב און ענדע פון ווערטער, וממילא קען מען ליינען און פארשטיין (א גרויסע צאל) קורצע ווערטער אויב די ערשטע און לעצטע אותיות זענען מסודר הגם די מיטעלסטע זענען צומישט (מיט אותיות וואס זענען מעיקרא דערנעבן), אויב איז די ווארט ״פּרעדיקטעבּל״. עס שטאטערט אבער אפ דאס ליינען אין אלגעמיין מיט בערך 11%. דא זעהט מען עפעס אביסל ענליך צו דעם לגבי זאצן.
Re: לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 1:15 pm
דורך מי אני
IMG_6929.jpg
די שאלה דא איז צו מ׳קען טרעפן דעם גמל [קעמל] אינעם בילד?
דאס איז אויך ענליך צו דעם אז די ״כאַפּ״ איז אז מ׳טוהט עקספּעקטן און פאָקוּסירן אויף צו טרעפן א גמל פונקט אין די זעלבע גרויס, סקעיל, וסיגנון ווי די אנדערע בע״ח אינעם בילד. אויב נעמט מען די הנחה טרעפט מען דאס שנעלער.
עס איז אונטערן פערד און העכער די מאלפע, אויפ׳ן רעכטע זייט פונעם בילד נעבן די ״מויל״.
Re: לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 6:38 pm
דורך פאליטיקאנט
מי אני האט געשריבן:
אגב, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז מענטשן טוהן פאָקוּסירן מער אויף די אנהויב און ענדע פון ווערטער, וממילא קען מען ליינען און פארשטיין (א גרויסע צאל) קורצע ווערטער אויב די ערשטע און לעצטע אותיות זענען מסודר הגם די מיטעלסטע זענען צומישט (מיט אותיות וואס זענען מעיקרא דערנעבן), אויב איז די ווארט ״פּרעדיקטעבּל״. עס שטאטערט אבער אפ דאס ליינען אין אלגעמיין מיט בערך 11%. דא זעהט מען עפעס אביסל ענליך צו דעם לגבי זאצן.
Aoccdrnig to rscheearch at Cmabrigde Uinervtisy, it deosn't mttaer in waht oredr the ltteers in a wrod are, the olny iprmoetnt tihng is taht the frist and lsat ltteer be at the rghit pclae. The rset can be a toatl mses and you can sitll raed it wouthit a porbelm. Tihs is bcuseae the huamn mnid deos not raed ervey lteter by istlef, but the wrod as a wlohe.
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 6:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב אלץ געוואוסט אז גוגל ארבעט אזוי...
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 8:32 pm
דורך קאצקע ציקער
מי אני האט געשריבן:IMG_6929.jpg
די שאלה דא איז צו מ׳קען טרעפן דעם גמל [קעמל] אינעם בילד?
דאס איז אויך ענליך צו דעם אז די ״כאַפּ״ איז אז מ׳טוהט עקספּעקטן און פאָקוּסירן אויף צו טרעפן א גמל פונקט אין די זעלבע גרויס, סקעיל, וסיגנון ווי די אנדערע בע״ח אינעם בילד. אויב נעמט מען די הנחה טרעפט מען דאס שנעלער.
עס איז אונטערן פערד און העכער די מאלפע, אויפ׳ן רעכטע זייט פונעם בילד נעבן די ״מויל״.
אך זעה ניט קיין גמל
לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 8:46 pm
דורך מי אני
IMG_6929.jpg
כ׳האב עס גערינגעלט. די גמל איז ווייס.
לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 12:27 am
דורך מי אני
דער ענגלישער פסיכאלאג דר. פּיִטער וועיסאן האט פארגעשטעלט און עקספערעמענטירט מיט אזא סארט חידה:
ס׳דא אויפ׳ן טיש פיר קארטלעך: A,4,D,7. יעדעס קארטעל האט א נומער אויף איין זייט און אן אות/בוכשטאב אויף די אנדערע.
דו האסט א היפאטעזיע אז יעדעס קארטל וואס האט א וואַוועל [A,E,I,O,U] אויף איין זייט האט אן איִווען נומער אויף די אנדערע זייט. וועלכע קארטלעך (ותו לא) דארפסטו איבערדרייען צו איבערצייגן דיין היפאטעזיע?
דער תירוץ איז אז מ׳דארף נאר איבערדרייען די A און 7 קארטלעך. דאס איז ווייל נאר די צוויי קארטלעך קענען אפפרעגן די היפאטעזיע. דהיינו, אויב האט די A [א וואוועל] אן אַדד נומער אויף די אנדערע זייט, אדער די 7 א וואַוועל אויף די אנדערע זייט ווערט די היפאטעזיע אפגעפרעגט. די אנדערע צוויי קארטלעך זענען נישט נוגע: די D מעג בעצם האבן אן איִווען נומער און די 4 מעג האבן א קאנסאנענט.
ער האט געטראפן אז ניטאמאל 10% פון מענטשן האבן געענטפערט ריכטיגערהייט אויף די חידה.
Re: לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 8:23 pm
דורך מי אני
פארוואס? האט געשריבן:לעצם הענין, עס גריצלט מיר אין די אויגן ווי אזוי די פראבלעם איז אראפגעשריבן, 72=9 ??? עס איז נישט ריכטיג, 9 איז קיינמאל נישט געווען 72, און עס וועט קיינמאל נישט זיין!
די ריכטיגע וועג צו אראפשרייבן אזא סארט פראבלעם, איז

, און אזוי ווייטער. דאס מיינט, מיר האבן א געוויסע פונקציע וואס אויב מ׳לייגט אריין 9 דערין וועלן מיר באקומען 72, יעצט איז דיין אויסגאבע צו טרעפן די פונקציע. (די אמת׳ע תשובה איז אז עס איז פארהאן אסאך סארטן ענטפערס).
מענין לענין באותו ענין, א זיסע וויץ:
IMG_7008.jpg
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 12:57 am
דורך מצפצף
:Hint
Think out of the box
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 1:53 am
דורך ישעיה
מצפצף האט געשריבן::Hint
Think out of the box
ששה מי יודע...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:39 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:דער ענגלישער פסיכאלאג דר. פּיִטער וועיסאן האט פארגעשטעלט און עקספערעמענטירט מיט אזא סארט חידה:
ס׳דא אויפ׳ן טיש פיר קארטלעך: A,4,D,7. יעדעס קארטעל האט א נומער אויף איין זייט און אן אות/בוכשטאב אויף די אנדערע.
דו האסט א היפאטעזיע אז יעדעס קארטל וואס האט א וואַוועל [A,E,I,O,U] אויף איין זייט האט אן איִווען נומער אויף די אנדערע זייט. וועלכע קארטלעך (ותו לא) דארפסטו איבערדרייען צו איבערצייגן דיין היפאטעזיע?
דער תירוץ איז אז מ׳דארף נאר איבערדרייען די A און 7 קארטלעך. דאס איז ווייל נאר די צוויי קארטלעך קענען אפפרעגן די היפאטעזיע. דהיינו, אויב האט די A [א וואוועל] אן אַדד נומער אויף די אנדערע זייט, אדער די 7 א וואַוועל אויף די אנדערע זייט ווערט די היפאטעזיע אפגעפרעגט. די אנדערע צוויי קארטלעך זענען נישט נוגע: די D מעג בעצם האבן אן איִווען נומער און די 4 מעג האבן א קאנסאנענט.
ער האט געטראפן אז ניטאמאל 10% פון מענטשן האבן געענטפערט ריכטיגערהייט אויף די חידה.
מענטשן האבן איבערגעדרייט די A און 4 קארטלעך. דאס איז וועגן די באקאנטע
קאנפירמעישאן בּייעס אין וואו מ׳זוכט דווקא
נאר ראיות אויף צו מבסס זיין אנגענומענע מיינונגען און פאזיציעס.
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ווען ביי די פראבלעם זאגט מען אז ״דאס וואס האט א וואַוועל אויף איין זייט האט
נישט אן איִווען נומער אויף די אנדערע זייט, וואס דעמאלטס זענען A און 4 טאקע די קארטלעך וואס מ׳דארף איבערדרייען ווייל דעמאלטס זענען זיי די וואס קענען
אפפרעגען די היפאטעזיע,
האבן מענטשן יא מער ריכטיג געענטפערט און האבן אויך איבערגעדרייט די A און 4 קארטלעך. דאס איז ווייל דעמאלטס, וויבאלד די היפאטעזיע ווערט געשטעלט אלס א נעגעישאן, איז דאך די ״נישט״ שוין עמבּעדעד אין וואס מ׳וויל קאנפירמען.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 7:59 pm
דורך מי אני
עס איז דא די
9-פּונקטן פּאָזעל. דאס איז א קעסטל אויסגעשטעלט מיט 9 פונקטן/דאַטס כזה:
DB5195C8-B10D-4D27-9952-F26527C74829.png
די מטרה איז זיי אלע צו באהעפטן מיט
נאר 4 גראדע ליינס.
די תירוץ:
A07B929D-BC48-4638-92CA-189354B0CB56.png
די געדאנק איז אז מ׳האט נישט געהאט געזאגט אז די ליין מעג נישט גיין ווייטער ווי די גבולים פון דאס קעסטל. ס׳דא וואס זאגן אז פון דא קומט די אויסדרוק ״צו טראכטן אינדרויסן פון די בּאַקס״.
ענליך אין דעם פארציילט מען אויף קריסטאפער קאלאמבוס אז ער האט געהאט געפרעגט א רייע חכמים צו זיי קענען מאכן אן איי שטיין אויף איר שפיץ [צד החד]. צום סוף ווען זיי האבן אויפגעגעבן האט ער גענומען די איי און געגעבן א קליינע קוועטש אראפ דאס שפיץ פונעם איי אויפ׳ן טיש עס מער פלאך צו מאכען און אזוי עס געמאכט שטיין.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 4:29 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:דער ענגלישער פסיכאלאג דר. פּיִטער וועיסאן האט פארגעשטעלט און עקספערעמענטירט מיט אזא סארט חידה:
ס׳דא אויפ׳ן טיש פיר קארטלעך: A,4,D,7. יעדעס קארטעל האט א נומער אויף איין זייט און אן אות/בוכשטאב אויף די אנדערע.
דו האסט א היפאטעזיע אז יעדעס קארטל וואס האט א וואַוועל [A,E,I,O,U] אויף איין זייט האט אן איִווען נומער אויף די אנדערע זייט. וועלכע קארטלעך (ותו לא) דארפסטו איבערדרייען צו איבערצייגן דיין היפאטעזיע?
דער תירוץ איז אז מ׳דארף נאר איבערדרייען די A און 7 קארטלעך. דאס איז ווייל נאר די צוויי קארטלעך קענען אפפרעגן די היפאטעזיע. דהיינו, אויב האט די A [א וואוועל] אן אַדד נומער אויף די אנדערע זייט, אדער די 7 א וואַוועל אויף די אנדערע זייט ווערט די היפאטעזיע אפגעפרעגט. די אנדערע צוויי קארטלעך זענען נישט נוגע: די D מעג בעצם האבן אן איִווען נומער און די 4 מעג האבן א קאנסאנענט.
ער האט געטראפן אז ניטאמאל 10% פון מענטשן האבן געענטפערט ריכטיגערהייט אויף די חידה.
אין
די לעקציע [פון 15:25] זאגט דר. תמר גענדלער אז טאמער מ׳געבט די זעלבע חידה אין די פארעם פון א שאלה פון 4 קארטלעך
2F95C9DA-91DA-4A7C-8AB7-9C3844E1C2EF.jpeg
און מ׳היפאטיזירט אז נאר אויב עס איז העכער פון 21 אויף איין זייט האט עס די ווארט ״ביר״ אויף די אנדערע זייט, דאן וועלן מענטשן יא איבערדרייען די קארטלעך וואס קענען
אפפרעגן זייער היפאטעזיע: די ״ביר״ קארטל (אויב האט עס אונטער 21 אויף די אנדערע זייט) און די ״17״ קארטל (אויב האט עס ״ביר״ אויף די אנדערע זייט). מ׳חשבונ׳ט אז די סיבה דערצו איז ווייל דאס איז ווייניגער אבסטראקט און embedded אין א סאציאלן קאנטעקסט פון געזעצן וכדומה, וואס צו דעם דארף מען נאר נוצן די
גרינגערע ״סיסטעם 1״ ווי איידער די שווערערע ״סיסטעם 2״.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 2:26 pm
דורך מי אני
ראובן קוקט אויף שמעון, און שמעון קוקט אויף לוי. ראובן איז פארהייראט און לוי איז נישט. טוהט א פארהייראט ער מענטש קוקן אויף אַן אומפארהייראטער מענטש
(אָן נוצן טרענסיטיוויטי)? יא, ניין, אדער מ׳קען נישט מברר זיין?
דער ענטפער איז אז יא מכח ממ״נ. עס ווערט נישט געגעבן צי שמעון איז פארהייראט צי נישט. אויב ער איז יא, קוקט ער דאך אויף לוי, ויוצא מזה אז א פארהייראט ער שמעון קוקט אויף אַן אומפארהייראטער לוי. ווידער אויב איז שמעון נישט, דאן קוקט דאך ראובן וואס איז פארהייראט אויף שמעון וואס איז נישט.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:38 am
דורך מי אני
א וויץ בנוגע
די פראבלעם פון זאגן איין נומער = אַן אנדערע נומער און
דעם לימיט:
FA1D675A-5324-42CC-B940-2C8F290A2A67.jpeg
0319B929-AF85-49A9-8DD6-C1CB98E3DAFB.jpeg
ועיין
כאן איבער די ∞ סימבאל.
Re: לייז אויב ביסט קלוג
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:40 am
דורך דיכטער
דריי מענטשן, אן אינזשעניר, א ביאלאגיסט און א מאטעמאטיקע, שטייען פארנט פון א ליידיגע געביידע און זעען ווי צוויי מענטשן שפאצירן אריין דערין. נאך א וויילע, קומען ארויס פון דארט דריי מענטשן.
דער אינזשעניר רופט זיך אן: עס מוז זיין אונזער אפשאצונג איז נישט געווען ריכטיג.
דער ביאלאגיסט זאגט, ניין, זיי האבן זיך געפרוכטבארט.
רופט זיך אן דער מאטעמאטיקע:
וואס איז אזוי שווער? גאנץ איינפאך. טאמער גייט יעצט איין מענטש אריין אינעם געביידע, וועט עס ווידעראמאל זיין לער...