בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:42 pm
דורך ציבעלע-קיגל
הוגה האט געשריבן:ווען איך בין ווען א מנהיג אדער א רבי וואלט איך ענדערש מודיע געווען אז משיח האט מיר געזאגט אז ער קומט זיכער נישט היי יאר.
לויט ווי וואס עס קומט פאר אין די רבישע הויפען קען מען זיכער זיין אז ער קומט נישט.
נאר איין האפענונג איז דא. אז מיט אזויפיהל רעבנים איז שוין דער היינטיגע דור כמעט כלו חי** איז אפשר מיט נאך אפאר רביס קומט ער טאקע
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:40 pm
דורך געוואלדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:
מתוך: עולמם של חרדים
נישט ארץ ישראל נישט משפחה אלא שאולזאהן כאן כמו שכבר כתבתתי לעיל
משיח קומט??
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:45 pm
דורך פרייוויליג
דאס איז קלאר אז משיח גייט קומען איין טאג. אכחה לו בכל יום שיבא. אבער עס איז העכסט זיכער אז מען דארף גוזר זיין א גזירה אז ער קומט נישט יעצט. אזוי ווי עס האט פאסירט בימי התלמידי בעש״ט ווען עס איז געווען א שטורעם אז משיח קומט, איז דער גרויסער רבי ארויף אויפן בימה און געשוואורען אז משיח קומט נישט די יאר. ער האט דאס געזאגט צוליב אויב משיח וואלט נישט אנגעקומען וואלט געווארן א גרויסע הסתרה אדער (געלעכטער).
דער יום הגאולה ווייסט נאר די רבוש״ע. און עס איז היבש קורצזיכטיג זיך אפילו צו באציען צו רבי חיים. ער האט גאנץ זיכער געמיינט אז משיח איז נאנט היום תאמצינו בבחינת אחכה לו בכל יום.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:47 pm
דורך הוגה
בשורה טובה! משיח קומט נישט. קאלער-וואר!!!
.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:53 pm
דורך שמעקעדיג
ער קעקעצט, דער ארוש??
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:55 pm
דורך נושא ונותן
ארוש איז א נוגע בדבר, ווען עס וועט זיין דעם ומלאה הארץ דעה איז ער פארטיג
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 3:17 pm
דורך לית דין בר נש
עס איז קלאר יא אמת משיח קומט יא
למעשה ווייס איך נישט פארוואס די וועלט איז נישט מפרסם די מעשה בשלימות
איך האב עס גיהערט דער נאכט פון ר' חיים אליין איך האב אים געטראפן בהקיץ אין מיין דיינינג רום דער נאכט
האט ער מיר געזאגט אז נאך משיח האט אים געזאגט אז ער קומט האט ר' חיים אים צריק גיפרעגט במה זכינו? וואס האבען מיר יעצט זוכה גיוועהן
האט משיח גיענטפערט בזכות פון קלאפן ביי די ווארט "עץ"
עס איז געווארן אזא טומל ביי די פמליא של מעלה מען קלאפט און מען האלט נישט ביי המן די גאנצע פמליא איז אראפ געקומען זעהן וואס טוט זיך און זיי האבן גיזעהן אז מען האלט ביי "עץ" און כביכול האט גיגעבן א שמייכל און געזאגט פאר דער דור האב איך געווארט מען קען אים שוין אראפ שיקן!
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 10:05 pm
דורך קאך_לעפל
מען האט איצט געמאלדען פון בית חיינו וואס געפינט זיך אויף 770 איסטערן פארקוויי אז חב''ד גייט ארויסגיין אין א מעכטיגע קריג מיט די קנייבסקיסטען, א שטייגער ווי די מלחמה וואס זיי האבן געפירט מיט רב שך ז''ל:
אז אילהו הנביא וועט קומען מבשר זיין די בשירת הגאולה: זאלט איר אים נישט גלויבן!
אז משיח וועט זיך באווייזען אויפן אייזעל און זאגן אידן הגיע זמן גאלתכם: זאל איר אים נישט גלייבן!
אז אלע פעלקער וועלן ברענגן מתנות פאר משיח צדקינו: זאל איר נישט גלייבן!
אז משיח וועט מלחמה האלטן מיט אלע פעלקער אין זיי באזיגען: זאלט איר נישט גלייבן!
אז משיח וועט ארויף טראגן די אידן קיין ארץ ישראל: זאלט איר ווידער נישט גלייבן!
אז די אבות וועלן אויפשטיין תחיית המתים און קומען באגריסען דעם מלך המשיח: זאלט איר ווידער נישט גלייבן!
נאר ווען איר וועט זעהן ווי עס קומט צו פארן אן אלטען קעדילעק מיט א אידל מיט א קניינטש היט, און זינגט ופרצת און פאכעט מיט די הענט און פייפט מיטן מויל, דעמאלאסט זאלט איר יא גליבן אז דאס איז טאקע משיח אליינס.......
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד.........
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:23 pm
דורך פארווע חסיד
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א זיסע אשכול דאס, ס'איז טאקע א גוטע געדאנק אז מ'זאל דא האלטן חשבון אויף יעדעס מאל וואס ס'דרייען זיך ארום אזעלכע מימרות און שמועות אזוי וועט מען זיך אויסלערנען זיך נישט צוטוהן צומאכן פון די קאפ-פארדרייענישן. Fool me once, shame on you, fool me twice, shame on me
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:43 pm
דורך פארווע חסיד
איז נישט די מאמר אייערע ???
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארווע חסיד האט געשריבן:איז נישט די מאמר אייערע ???
viewtopic.php?p=397508#p397508