בלאט 2 פון 94

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:37 am
דורך chusid
אלץ א ליבעראלער וואלסטו נישט געגאנגען פאר נישט אזא קלוגע דעמעקראט ווס א קלוגער ריפאבליקאנע?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:46 pm
דורך הוגה
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס איז דא געשען מיט אמעריקע, האבן מיר צוויי קעניגליכע דינאסטיעס וואס זענען אין א משפחה געשלעג? בוש קלינטאן בוש בוש/קלינטאן? וואס איז דאס האבן מיר זיך אנגעגליסט אין א מאנארכיע וואו מען ירשנט די טראהן? האבן מיר טאקע נישט קיין אנדערע טאלאנטפולע מענטשן אין אמעריקע? עס איז א בושה!


היינט איז געלט וויכטיגער ווי טאלאנט וכדומה. קענסט זיין די מערסט טאלאנטפולע קאנדידאט, אויב אבער האט דיין אפאנאנט אסאך מער געלט וועט יענער געווענטליך געוואונען. צוליב דעם וועלן די פאליטישע פארטייען ענדערש זיין נוטה צו די בעסערע פאנדרעיזינג קאנדידאט, דער מיט די קאנעקשאנס.

אגב, איר קוקט אן קאנדידאטן פון זייערע פערזענליכע שטארקייטן און שוואכקייטן, און איר לאזט אויס די וויכטיגערע פאקטאר וואס איז די סביבה ארום אן אנגעבליכע קאנדידאט. זייער spouse, עלטערן, אדווייזערס, מעגליכע ראנינג מעיט און קאבינעט מיניסטארן. איך וואלט ענדערש געוואוט פאר א שוואכע קאנדידאט מיט א שטארקע סופארט טיעם.


.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:56 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך לויף אויך זיכער נישט!

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:33 am
דורך בארא פארק עסקן
וואס הערט זיך מיט סקאט וואקער??? און מיט האקעבי (מיט זיין פעיר טעקס) (איך בין א שטארקע שטיצער פון דעם געדאנק)???

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:34 am
דורך רויטע וואנצעס
ביידע פלאנען צו לויפן.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:09 am
דורך ישראל קאפקע
בארא פארק עסקן האט געשריבן:וואס הערט זיך מיט סקאט וואקער??? און מיט האקעבי (מיט זיין פעיר טעקס) (איך בין א שטארקע שטיצער פון דעם געדאנק)???

ווהאט סאו פעיר וויטה פעיר טעקס?

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 11:32 pm
דורך פרייוויליג
הילערי קלינטאן פלאנט מארגן צו מעדלן איר פרעזידענט קאנדידאטורשאפט. ניו יארק פאסט מאכט שפאס:

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 8:13 pm
דורך ישמעאל הכהן
די הילערי קאמפיינ'ס לאגא

PNoyf0xz.png
PNoyf0xz.png (42.6 KiB) געזען געווארן 2463 מאל

Re: פרעזידענטליכע אלעקשענס 2016

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
וואס דארף עס צו מיינען?

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 8:58 pm
דורך יין שרף
נעמט א רעכטס צום נענסטן שפיטאל...

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 9:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
די עיטש איז פאר הילערי, עראוי איז פאר פראגרעס? דער לאגא ווערט נישט גוט אנגענומען, ס'דא וואס מאכן שוין חוזק אז ס'געבט דירעקשאנס צום האספיטאל, אנדערע זאגן אז סגגנבט פון פעדעקס, און אויך אז די עראו גייט רעכט אנשטאט לינק

מ'האקט

Re: פרעזידענטליכע אלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 2:54 am
דורך מרדכי
ישמעאל הכהן האט געשריבן:די עיטש איז פאר הילערי, עראוי איז פאר פראגרעס? דער לאגא ווערט נישט גוט אנגענומען, ס'דא וואס מאכן שוין חוזק אז ס'געבט דירעקשאנס צום האספיטאל, אנדערע זאגן אז סגגנבט פון פעדעקס, און אויך אז די עראו גייט רעכט אנשטאט לינק

מ'האקט

זי שיקט די רעכטע צים האספיטעל..

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 1:36 am
דורך בארא פארק עסקן
ישמעאל הכהן האט געשריבן:די עיטש איז פאר הילערי, עראוי איז פאר פראגרעס? דער לאגא ווערט נישט גוט אנגענומען, ס'דא וואס מאכן שוין חוזק אז ס'געבט דירעקשאנס צום האספיטאל, אנדערע זאגן אז סגגנבט פון פעדעקס, און אויך אז די עראו גייט רעכט אנשטאט לינק

מ'האקט

וויקיליעקס טענה׳ט עס איז גע׳גנב׳ט פון זייער סימבאל.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 1:37 am
דורך בארא פארק עסקן
שיין ארויסגעברענגט..

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 2:21 am
דורך בארא פארק עסקן
אגב קיינער האט נאכנישט גערעדט וועגן מארקא רוביא - ער האט היינט אנאנסירט זיין קאנדידאטור צו די רעפאבליקאנער פריימעריס !

Re: פרעזידענטליכע אלעקשענס 2016

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:59 pm
דורך מרדכי
בילד

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:17 pm
דורך ישמעאל הכהן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=J9OG0FNztDs[/youtube]

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 7:19 pm
דורך chusid
היינט האט א ברוקלין געבוירענער איד מיטן נאמען בערני סענדערס אומאפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט אויפן דעמיקראטישן טיקעט- אויבן אויף געפעלט ער מיר.. כ'האס געמיינט אז עס איז די ערשטע מאל א איד לויפט פאר פרעזידענט אבער גוגל זאגט אנדירש אז אין 1964 איז שוין געלאפן א איד בערי גאלדוואסער וואס האט געווינען די נאמינאציע פונעם רעפאבליקאנער טיקעט

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:36 am
דורך יעקב מענטש
אינטערסאנט ווי אזוי די צוויי מענטשען וואס די דערמאנסט זענען סיידע פון די צוויי פארקערטע זייטן פונעם פאליטיקעל ספעקטרום, אבער פארקערט!,

בערי גאלדוואסער איז געווען דער ליבלינג פון די קאנסערוואטיוון און 76' און געווינען די נאמינאציע אבער האט נאכדעם זייער מיאוס פארלוירן צו קארטער, און ביי די 2012 פארמעסט האט עד קאטש, וואס האט געהייסן א דעה זאגער ביי די דעמאקראטן, און איז געווען פון די מער קילערע קעפ (אויסער ביי סאציאלע ענינים) און גאנץ נאענט צום צענטער, האט זיך אויסגעדריקט נאכדעם וואס ראמני האט געקליבן פאול רייען פאר א מיטלויפער, אז דאס איז 'בערי גאלדוואסער אלל אווער עגעין', בקיצור, ער האט סימבאליזירט רעכט,

פון די אנדערע זייט איז בערני סאנדערס, לינק שבלינק, א עכטע ליבעראל מיט אלע מפרשים, און וואזוי ער איז מעיד אויף זיך אליינס 'עי פראוד סאציאליסט'

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:46 pm
דורך יעקב מענטש
הילערי קליטאן פירט אביסל א קאמפליצירטע קאמפיין, פון איין זייט זוכט זי צו קאפיטאליזירן און רייטן אויף איר מאנס דערגרייכונגען, אבער פון די אנדערע זייט איז דא אסאך פאליסיס וואס איז געווען פאפולער אין יענע צייטן אבער איז הייסט היינט צו רעכט, דעמאלטס האבן די אלע זאכן געהאלפן בילל אריינפארן אין ווייטהאוז, אבער היינט איז עס א שטער פאר זיין ווייב צו מאכן פראגרעס אין איר קאמפיין,

במילא איז זייער אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי זי וועט שפאצירן אויך די דינע שטריק, און זיך פארשטעלן אלץ די ווייב פון א פרעזידענט וואס האט געהאלפן די ארימע ארויסקריכן פון פאווערטי, בשעת זי אדוואקירט פאר פאליסיס וואס זענען פארקערט פון איר מאנס דעמאלטסדיגע פאליסיס,

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 6:06 pm
דורך יעקב מענטש
מארטין אמאלי די געוועזענע גאווערנער פון מערילענד, האט היינט געזאגט אויף nbc אז ער פלאנט צו מאכן באלטימאר און די אלע מהומות וואס איז לעצטענס פארגעקומען אין אנדערע שטעט, א צענטראלע אישו אין זיין קאמפיין, זאגנדיג אז די אוועקשיקן דזשאבס און פראפיט אויף אויסלאנד, און דאס נישט אינוועסטן אין די סיטיס האט צוגפירט צו די מצב וואס מ'זעהט היינט,

לאמיר פרעגן דעם גאווערענער, הייסט עס אז ס'האט נישט דוקא מיט פאליציי מיסטריעטמענט און ראסיזם ? נאר פאווערטי ? אקעי, לאמיר זעהן צו ער גייט פארשלאגן די זעלבע וועלפעיר געדאנקען וואס אלע דעמקראטן פריער האבן איינגעפירט אויסצוראטן ארימקייט, וואס -אבוויעסלי - האט עס גארנישט אויפגעטאן די לעצט פאר צענדליג יאר וואס דאס איז אין קראפט,

סטאפן צו שיקן דזשאבס, אווערסיס ? אקעי, לאמיר זעהן צו די וועסט מאכן אז ס'זאל זיך לויענען פאר ביזנעסער צו בלייבן דאהי, מיט נידערן שטייערען, אדער וועסטו פארשלאגן נאכאמאל א קראוני איידיע וואס איז העלפט פאר אפאר יחידים ?

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:11 pm
דורך ישראל קאפקע
‏@porgel אויף טוויטער רעגט זיך,
"מועמד הרפובליקני לנשיאות ארה"ב סקוט ווקר ‎@ScottWalker עם כיפה שחורה כמו חרדי ולא עם כיפת סרוגה כמו דתי לאומי"

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 2:48 pm
דורך יעקב מענטש
ס'שטייט אים גראדע גאנץ גוט די קאפעל, ער קוקט אויס ווי א היימישער,