בלאט 2 פון 4
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:17 am
דורך יאיר
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואס האלט דער עולם. איז דא א וועג וויזוי פטור צו ווערן פון די אלע ענקזייעטי דעפערעסיע וכו' לגמרי, דאס הייסט, צו קען מען מאכן דיליט!! ווי גלייך די גאנטצע עביוז איז קיינמאל געשעהן אן דארפן ציריקקיקן און זיך מחזק זיין מיט כל המיני טיפס? אדער ניין
אויב די אביוז האט איבערגעלאזט א טיפע וואונד אויפן נפש איז מסתבר אז נישט. מען קען עס אבער גענוג נוטרעלייזן אז עס זאל נישט שטערן אין טאג טעגליכן לעבן.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 2:53 am
דורך moshav zekeinim
אני פסחולוג גדול אבל אין לי אישור

מהרבנים
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:14 am
דורך נאטירליך
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואס האלט דער עולם. איז דא א וועג וויזוי פטור צו ווערן פון די אלע ענקזייעטי דעפערעסיע וכו' לגמרי, דאס הייסט, צו קען מען מאכן דיליט!! ווי גלייך די גאנטצע עביוז איז קיינמאל געשעהן אן דארפן ציריקקיקן און זיך מחזק זיין מיט כל המיני טיפס? אדער ניין
בעיקר איז דא 2 מהלכים CBT און psychoanalysis די נפק"מ צווישן די 2, CBT גייט נישט אל השורש נאר לערנט אויס וויאזוי צו דיעלן מיט שווערע געפיהלען אבער עס היילט נישט אזוי ווייט אויס, אבער psychoanalysis גייט אל השורש און עס איז מעגליך אינגאצן צו איבערמאכן די לעבן.
אבער בכל אופן איז זייער שווער אנצוקומען צום פאסיגן מענטש (אפילו נאך relief) מען דארף גרויס סייעתא דשמיא אז מען זאל זיך סתם ארומדרייען און וועסטען צייט און געלט
CBT
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:50 am
דורך ירח בן יומו
ווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:53 am
דורך הקטן
psychoanalysis איז היינט צוטאגס כמעט א פארגאנגענהייט און איז א waste of time געווענדליך
cbt ווער ס'קען דאס גיט גייט יא צום שורש
א חוץ מזה איסז דא איבער 300 מהלכים
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:54 am
דורך הקטן
ירח בן יומו האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
ווענד זיך פארוואס
CBT איז זייער אנגענימען היינט און האט זייער אסך סדאדיס empirical evidence אז דאס ארבעט
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:46 pm
דורך נאטירליך
הקטן האט געשריבן:psychoanalysis איז היינט צוטאגס כמעט א פארגאנגענהייט און איז א waste of time געווענדליך
cbt ווער ס'קען דאס גיט גייט יא צום שורש
א חוץ מזה איסז דא איבער 300 מהלכים
ווען איך גענוצט psychoanalysis האב איך נישט געמיינט כפשוטו צוריקצוגיין צו פרויד נאר לאפיקי פון CBT וואס איז ראשי תיבות Cognitive Behavioral Therapy דאס מיינט זיך צו טוישן דורך מחשבה ומעשה וואס איז נישט אפגעפרעגט, אבער אויב מען לאזט אויס די גאנצע טיפערע חלק פון די מענטש די inner child וכל שום וחניכה דאית ליה, האט מען נישט אויסגעהיילט בשורש די אלע ווייטאגן און אומזעכערקייט.
נ.ב. פאר די אלע וואס האלטן נאך אז טערעפי איז נארישקייטן דא האט איר אן ארטיקל וואס לדעתי איז יורד לעמקו של דברים
http://drsorotzkin.com/why-cant-he-just-move-on/
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:55 pm
דורך ונבנתה העיר
ירח בן יומו האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
אהרן פריעדמאן האט א בוך אויף דעם - גם אתה יכול לצאת מזה.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 1:47 pm
דורך נאטירליך
ונבנתה העיר האט געשריבן:ירח בן יומו האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
אהרן פריעדמאן האט א בוך אויף דעם - גם אתה יכול לצאת מזה.
א גוטע בוך אויף CBT איז Feeling Good: The New Mood Therapy by David D. Burns אויך איז דא זייער א גוטע בוך אויף תורת הנפש בכלל וואס גיט א זייער קלארע בילד איז Facing Codependence by Pia Mellody
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:02 pm
דורך קאצקע ציקער
ירח בן יומו האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
לדעתי היילט עס נישט ס'פשוט טיפס וויזוי זיך מחזק זיין אבער דאס היילט נישט. די פראבלעם פון CBT איז אז ס'דיעלט בכלל נישט מיט די סאבקאנטשעס מיינד וואס די סאבקאנטשעס מיינד איז די דרייוו פון די מענטש, CBT איז זייער אויבערפלעכליך. כדאי צו היילן דארף מען טיעף אריינגיין אינעם נפש
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:31 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב מורא אז נאר משיח וועט פארשטיין יעדן איינעם'ס נשמה
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:42 pm
דורך moshav zekeinim
רבי אהרון הוא מבין גדול בעיניני תחלואי הנפש
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:46 pm
דורך נאטירליך
moshav zekeinim האט געשריבן:רבי אהרון הוא מבין גדול בעיניני תחלואי הנפש
איזה ר' אהרון התכוונת?
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:58 pm
דורך moshav zekeinim
ט"ב
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:11 pm
דורך moshav zekeinim
באמת זה לא משנה אני חושב שכל צדיק רב גדול בישראל שהוא דעת תורה יכול לרפאות תחלואי נפש
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:14 pm
דורך קאצקע ציקער
ס'דא רביס וואס דארפן זיך קודם אליינס היילן נאכדעם קען מען רעדן פון היילן אנדערע
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:25 pm
דורך moshav zekeinim
כל המבזה
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:28 pm
דורך moshav zekeinim
כל המבזה תלמודי חכמים...
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 6:31 pm
דורך נאטירליך
כ'מיין אז אין עבודת ה' איז אויך דא CBT און מער טיפערע ארבעט.
ר' אביגדור מיללער, חובת הלבבות, גר"א, נפש החיים, חב"ד איז מער ווי CBT און איזביצה, רב קוק, בעש"ט, חוזה מלובלין, המגיד ממעזריטש, ר' יהודה הלוי, איז מער ווי די טיפערע ארבעט (איננע"ר וואר"ק בלע"ז )
איך ברענג די נעמען צו ארויסברענגען מיין פוינט ובודאי יש מקום לדון בזה.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 6:45 pm
דורך קאצקע ציקער
איך האב אמאל געהאט א שמיעס מיט א עסקן וועגן די נושא האבן מיר אזוי ארימגערעדט וועגן יא טון CBT צו נישט, זאגט מיר די עסקן אז ער האלט דעפיניטלי אז מענטשן זאלן גיין פאר סיביטי, ער טענה'ט, מען דארף נישט נישטערן אין מיסט לאז אפ דיגארבידיז. זאגט ער מיר א משל, אז ס' צוגעגליכן צו הויז וואס אין די בעסטמענט איז דא פיל מיט גארבעדז איז אנשטאט צו וואוינען אין די בעסטמענט גייט מען ארויף א שטאק און פארטיג מען דארף נישט דיעלען מיט די מיסט. אזוי האט ער מיר געוואלט מסביר אז סיביטי איז די ריכטיגע מהלך צו גיין, געב איך עים א פרעג, און וואס טוט זיך אויב די גארבעדז איז אזוי שטארק אז די שמעקט קימט ארויף ביזן דריטען שטאק??
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 7:04 pm
דורך הקטן
איך מיין איך האב דאס שוין געשריבן- גיטע cbt גייט אויך צים שורש וואו core beliefs און automatic thoughts און underlying assumptions
דאס אז CBT איז נאר פין אויבן און גייט נישט טיף דאס איז קריטיק אויף CBT וואס איז געקימען פין דו צד שכנגד וואס איז אפגעווארפען געווארן פין די CBT קעמפ
BT האלט אויך אז אדם נפעל כפי פעולותיו און די בעסטמענט ווערט אויסגעוואשן דארך behavior וואו למשל exposure and response prevention פאר OCD
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 7:20 pm
דורך נאטירליך
הקטן האט געשריבן:איך מיין איך האב דאס שוין געשריבן- גיטע cbt גייט אויך צים שורש וואו core beliefs און automatic thoughts און underlying assumptions
דאס אז CBT איז נאר פין אויבן און גייט נישט טיף דאס איז קריטיק אויף CBT וואס איז געקימען פין דו צד שכנגד וואס איז אפגעווארפען געווארן פין די CBT קעמפ
BT האלט אויך אז אדם נפעל כפי פעולותיו און די בעסטמענט ווערט אויסגעוואשן דארך behavior וואו למשל exposure and response prevention פאר OCD
כ'מיין אז דער אמת איז, עס ווענד זיך מער אין די נאטור פון א מענטש, א מענטש וואס איז מער שכלי ווי רגשי, קען אפשר האבן הצלחה מיט CBT, אבער איינער וואס איז מער נשמה ווי שכל פיהלט ווי CBT דערשטיקט זיין נפש.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 7:28 pm
דורך נאטירליך
moshav zekeinim האט געשריבן:באמת זה לא משנה אני חושב שכל צדיק רב גדול בישראל שהוא דעת תורה יכול לרפאות תחלואי נפש
זה הרגשה שלך? או אתה מדבר ממציאות? מעולם לא שמעתי שנשיא מאיזה מוסד יכול לרפאות לא בגשם ולא ברוח, והלואי שלא יקלקלו