בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:46 pm
דורך יואליש
אפטעמיסט, אן אינטערעסאנטע נקודה. אבער דאס איז אלגעמיין די מציאות די זעלבע תפילה איבערגעטייטשט אויף ענגליש, די זעלבע מנהג מסביר געווען אין ענגליש קלינגט פרעמדער, מאדנער, קעלטער און פיל מאל אומדערקענבאר. בשעת אזוי פיל ענינים גליטשט זיך דורך די באוויסטזיין טעגליך, הערט מען עס אין א שפראך מ'איז נישט געוואוינט וועקט זיך אויף די ווילן צו פארשטיין, וואס מיינט עס, וואס איז פשט, פארוואס טאקע? ס'איז אזוי ווי מ'זאל דאס הערן צום ערשטן מאל, און ווען מ'הערט עפעס צום ערשטן מאל אלס ערוואקסענער איז נאטירליך אז די מוח וויל פארשטיין וואס ס'האט נארוואס אויפגעכאפט. ס'מיינט אז אין א זין, פסיכילאגיש גערעדט, זענען מיר מער "היימיש" ווי "איד."

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:03 pm
דורך yatzmachp
אפאר פוינטס.

פאר ווער עס וויל זיין אויפריכטיג, די פעמילי קאורטס זענען פיל מיט קעיסעס פון נישט חסידישע פון עלטערן וואס רייסן זיך ביי די קעפ איבער די קינדער. אנגעהויבן ביי די רייכסטע מענטשן אין אמעריקע און געענדיגט ביי די ארימסטע. די חילוק איז נאר די טענות וואס מען ניצט עס צו בארעכטיגן.

אויב וויל איינער באשולדיגן שלום׳ס ווייב וויל איך זאגן אז שלום אליין מוז זיין א גרויסער אכזר. איך דארף פאר קיינעם נישט זאגן אז צום ווייניגסטן האט ער געדארפט וויסן אז אפילו אויפן בעסטן פאל וועלן זיינע קינדער ליידן אויף א שרעקליכן פארנעם. איך פלעג ליינען זיין בלאג, איך געדענק ווי ער האט באשריבן דעם שבת וואס זיי האבן געזאגט פאר די קינדער אז זיי גיעען זיך ציטיילן, זיין טאכטער איז געווען צוועלף יאר אלט, איך האב א טאכטער וואס איז דאמאלס געווען די זעלבע יארגאנג, איך האב נישט געקענט שלאפן דאמאלס ווייל איך האב נישט געקענט אויפהערן טראכטן פון מיין טאכטער וויאזוי זי וואלט געפילט און ווי אזוי וואלט צובראכן איר וועלט אין איין טאג. דאס איז א צייט ווען א קינד הייבט אן צו מעטשורן און איז א שרעקליכע טראומא. דאס צו טוהן וואלונטערי איז א שרעקליכע רשעות. איך בין זיכער אז זיין טאכטער איז נישט קיין סאך אנדערש ווי מיינס. בעיקר, לויט ווי איך פלעג ליינען איז נישט געווען קיין שלום בית פראבלעמען חוץ זיין רעליגיע פראבלעם. נאר איך זעה ווי אין זיין לעבן זעהט אויס ווי ער מאכט מיסטעיק נאך מיסטעיק אלעס וויל ער קורצזיכטיג. אנגעהויבן מיט זיין אויסוואל פון סקווירא, יא איך ווייס אז ער איז געווען זייער יונג דאמאלס און קיינער האט נאך נישט קיין שכל דאמאלס, און געענדיגט מיטן איבערלאזן זיין משפחה. אזוי ווי ער זאגט אז ווען ער וואלט ווען געוואוסט וואלט ער עס נישט געטון. ווען ער קוקט ווען ווי אזוי עס איז געגאנגען פאר אנדערע וואלט ער געקענט וויסן ווי אזוי ער גייט ענדיגן, נאר ער האט געטראכט אז ״ביי אים״ גייט עס אנדערש. ווי אזוי זאגט נאר חכם איינשטיין, insanity is "doing the same thing over and overagain and expecting different results".

פאר דער וואס האט טענות אז מען טיילט אפ קינדער פון עלטערן פאר סעלפישנעס זאל מיר ביטע אנטשולדיגן. אלעס וואס א מענטש טוט אויף דער וועלט איז פאר סעלפישנעס. מען האט יא/נישט קינדער פאר סעלפישנעס, מען בלייבט יא/נישט גלויביג, מיטן ווייב, עלטערן, ארבעט, וואוינארט, עסן, קליידינג וכו פאר סעלפישנעס. די חילוק איז נאר ווי ווייט דער מענטש קוקט פאר זיין סעלפישנעס. למשל, עס איז דא מענטשן וואס פארברענגען זייערע יונגע יארן מיט מאכן א לעבן און אנדערע געבן זיך אוועק פאר ארבעט אדער זיך לערנען. שפעטער טוישט זיך עס איינער מאכט א לעבן דער אנדערער ארבעט שווער ביידע זענען סעלפיש.

ראביי האראוויץ וואלט איך אויך נישט געטראסט ווייל ער איז פול אף איט. ער איז נישט אביעקטיוו און אן עגאאיסט. פרוביר נאר צו האלטן אנדערש פון אים.

יעצט וועגן גיין טוישן יודישקייט פון זייער שטרענג צו גרינגער. די מציאות איז אז די מאדערן ארטאדאקס האבן די גרעסטע פראצענט otd. פון די אנדערע זייט איז אויך אמת אז פון די חסידישע האט סקווירא די גרעסטע פראצענט otd. אזוי ווייט אז עס האט שוין אנגערירט דעם סקווירא רבין׳ס שטוב אליין.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:37 pm
דורך בן תמליון
איך שטים צו מיט יצמחפ'ס גייסט. איך בין פאר א Q&A וואו יעדער קען פרעגן אפילו אומבאקוועמע שאלות מיט רעספעקט.
איך האב דורכגעליינט דעם בוך און אגב בין געווען א פייערדיגער ליינער פונעם 'האסידיק רעבעל' בלאג, און געדענק די אנטוויקלונגען. ווען איר זענט אוועק האט איר זיך געהאלטן זייער ב'גדול'ט זיך געזען אן עתיד מיט גאלדענע פארבן. ווי אויך האט איר געהאלטן איר גייט אנהאלטן די קינדער. למעשה ווער עס האט מוח בקדקדו און קען אונזער געדאנקענגאנג וואלט נישט געהאט קיין ספק אז קינדער און סקווער גייען נישט ערלויבט ווערן צו א טאטן א מחלל שבת אוכל נו"ט, גערעכט מאראליש צו נישט איז קיין נפקמ"נ. איר האט געלעבט אין א אילוזיע און געקעמפט, ווען איר האט ריעלייזט עס איז א טעות איז געווען צו שפעט און ראביי הורוויץ וכדומה האבן שוין נישט אויסגעמאכט.
מיין טעארעטישע שאלה וואלט געווען: איך בין כמעט ברור אז בלייבט איר מיט א קליין קאפל און דערקלערט זיך 'אפיציעל' שומר שבת וואלט איר בדרך הטבע געבליבן א טאטע פאר די קינדער און געווען הויפט מחותן ביי זייערע חתונות. קוקנדיג צוריק, איז דאס זיך דערקלערן אלץ 'הערעטיק' און או טי די געווען פאר אייך פריאריטעט איינס און קינדער צוויי? וואלט איר היינט געזאגט איר זענט געווען קורצזיכטיג דעמאלטס.

דער בוך איז גוט געשריבן אבער מיר באדערט דאס זיך פארשטעלן אלץ אן אדם השלם אן טעותים. זיין א מודה על האמת אויף אייגענע פעלערן און שוואכקייטן פארמינערט נישט דאס שרייבן אין מענטשן אויגן, איך מיין פארקערט.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 2:01 pm
דורך אפטעמיסט
איך האב נאכנישט געענדיגט דעם בוך, אבער אין דעם ארטיקל פובליצירט אין די גארדיען האט ער דאך קלאר מודה געווען אז ער וואלט עס נישט געטון ווען ער ווייסט ער גייט פארלירן קאנטאקט מיט זיינע קינדער.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 3:45 pm
דורך לעיקוואד
איך האב די זעלבע סארט חקירה נאר פון אן אנדערע ענגעל: די וואס קלערן אז אפשר איז שלום טאקע שולדיג ווער האט עם גבעטען זיין א סקווערער און ווער האט עם געבעטן אפלאזן די קינדער וכו' וכו, זענען די זעלבע וואס קלערן אפשר איז מיסטער ראטענבערג טאקע שולדיג אז מען האט עם פארברענגט ווייל ווער הייסט עם גיין דאווענען דווקא אין נורסינג האום און בכלל ווילסטו נישט פארוואס וואוינסטו אין סקווער, אדער עס זענען אנדערע?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 4:37 pm
דורך מאטי
מ'בלעימט נישט קיינעם, מ'מאכט א סך הכל ווי אזוי די ריעל וועלט ארבייט, און מ'אנעליזירט די קאנסעקווענצן.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 4:44 pm
דורך לעיקוואד
וואלט ר' ראטענבערג געקומען צו אייך וואלט איר געשריבען אן ארטיקל אז מען דארף זיך רעכענען מיט די ריעל וועלט איז וואס פעלט עם אויס גיין דאווענען אין נורסינג האום ער קען דאווענען רוהיג אין פאליש פון גרויס בית מדרש? (עי' בספר כל באיה לא ישובון איפה אפשר לפטפט בשעת התפלה)

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 4:58 pm
דורך yatzmachp
מר לעיקוואד, איר קענט נישט אביסל לאגיק.

קודם זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט די חקירה און נאכדעם זעהט אויס אז איר פארשטייט נישט די חקירה, איך וועל אייך טרייען צו העלפן.

די חקירה הייבט זיך "אויב איינער וויל באשולדיגן זיין ווייב״. יעצט אויב דו ווילסט מאכן א חקירה מיט ראטענבערג דארפסטו שרייבן אזוי. אויב די מנהג אין סקווירא איז אז ווען איינער גייט דאווענען ערגעץ אנדערש פארברענט מען זיינע קינדער, טראץ דעם איז ראטענבערג געגאנגען דאווענען ערגעץ אנדערש און מען האט פארברענט זיינע קינדער וכו דו קענסט שוין צוענדיגן די איבריגע.

מלה״ד, אין געוויסע קאמוניסטישע לענדער פלעגט זיין/איז א מנהג אז אויב איינער האט דעפעקטירט נעמט מען די ווייב, קינדער, עלטערן און מען באשטראפט זיי. איז די שאלה אויב די משפחה קען האבן טענות אויף אים און אויב ער קען האבן טענות און א גילטי קאנשענס אויף זיך אליין. די תירוץ ווענדט זיך אין די מציאות אזוי. אויב וואלט ער געקענט אויפטוהן די זאך נאר דורך מקריב זיין די משפחה דאמאלס איז אן ענין פון מסירת נפש אויף די משפחה׳ס חשבון וכו. קענסט אויפירן ווי אזוי דו ווילסט. איי האופ יו געט די פוינט.

פארגעס נישט, איך האב נישט גערעדט פון גערעכט אדער אומגערעכט.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 4:59 pm
דורך בן תמליון
הרב לעיקוואד במחילתכם קומט איר אהער אינגאנצן שלא בדרא, כאילו ראטענבערג איז א רשב"א, ראטענבערג איז אן אדאלט און ער מאכט זיינע דעסיזשנס פאר זיך. ווען מיר רעדן פון אומשולדיגע קינדער וועט א טאטע אן מאמע וועלן אלעס לייגן אין א זייט אין דורכגיין גיהנם פאר זיי און אפילו לעבן א גיהנם. צו צוגרונד לייגן א שטוב פאר אייגענע אינטערעסן איז אומאקצעפטירבאר פארן מין האנושי.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:08 pm
דורך לעיקוואד
לא הבנתי כוונתכם. איך כאפ נישט מיט וואס דער פאל פון ראטענבערג (וואס מהאט פראבירט פארברענען זיין שטוב מיט די קינדער טאקע) איז אנדערש פון דער פאל, איר האלט טאקע אז ראטענבערג איז נישט ממין האנושי אז ער האט זיך נישט גערעכנט מיט דעם וואס מ'וועט עם רודפ'ן מיט די קינדער אדער זענט איר מחלק באיזשהו אופן?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:13 pm
דורך לעיקוואד
@בן תמליון אייערע ווערטער זענען נוגע לכאורה ביי יעדער גט אין די וועלט, יא?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:17 pm
דורך בן תמליון
אלזא זענט איר מדמה מילתא למילתא. ראטענבערג וואס איז געגאנגען דאווענען אין א נורסינג הוים שבת, האט די זעלבע מפקיר געווען זיינע קינדער ווי איינער וואס האט חתונה געהאט פרום געהאט ברצונו פינף קינדער אין זיי מחנך געווען ע"ד סקווער, און איין טאג זיי אלע איבערגעלאזט אין געווארן א מחלל שבת. וויאזוי טייטשט יענער, ואני בתומי אלך, איך גיי אן מיט מיין קרומקייט.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:19 pm
דורך [NAMELESS]
@לעיקוואד ראטענבערג איז בעצם א סקווירא איך מיין זיין טאטע אויך סוי דאס איז נישט געווען זיין בחירה, משא"כ שלום ווי איך פארשטיי אליינס נתקרב געווארן צו סקווירא, סוי קיין דמיון,

און אזוי אויך OTD האט ער אויך בוחר געווען און ווי @בן תמליון זאגט איז דאס געווען א טעות מצידו ווייל ער וואלט ווען געדארפט פארשטיין אז מיט דעם וועט גענצליך פארלירן די רעכט אויף די קינדער,

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:22 pm
דורך לעיקוואד
@ב"ת, הייסט עס די חילוק איז אז מעשי ראטענבערג זעהט אייך נישט אויס צו זיין אזא עוולה משא"כ מעשה דין. נו איז דאך די נושא נישט פראקטישקייט און רעאלישקייט נאר אייער דעה איבער וואס איז ריכטיג. ביי דער סקווערער איז דאווענען אין דער נישט ריכטיגער מנין פונקט אזוי חמור און א הרס הדת, פרעג עם נאר ער וועט דיר מסביר זיין מיט משלים און מליצות און הסברים און טייטשען פון צדיקים. נאר איר זענט נישט מסכים זאגט איר נישט אז דער עובר איז אן אוממענטש משא"כ שלום דין.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:28 pm
דורך בן תמליון
איר קריכט אויף גראדע ווענט. די גמרא זאגט ביי א ס"ת מען ווייזט פאר א תינוק דלא חכים ולא טיפש. איך מיין אז שכל גראד פארשטייט גוט די צוויי זענען נישט קיין פאר. אפילו דער סעקולארער געריכט ווען געבן קינדער פארן צד וואס איז פארבליבן פרום זיי פארשטייען דאס טוישן רעליגיע אלץ א נעגאטיוון טאט משא"כ די נוירסינג הוים עוולה.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:33 pm
דורך לעיקוואד
שטימסטו דאך צו מיט מיר אז די נושא איז נישט פראקטיש נאר וואס איר האלט פאר אן עוולה.

(ווען סקווער זאל האבן אזא השפעה אויף די געריכט ווי דער אלגעמיינער חרדיש'אפט וואלטן זיי אויך פארשטאנען די גרויסע עוולה פון נישט דאווענען מיט'ן רבין'ס מנין. עס איז נאר א חילוק וויפיל מענטשען גלייבן אז דאס איז שרעקליך)

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:49 pm
דורך ישראל קאפקע
@לעיקוואד, די חילוק איז אז נישט לאזן זען די קינדער איז א זאך וואס איז א מעגליכקייט און איז נישט אזא זעלטענע קאנסעקווענץ (אפגעזען ווי פארדרייט און רשעות'דיג עס זאל נאר זיין) און דארף דעריבער זיין א פאקטאר וואס מען דארף נעמען אין חשבון. פארברענען א פאמיליע היים איז נישט קיין זאך וואס פאסירט, פינטל, אפילו אין סקווער (אפילו נאך די ראטנבערג סומאטוכע).

(גראדע בשעתו האט מיר ראטנבערג געקלינגן ווי דער גרויסער בהמה וואס זוכט זיך דווקא פראוואקאציע, (נישט אז עס פארענטפערט וגו'), משא"כ אויף ווי ווייט איך בין באקאנט מיט דין שיינט ער מיר נישט צו זיין דער וואס זוכט זיך געפעכטן).

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:50 pm
דורך לעיקוואד

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:54 pm
דורך יואליש
דרך אגב, דער שרייבער אינעם גאנצן בוך "בלעימט" נישט קיינעם. ער פארציילט, שילדערט, סעט אויף די סצענע, ווי אזוי די ביטערע דילעמא בויט זיך אויף וזהו. הארט פארן פונאדערשיידונג בויט ער סצענעס וואס איז פיל מיט סימפאטיע צו זיין ווייב אזש ס'איז טרויעריג און טראגיש און דער ליינער קען גרינג סימפאטאזירן מיטן פרוי. ווי אלעמאל איז עס פון זיין פערספעקטיוו, און אנדערע מענטשן, ובפרט זיין ווייב, האבן זיכער זייער פערספעקטיוו. ער ווארענט די זעלבע צום סוף, אז א מעמאואר איז ביי דעפענישאן פעלערהאפטיג נישט קיין חילוק ווי שטארק דער שרייבער פרובירט צו זיין אויפריכטיג און די ליינער זאלן דאס האלטן פאר די אויגן.

חוץ פוו זיין פערזענליכע דראמא טיט די בוך שילדערן דאס מענערישע לעבן צווישן חסידים (סקווירא בפרט).כ'האב געהאלטן זייער א קריטישע אויג פאר אקוראט דעטאלן און כ'מיין אז ס'פעסט די טעסט. ס'איז נישט קיין אקעדעמישע שטודיע ממילא זענען די דעטאלן לימיטיט צו ווי ס'שפינט אריין אין די מעשה נישט אן אפהאנדלונג אויף חסידים.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 6:09 pm
דורך מאטי
בעצם האט ראטענבערג נישט געהאט קיין טשויס, אדער דאווענען בפנים אדער ליידן די קאנסעקווענצן.

ווען מ'וואלט געקענט מאכן עפעס א פשרה, אז ער מעג גיין יעדן צווייטן שבת, אדער עפעס אנדערש, וואס וואלט אים געמאכט מער ווייניגער צופרידן, און ער וואלט זיך גע'עקש'נט בלויז צו גיין עד הסוף, וואלט מען אפשר געקענט האבן טענות אויף אים.

לענייננו די טענות וואס שלום האט ארויסגעברענגט אינעם קליפ זענען אזעלכע וואס וואלט געקענט גרינג מסודר ווערן אין א מאדערנער געזעלשאפט. אלזא איז יתכן אז מ'וואלט געקענט מפשר זיין אויף אזא זאך, און ער וואלט געקענט האבן די קינדער, בנוסף אז זיי וואלטן מחונך געווארן צו א וועג וואס איז נענטער צו זיין געוויסן.

אבער מ'קען נישט וויסן אולי איז דאס נישט געווען אפען פאר דעבאטע. עכ"פ ס'איז חומר למחשבה פאר אנדערע וואס זענען אין זעלבן מצב.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 6:20 pm
דורך הוגה
[tag]מאטי[/tag], לאז אונז וויסן וויאזוי עס ארבייט זיך אויס... :lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
בן תמליון האט געשריבן:אלזא זענט איר מדמה מילתא למילתא. ראטענבערג וואס איז געגאנגען דאווענען אין א נורסינג הוים שבת, האט די זעלבע מפקיר געווען זיינע קינדער ווי איינער וואס האט חתונה געהאט פרום געהאט ברצונו פינף קינדער אין זיי מחנך געווען ע"ד סקווער, און איין טאג זיי אלע איבערגעלאזט אין געווארן א מחלל שבת. וויאזוי טייטשט יענער, ואני בתומי אלך, איך גיי אן מיט מיין קרומקייט.

בן תמליון: נאר איין קליינע נקודה. אין דעם פאר--- פלאץ וואס רופט זיך סקווירא וואלט קיין פשרה נישט געהאלפן. כמו שאמרתי לעיל...עיין שם...!

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:32 pm
דורך yatzmachp
לעיקוואד האט געשריבן:לא הבנתי כוונתכם. איך כאפ נישט


דאס טאקע דיין פראבלעם און דו קייסט איבער. איך האב נישט ליעב צו גיין אין סירקעלס וועל איך דיר זאגן אז דו ביסט גערעכט.