בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:29 pm
דורך הוגה
מאטעמאטיש פארשטיי איך זיין חשבון. איך בין נישט זיכער אויב עס איז תורה'דיג. לויט וויאזוי עס ווערט געברענגט אין ספרים האט זיך רבי נחמן דאכציך נישט אזוי געפירט און די בעל שם טוב זיכער נישט. די קאצקער יא.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:58 pm
דורך קינד_אן_קייט
ייש״כ [tag]ברסלבער[/tag], כ׳האב שטארק הנאה געהאט זיך צו באקענען אביסל בעסער און נאענטער מיט מוהרא״ש דורכ׳ן ארטיקל (בפרט אז ס׳איז געשריבן געווארן דורך א ניק וועמען כ׳רעספעקטיר פאר ישרות און שכל הישר).

ברסלבער האט געשריבן:נאך די חתונה האט ער זיך אריינגעווארפן מיט לייב און לעבן צו דרוקן אלע ברסלב'ע ספרים, אין איין יאר האט ער געלאזט דרוקן פינף-און-אכציג טויזנט ספרים, ער האט דאן אפגעדרוקט אלע ברסלב'ע ספרים, און עס פארקויפט פאר אונטער די קאסט פרייז, מיטן איינעם ציל אז עס זאל זיין בנמצא צו קויפן דכל מאן דבעי.

ברסלבער האט געשריבן:האט אים מוהרא"ש געזאגט: "איך האב געדרוקט דאס יאר א מיליאן ספרים און קונטרסים, לאמיר זאגן אז 900,000 שטיק דערפון איז געגאנגען אין מיסט, איז אבער געבליבן א הונדערט טויזנט ספרים וואס זענען יא אנגעקומען צו מענטשן און זיי מחזק געווען.

שאלה, איז מעגליך אז ער האט מגזם געווען? ס׳הערט זיך אסטראנאמיש, בפרט פאר יענע תקופה. ובכלל, איז שייך צו זאגן אז ער איז געווען א בעל מגזם? געוויסע זאכן הערן זיך גאר פאנטאסטיש.

נ.ב. כ׳פרעג עס מיט׳ן גרעסטן מאס רעספעקט, נישט חלילה לקנטר.

Re: מיין רבי, מוהרא"ש - "פה-סח" #8

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 8:57 pm
דורך נופת צופים
קינד_אן_קייט האט געשריבן:ייש״כ [tag]ברסלבער[/tag], כ׳האב שטארק הנאה געהאט זיך צו באקענען אביסל בעסער און נאענטער מיט מוהרא״ש דורכ׳ן ארטיקל (בפרט אז ס׳איז געשריבן געווארן דורך א ניק וועמען כ׳רעספעקטיר פאר ישרות און שכל הישר).

ספרים, רעדט ער לכאורה אויך פון די קליינע קונטריסים פון אפאר פעידשעס, וואס מאכט מער סענס די נאמבערס

Re: מיין רבי, מוהרא"ש - "פה-סח" #8

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 9:00 pm
דורך נופת צופים
@ברסלבער הערליך הערליך!

געליינט איבער די צווייטע טעג. ס'האט מיר ממש געברענגט טרערן אז כ'האב דעם איד נישט געקענט. יא, כ'וואוין גאר גאר נאנט צו היכל הקודש.

וי לן דמיתנא וי לן דמיתנא. חבל על דאבדין ולא משתכחין

Re: מיין רבי, מוהרא"ש - "פה-סח" #8

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 10:39 am
דורך נופת צופים
פישלע העררינג האט געשריבן:[justify]וויל איך דיך פרעגן, איז ר' יואל ראטה'ס מהלך גענוי וויאזוי מוהרא"ש האט אנגעהויבן? איז ער בכלל ראוי לאותו איצטלא? איז זיין תכונת הנפש געאייגנט איבער צו נעמען און ממשיך זיין מוהרא"ש?[/justify]

איז ר' יואל דא מיט אונז אין שטיבל, ביי עני טשענס?

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 3:12 pm
דורך ברסלבער
קינד_אן_קייט האט געשריבן:ייש״כ [tag]ברסלבער[/tag], כ׳האב שטארק הנאה געהאט זיך צו באקענען אביסל בעסער און נאענטער מיט מוהרא״ש דורכ׳ן ארטיקל (בפרט אז ס׳איז געשריבן געווארן דורך א ניק וועמען כ׳רעספעקטיר פאר ישרות און שכל הישר).

ברסלבער האט געשריבן:נאך די חתונה האט ער זיך אריינגעווארפן מיט לייב און לעבן צו דרוקן אלע ברסלב'ע ספרים, אין איין יאר האט ער געלאזט דרוקן פינף-און-אכציג טויזנט ספרים, ער האט דאן אפגעדרוקט אלע ברסלב'ע ספרים, און עס פארקויפט פאר אונטער די קאסט פרייז, מיטן איינעם ציל אז עס זאל זיין בנמצא צו קויפן דכל מאן דבעי.

ברסלבער האט געשריבן:האט אים מוהרא"ש געזאגט: "איך האב געדרוקט דאס יאר א מיליאן ספרים און קונטרסים, לאמיר זאגן אז 900,000 שטיק דערפון איז געגאנגען אין מיסט, איז אבער געבליבן א הונדערט טויזנט ספרים וואס זענען יא אנגעקומען צו מענטשן און זיי מחזק געווען.

שאלה, איז מעגליך אז ער האט מגזם געווען? ס׳הערט זיך אסטראנאמיש, בפרט פאר יענע תקופה. ובכלל, איז שייך צו זאגן אז ער איז געווען א בעל מגזם? געוויסע זאכן הערן זיך גאר פאנטאסטיש.

נ.ב. כ׳פרעג עס מיט׳ן גרעסטן מאס רעספעקט, נישט חלילה לקנטר.

די ערשטע שטיקל וואס דו ברענגסט איז געווען בערך אין יאר תשכ"ה, ער האט דאן געדרוקט אלע ברסלבע ספרים ווי ליקו"מ שיחות הר"ן חיי מוהר"ן סיפ"מ ליק"ה, און אזוי ווייטער אלע ספרים פון רבי נחמן און רבי נתן און נאך ליקוטים פון די שפעטערדיגע. ער האט געהאט מיט זיך א גרופע בחורים און אינגעלייט וואס זענען ארום געגאנגען אין די שולן און הייזער און פארשפרייט די ספרים פאר זייער ביליג, און דעריבער איז געגאנגען אזויפיל ספרים.
מוהרא"ש איז דאן געווען א פרישער אינגערמאן און ער האט געארבעט אין א דרוקעריי, ער איז ספעציעל אהין געגאנגען ארבעטן אז עס זאל אים זיין גרינגער צו דרוקן, און דעריבער האט ער געקענט דרוקן אזויפיל ספרים.

די צווייטע שטיקל פון א מיליאן ספרים איז געווען מיט א אכט-ניין יאר צוריק, און עס איז געווען עפ"י רוב דינע קונטרסים, ווי איינער האט שוין אנגעמערקט, ער האט דאן געדרוקט גאר אסאך קונטרסים אין כינע, ער האט געזאגט אז ער האט צוגעזאגט פאר רבי נחמן ראש השנה אין אומאן אז ער וועט דרוקן יענעם יאר א מיליאן קונטרסים, און ער האט דאס מקיים געווען.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:46 am
דורך אפטעמיסט
מוהרא"ש אלס מלמד אין באבוב'ער תלמוד תורה

Re: מיין רבי, מוהרא"ש - "פה-סח" #8

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:49 am
דורך חאצקעל שניידער
באבוב ? זעט אויס מער וואו חיים בערלין

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:50 am
דורך אפטעמיסט
יא יא

די קינדער זעען ממש אויס ווי גוים...

http://breslevcity.co.il/%D7%A0%D7%97%D ... 9%D7%9C-26

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:45 am
דורך דולה ומשקה
א באבוב'ער בחור: ימים שחיסר 18
היינט וואלט אזוינס נישט פאסירט

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:53 am
דורך ברסלבער
מערק וואס ער שרייבט ביי די הערות: "בגלל העדרו התמידי לא נחשב מן המצויינים".

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:57 am
דורך אפטעמיסט
מערק אויך אז מען האט אויך דעמאלט ח"ו נישט געלערענט נ"ח.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 4:37 pm
דורך ראש הישיבה
לשיטת רבי נחמן יא זיין א מלמד אדער נישט?

http://breslevcity.co.il/שות_ברסלב_2329

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:37 pm
דורך ראוונע
הערליכע ארטיקעל
חבל על דאבדין