איך האלט אז די מהלך נישט נאר איז עס אויסגעהאלטן נאר זייער וויכטיג און דאס איז א שטארקע יסוד אין יהדות בכלל,
דאס איז די כח פון דמיון וואס אן דען הייבט זיך גארנישט אן, כדי זיך מצייר צו זיין א מעשה שהי' אדער א פערזענליכקייט שהי' וואס האט פאסירט אין די ווייטע פארגאנגענהייט איז דאס נאר דורך דמיון, די שכל אנושי קען נאר חל זיין אויף א מציאות וואס ער האט אין מח, ווען איינער לערנט וועגן משה רבינו אדער אהרן הכהן קומט עם ארויף בדמיונו עפעס א צורה וואס ער איז ממחיש אז דאס איז משה דאס איז אהרן וכדו' אן דעם ארבייט עס נישט, הגם ער ווייסט קלאר אז משה רבינו האט קלאר נישט אזוי אויסגעזעהן גייט עס עם נישט אן... יעצט איז דאס משה,
און ווי קלארער און דיטעילט ער וועט זיך אויסמשל'ן די פיגור וועט ער עס קלארער פארשטיין די ארום און ארום,
וועט איינער קומען זאגן אז דאס איז שקר און ער טוט אומריכטיג, א וודאי אז נישט ווייל דאס שניידט נישט אריין בגוף המעשה דאס איז נאר אן היכי תמצא צו מצייר זיין די גוף הענין דורך אוועקשטעלן די זייטיגע זאכן זאלן אויסשפיעלן אז עס זאל זיך שפירן ווי א מציאות און דורך דעם ארויסהאבן די ענין,
און באמת קען דאס גיין ווייטער אונז גלייבן אין גאט וואס איז בכלל נישט קיין מוגבל אין א צורה, אעפ"כ ווען אונז ווילן זיך מצייר זיין אז גאט הערט אונז צו, זעהט אלעס, גאט צערנט, גאט ליבט אונז, זעמיר אונז מצייר מיט אויערן אויגען זעם ה' אהבה וכדו' כאטש אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף ואין לו דמיון כלל, כדי לקרב להבנה לייגען מיר צו זאכן אין דמיון צו פארשטיין פעולת ה',
בעצם אין די תורה טרעפן מיר דאס אויך ובידו הגדולה וביד חזקה עיני ה' וכדו' ווי די רמב''ם איז מאריך בזה.
די זעלבע זאך ווען מען גיט איבער א היסטארישע סיפור, און מען וויל אז די צוהערער זאל עס פארשטיין משל'ט מען אויס מיט לעבעדיגע פארבן
איך ווייס נישט אויב דאס איז די כוונה פון @לעיקוואד ווייל פון זיינע ווערטער איזה משמע אז די תורה איז נישט מקפיד אויף קיין קראנטקייט, איך וועל נישט פארלייקענען אז די תורה איז א שיינע בעל מספר און ער זיכט נישט איבער צו געבן טריקענע פאקטן, אבער צו זאגן אז עס איז נישט קראנט, איז זיכער נישא ריכטיג.
דער אידישער מסורת, ווי אלע ווייסן, איז געבויעט אויף א סיפור. די מעשה וואס מען דערציילט דורכאויס די דורות פון יציאת מצרים, פון מתן תורה, פון די גאנצע געשיכטע פון כלל ישראל מאז היותו לגוי ועד היום. וואלט געווען א טעות טאמער מיינט איינער אז דער מעלה פון דער סיפור איז אז זי איז פונקט אזוי קראנט ווי זי איז פארגעקומען, מיט יעדע טרוקענע דעטאל, יעדע נאמען, יעדע דאטום ריכטיג. אזוינע היסטאריעס זענען דא פיל, און נאך בעסער פארשריבן פונקטליך מיט אלע פרטים. די מעלה פון די אידישע געשיכטע איז אז זי איז געבויט אויף דעם גוטן סארט בעל מספר,
הגם פון די משל וואס ער גיט אן קוקט יא אויס אזוי,
, אבער טאמער פארשטייט מען אז דא רעדט מען פון אזא אופן, איז פשוט אז ווי א בעסערער בעל מספר מען איז, ווי מער איימיצער לייגט צו פרטים, ער דמיונ'ט מער ווי די מכות האבן אויסגעזעהן, ווי דער פרעה לויפט ארום מיט פידזשאמאס, וועלכע קאליר פידזשאמאס האט ער געהאט, וכו' וכו',
דמיונען ווי אזוי די מכות האבן אויסגעזען אדער וועלכע קאליר די פידזאמעס ער האט געהאט איז גארנישט מוסיף בעצם צו די עיקר המעשה, חוץ דראמא און דמיון בעסער מצייר צו זיין צו האבן אן הרגשה די מצב וואס עס האט זיך דארטט אפגעשפילט.
און אזוי פארשטייט מען אז וכל מרבה לספר איז נישט קיין סתירה צו אין אדם מוריש.
מען טרינקט וויין וואס איז מגביר דעם כח הדמיון
לעיקוואד איז דאס אייגענס???