בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 12:17 pm
דורך אליצפן
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מענטשן נוצן טאררענטס צו דאוינלאדן מאוויס אדער שאוס. ווען מען נוצט טאררענטס איז דא א גרויסע טשענס צו באקומען א ווייראס אויפן קאמפיוטער, סיי ווער עס וויל קען זען דיין איי פי אדרעס, דא מיינט אז די סטודיאוס און אינטערנעט פראוויידערס קענען גריגערהייט זען ווער ס'טוט די שגץ שטיק.
עס זענען דא הונדערטיר וועבסייטס וואו מען קען פאר בחינם דאוינלאדען אדער סטרימען יעדעס איינציגסטער מאווי אדער שאוי, ווי למשל icefilms, 1channel און נאך. די סייטס האבן קיינמאל נישט קיין וויירוסעס און עס איז א דירעקט דאוינלאוד וואס מיינט אז קיינער קען נישט זען אז דו ביסט אמאל דארט געווען, אויסער אויב די אינטערנעט קאמפאני באקומט א ווארענט צו ארויסגעבן דיין בראוזינג היסטארי.
איז מיך דעריבער אלעמאל געווען א חידוש אז מענטשן נוצן בכלל טאררענטס.
[tag]געפילטע פיש[/tag]

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 12:18 pm
דורך אליצפן
.

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:40 pm
דורך געפילטע פיש
קודם כל ווייל מיר טוען אזוי מקדמת דנא, מיר האבן א מסורה, ומינה לא נזוע. צווייטענס, איך האב ליב דאונצולאודן זאכן, און אין 1080p, און רוב פון די סטרימינג סייטס זענען נישט HD. כ'האב גראדע געטראכט פון שרייבן וועגן popcorn time און ענליכע פראגרעמס, אבער כ'בין נישט אנגעקומען דערצו, ווי אויך קען איך זיי נישט אזוי גוט פערזענליך. מ'ברויך עס טאקע אינסטאלירן און אויספראבירן איינער פון די טעג, אדער יארן.

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 2:40 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט אז די טאררענט'ס פאנגען קודם אן צו דאונלאדען שטייט און ס'ווערט שנעלער און שנעלער?

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 8:07 pm
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט, און איך זע נישט אז ס'זאל ארבעטן אזוי ביי מיר.

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 8:38 pm
דורך נופת צופים
וואס מער טאררענט פיילס דו האסט ביי דיר - און ווערט געשעירט אזוי - באקומסטו כאילו פוינטס וואס מאכט דיין ספיד שנעלער.

#ליגטמיראיןקאפ

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 8:44 pm
דורך געפילטע פיש
נופת צופים האט געשריבן:וואס מער טאררענט פיילס דו האסט ביי דיר - און ווערט געשעירט אזוי - באקומסטו כאילו פוינטס וואס מאכט דיין ספיד שנעלער.

#ליגטמיראיןקאפ

דאס איז זייער שטארק געוואנדען אינעם ספעציפישן טרעקער פונעם טאררענט. רוב מאל איז עס נישט אמת.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 9:20 pm
דורך שמערל
ביי מיר איז עס אויך קודם שטייט און ווערט נאכדעם שנעלער, כ'מיין אז עס דאונלאוד עטליכע סידס אויף אמאל, נאר עס נעמט צייט פאר די סערווער זיך צו קאנקעטן מיט אלע איי פי'ס, הייבט ער אן מיט איינס, און צוביסליך קאנעקט ער זיך מיט מער און מער אדרעסן, במילא נעמט עס שפעטער אסאך שנעלער.

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:15 pm
דורך ביבער
ערשט היינט געליינט... שטארק געלאכט!

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:51 pm
דורך מפוזרי
גם אני מצטרף להנ''ל. כמקרהו קרה לי.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:14 pm
דורך פרייוויליג
האב איך יעצט צום ערשטן מאל אריינגעוואנדערט אין דעם אינפארמאטיווער אשכול פון אונזערע הומאריסט [tag]געפילטע פיש[/tag]

וואס זאל איך אייך זאגן, איך האב אויסגעזען ווי א טרעפיק ליכט, איך האב ממש זיך געטוישט קאלירן פון די סדרי הביצה, חושים בן דן, און יחצל'ס צופליקטער בארד. דער האט א שפראך און א פעדער איינס אין דער וועלט!
א הערליכן געשמאקן איבערזיכט איבער טאררענטס וואס האט מיר געגעבן אסאך אינפארמאציע. און צוגאב האב איך נארוואס צוגעלייגט דעם עד בלאקער עקסטענשען.

תודה אויפן צייט, תודה אויפן שמייכל, און תודה אויפן רייכן ארטיקל.

Re: טאררענטס: וואס דאס איז און וויאזוי מ'עסט איר (פה-סח #7)

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 3:30 pm
דורך גראף
דער פירער/איינגעטומער פון די פאפולער טאררענט וועבסייט kickasstorrents איז געווארען ארעסטירט אין פולין. די וועבזייטל איז די מערסטע פאפולער טאררענט סייט זייט די פעדס האבן מסדר געווען pirate bay. די וועג זיי האבן איהם געכאפט איז גאנץ אינטערסאנט.

https://www.engadget.com/2016/07/21/kic ... -security/

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז געשטאנען דא?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 1:44 am
דורך סאנטיאגא
הערליכע ארבעט געפילטע זייער שיין אראפגעלייגט!
כ'זוך טאקע איינער וואס וואלט מיר געהאלפן זיך מסדר זיין אויף פיירעטסבעי אויב איר קענט מיר העלפן אין אישי וואלט מיין לעבן גרינגער געווארן