בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 1:17 pm
דורך לית דין בר נש
פיטער איז וואס איז יא Covered? איז דא עפעס וואס איז נישט א Act of G-d?
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 1:30 pm
דורך א איד
די מעשה ברענגט ארויס אז מען זעהט ווי דער אויבערשטער נעמט זיך אן פאר זיינע צדיקים.
און גערעכט די זעלבע קען געשעהן און וועט געשעהן, מיט יעדן איינעם, וואס פארשעמט איינעם אדער טשעפעט איינעם, אז נישט אויפן מינוט איז עס שפעטער, דעם אויבערשטנס חשבונות ווייס מיר אונז נישט, אבער קומען קומט עס אן.
וכידוע המעשה מהחפץ חיים, ווי ער האט געווארט צו זעהן וואס די שטראף פון א עושר וואס האט געטשעפעט אן אלמנה, און ער האט געוואר 25 יאר ביז ער האט געזעהן די עונש, עס האט געדויערט אבער עס איז אנגעקומען.
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 1:39 pm
דורך עדיאל
א איד האט געשריבן: דעם אויבערשטנס חשבונות ווייס מיר אונז נישט,
עקזאקטלי.
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 2:54 pm
דורך petergrifin
לית דין בר נש האט געשריבן:פיטער איז וואס איז יא Covered? איז דא עפעס וואס איז נישט א Act of G-d?
מען זאגט נישט אויף א רוצח בידים אז לאז לויפן ס'איז מן השמים נאר מען משפט איהם אויף דער וועלט.
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 3:00 pm
דורך א איד
ווער איז דא געווען א רוצח בידים? מען האט געזעהן אז די הקפדה האט געשאדט.
וכידוע המעשה וואס מען דערציילט נאך אויף ר' יענקעלע אז ר"ר הערשעלע קרעטשניפער איז געווען ביי עם אויף א באזוך, און בתוך השמועס האט ער עם פארציילט, אז דער זיידע ר' לייזער וואלף, א האלב סיגוט איז געשטארבן פון זיין הקפדה, רופט זיך ר' יענקעלע אן, כהאב נישט געוואוסט אז אייער זיידע איז געווען א מאסן מערדער.
(כנעם נישט אחריות אויף די אמת'דיקייט פון די מעשה)
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 3:44 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:ווער איז דא געווען א רוצח בידים? מען האט געזעהן אז די הקפדה האט געשאדט.
וכידוע המעשה וואס מען דערציילט נאך אויף ר' יענקעלע אז ר"ר הערשעלע קרעטשניפער איז געווען ביי עם אויף א באזוך, און בתוך השמועס האט ער עם פארציילט, אז דער זיידע ר' לייזער וואלף, א האלב סיגוט איז געשטארבן פון זיין הקפדה, רופט זיך ר' יענקעלע אן, כהאב נישט געוואוסט אז אייער זיידע איז געווען א מאסן מערדער.
(כנעם נישט אחריות אויף די אמת'דיקייט פון די מעשה)
א איד: איך האב אויך געהערט די מעשה. ס'איז א זיסע מעשה צו ס'איז אמת אדער נישט. נאר אויף הצ' ר' יענקעלע פשעווארסקער זי"ע קענמען עס גלייבן. ער האט געהאט אן אנדערן קוק אויף די עניינים ווי דער סתם עולם...!
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 3:51 pm
דורך א איד
עס איז דא פונעם ניקלשבורגע רבי א הספד אויף אים עס איז געדרוקט אין די ספרים דברי יוסף וואס עס קומט ארויס פון ניקלשבורג אויף יעדעס יאר א באנד.
איך מיין אויף אויף יעדע יאר ביים יארצייט סעודה איז אויך דא דברות קודש פונעם ניקלשבורגער.
ווער עס האט עקסעס דערצו איז מכובד ארויפצולייגן.
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:21 pm
דורך petergrifin
א איד האט געשריבן:ווער איז דא געווען א רוצח בידים?
דעס מיין איך טאקע צי זאגן.
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:43 pm
דורך א איד
במחילת כבודך איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 6:13 pm
דורך קאצקע ציקער
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:זאל מען זיך רישן אויף אן ארטיקל אין די פה-סח אויסגאבע פון תשפ"ז איבער דער צדיק נסתר פון בארא פארק מענדל ווייס?
און ר'וועלוויל בארא פארקער...
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 10:36 pm
דורך קאווע טרינקער
שיינער ארטיקל. כ'בין שיעור נישט נתפעל געווארן ווען נישט כ'הער פון רב שטיינבערג ענדליכע מעשה'ס אויף זיידל קרעטשניפפער.
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 12:43 am
דורך א איד
וואס הייסט ענליכע מעשיות, אין ביסיידס דעט בעיני ראיתי, הצדיק הלזה אין איך קען דיר זאגן, אז עס איז אינגאנצן נישט מוגזם, ויותר ממה שכתבתי לפניכם יש כאן
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 10:10 pm
דורך יאיר
@א איד, יישר כח פאר דעם העכסט אינטערעסאנטער ארטיקל איבער דעם קוריאזן איד.
איך מיין אז עס איז שוין צייט צוריקצוגיין צו די אמאליגע תקופות, ווען צדיקים נסתרים האבן זיך געיאוועט אין די וועלדער און שטעגן.
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:06 pm
דורך הוגה
איך האב אויך זייער הנאה געהאט פון דער ארטיקל. גאר אינטערעסאנט און פיין געשריבן. ווען דו שרייבסט עס ווען בחייו וואלטן מיר אים נאך געקענט גיין זעהן. ומכאן הקריאה יוצאת, אויב ווייסט איר פון טשיקאווע אינטערעסאנטע מענטשן (אויסער רבי זיידל קרעטשניפער) , לאזט וויסן ווילאנג ס'נישט צו שפעט. יישר כח.
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:31 pm
דורך א איד
איך וואלט עס גערן געשריבן בחייו נאר עס איז דעמאלטס נאכנישט געווען קאווע שטיבל, און דער איד האט עס נישט געוואלט אריינלייגן דעמאלטס.
צדיקים נסתרים
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 1:13 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:@א איד, יישר כח פאר דעם העכסט אינטערעסאנטער ארטיקל איבער דעם קוריאזן איד.
איך מיין אז עס איז שוין צייט צוריקצוגיין צו די אמאליגע תקופות, ווען צדיקים נסתרים האבן זיך געיאוועט אין די וועלדער און שטעגן.
ווער האט דיר איינגערעדט אז די אמאליגע צדיקים נסתרים זענען נישט געווען מעורב ביין הבריות נאר געוואוינט אין די וועלדער??
(די איינציגסטע פלאץ בסך הכל ווי איך האב מיר בכלל אנגעטראפן מיט די גאנצע געדאנק דערפון אז ל״ו צדיקים האבן געוואוינט עקסטער, איז ביי די מעשה פון שווארצע וואלף דערציילט דורך רבי שלמה קרליבך [וואס מען קען הערן ווי רוב פרטים ווערן צוגעלייגט צום מעשה בשעתן פארציילן], וואס אפילו אויב די עצם מעשה איז אמת, האב איך עס נישט אנגעטראפן אין ערגעץ חוץ פון רשב״נ)
אדרבה, האט איינער א מקור דערויף בעט איך עס ארויף צו שטעלן, א דאנק, באטשי
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 1:43 pm
דורך וויל קענען
פ״וו האט מען נישט געהערט די אלע מעשיות פון קראנטע מקורותיו בחייו איך מיין צו זאגן פאר וואס בחייו האט זיך קיינער נישט ארויסגעשטעלט מיטן נאמען בדידי הוה כך וכך
הרוצה לשקר ירחק עידיתו כמיין נישט ח״ו אז איך ווייס אז סאיז אבער א פלאק איז עס
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:57 pm
דורך א איד
ווער האט זיך נישט ארויס געשטעלט בחייו?
די אלע אידן האבן זיך געדרייט ביי עם בחייו, נאר זיי האבן פשוט עס נישט מפרסם געווען, ר׳ משה חיים שטיינבערג האט זיך געדרייט ביי עם בחייו, פאר ווער עס האט נאר געוואלט הערן דערפון האט ער עס געזאגט, ער איז נאר נישט ארומגעלאפן אין די גאסן, און גערעדט אויף די האטליינס אז ער דרייט זיך דארט
נשלח: מוצ"ש מאי 30, 2015 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
וויל קענען האט געשריבן:פ״וו האט מען נישט געהערט די אלע מעשיות פון קראנטע מקורותיו בחייו איך מיין צו זאגן פאר וואס בחייו האט זיך קיינער נישט ארויסגעשטעלט מיטן נאמען בדידי הוה כך וכך
הרוצה לשקר ירחק עידיתו כמיין נישט ח״ו אז איך ווייס אז סאיז אבער א פלאק איז עס
א איד האט געשריבן:ווער האט זיך נישט ארויס געשטעלט בחייו?
די אלע אידן האבן זיך געדרייט ביי עם בחייו, נאר זיי האבן פשוט עס נישט מפרסם געווען, ר׳ משה חיים שטיינבערג האט זיך געדרייט ביי עם בחייו, פאר ווער עס האט נאר געוואלט הערן דערפון האט ער עס געזאגט, ער איז נאר נישט ארומגעלאפן אין די גאסן, און גערעדט אויף די האטליינס אז ער דרייט זיך דארט
ווי ווייט איך פארשטיי האט יעדער איינער וואס האט נאר געזען דעם מענטש פאר מער ווי 5 מינוט גלייך פארשטאנען אז דער מענטש איז אדער א צדיק נסתר אדער א משו..... על כל פנים א פשוטע יוד זיכער נישט.
למעשה ווער עס האט געהאט די שכל און גערעדט מיט אים אדער אריינגענומען אויף סעודות אדער צו וואוינען (בסוף ימיו) האט געזען ביי אים אפענע רוח הקודש, ישועות און מופתים.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 12:12 am
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:על טעם וריח אין להתווכח, די אידן וואס האבן געהאט א גוטן שמעק, דער באיאנער רבי, דער קאפישניצער רבי, ר׳ יחזקאלע מערץ, ניקלשבורגע רבי, און נאך אסאך עמך אידן, וואס האבן נישט אנגעכאפט א יעדע מענטש אין די גאס, אין געטאנצט מיט עם קדוש, דאס אליינס זאגט שוין עפעס.
אין מאנסי דרייט זיך לעצטענס ארום א מעשה פלא, אז עפעס א פרוי וואס איר מאן האט איר מעגן געווען יארן לאנג און נישט געוואלט געבן א גט איז געגאנגען זיך אויסוויינען צום ריבניצער׳ס ציון, יענע נאכט חלומט זי אז דער ריבניצער קומט צו איר און פרעגט איר: פארוואס גייסטו נישט צו מיין חבר רבי משה?
ויהי ערב ויהי בקר, זי וועקט זיך אויף און ווייסט נישט וואס צו טון, זי האט קיינמאל נישט פון קיין רבי משה געהערט, און צו גיין אנפאנגען זיכען צווישן אלע מענטשן וואס הייסן משה איז נישט קיין רעדע, זי גייט קיינמאל נישט ענדיגען, און בכלל ווייסט זי אפילו נישט צו זי דארף זיכען פאר א לעבעדיגער אדער א נפטר?
גייט נישט אדורך א טאג צוויי, רעדט זי מיט א חבר׳טע וואס מאכט חוזק פון די ניקלשבורגע וואס מאכן זיך משוגע און גלייבן אין עפעס א רבי משה ניו יארקער.
זי האט גלייך געכאפט אז דאס מיינט מען איר רבי משה צו וועם זי דארף גיין, האט זי זיך נאכגעפרעגט ווי ער ליגט און געגאנגען דארטן מתפלל זיין, עס איז איבעריג צו זאגן אז נאך יענע וואך האט זי געהאט איר גט, נאכדעם וואס די מאן האט פון זיך אליינס אנגערופן זאגן אז ער איז גרייט עס צו געבן.
סוי זעט אויס אז די ריבניצער שוין אויבן אויף יענע וועלט, האלט אויך פון אים.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:17 am
דורך berlbalaguleh
פריעד באטשי: ייש"כ פאר ברענגען די מעשה (פון די פרוי אין מאנסי). איך בין אויך א איד וועלכער האט אמונת צדיקים און איך גלייב אז סיי דער ריבניצער רבי זצ"ל און סיי ר' משה ניו יארקער זצ"ל זענען געווען צדיקים. אבער די מעשה וועלכע דרייט זיך יעצט אין מאנסי (כדברי קדשך) איז הויל באבע מעשיות. ממש, אט דאס מיינט דער פסוק. ווייל למשל, פארוואס האט די ריבניצער רבי (אין חלום) אליינס נישט געזאגט צו די פרוי אז זי וועט געהאלפן ווערן. פארוואס האט ער איהר געדארפט שיקן צו ר' משה'ס קבר...?!
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:19 am
דורך געוואלדיג
גראדע האב איך געהערט די מעשה מיט די פונקליכע פרטים, און עס איז אמת, איי פארוואס האט דער ריבניצער נישט אליין געהאלפן? ווייסן מיר דאך אז יעדער צדיק האט זיך זיין זאך אין וואס ער האט ספעציעל געקענט העלפן.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:50 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:פריעד באטשי: ייש"כ פאר ברענגען די מעשה (פון די פרוי אין מאנסי). איך בין אויך א איד וועלכער האט אמונת צדיקים און איך גלייב אז סיי דער ריבניצער רבי זצ"ל און סיי ר' משה ניו יארקער זצ"ל זענען געווען צדיקים. אבער די מעשה וועלכע דרייט זיך יעצט אין מאנסי (כדברי קדשך) איז הויל באבע מעשיות. ממש, אט דאס מיינט דער פסוק. ווייל למשל, פארוואס האט די ריבניצער רבי (אין חלום) אליינס נישט געזאגט צו די פרוי אז זי וועט געהאלפן ווערן. פארוואס האט ער איהר געדארפט שיקן צו ר' משה'ס קבר...?!
איך פארשטיי אויך נישט, דאס דארפסטו פרעגען פונעם ריבניצער אליינס (און אפשר וועט ער דיר שיקן צו זיין חבר רבי משה??), איך האב פלעין פארציילט די מעשה אזוי ווי איך האב עס געהערט.