בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 6:51 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט: קודם כל א יישר כח פאר אויפמאכן דעם אשכול. ווייל איך האב שוין פון לאנג געזוכט וואו אויסצודריקן און פארציילן די השתלשלות פון מיין אנטדעקן דעם וואונדערליכן יריד וואס הייסט קאווע שטיבל. איבער דעם א ביסל שפעטער. נאר קודם א אינטרעסאנטע באמערקונג. איך ווייס נישט צו איך בין דער איינציגסטער. אבער דיין ערשטער פאראגראף אין דעם אשכול דערמאנט מיך פון דעם סטייל דרשות וואס איינער וועלכער איז באטיטלט מיט דעם חשוב'ן און גרויסן טיטל פון רשכבה"ג, שר התורה, הגאון הקדוש (לגזירה שווה...) ה"ה הגה"ק, מרנא ורב רבנן...מהר"... שליט"א...!
יעצט צום ענין.: את חטאי אני מזכיר. איך האב א שטארקן יצר הרע צו קוקן אויף דעם צדיק פון אוקריינע'ס וועבסייט, און זעהן וועלכן ערליכן יוד ער טוט יעצט באשמוצן. ה"ה הנח"ש הידוע לשימצה נחום ראזנבערג...! איך פלעג עטליכע מאל אין טאג ארופגיין אויף זיין סייט צו טשעקן אויב ס'איז דא נייעס. איין טאג ווען כ'האב אויפגעמישט זיין סייט און ער האט
נאר געהאט זיין געוויינליכע ענסייקלאפידיע פון שמוץ וואס טוט זיך אפ איבער גאנץ אמעריקע אין אלע 51 סטעיטס (אופס. כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז נאר דא 50. איך בין געגאנגען אין די זעלבע יוניווערסיטי וואס דער פרעידענט יר"ה באראק אובאמא). און אין ארץ ישראל. האביך באמערקט דעם לאגא פון קאווע שטיבל, וואו די צוויי חבירים זיצן און טרינקען קאווע און שמועסן. ווען כ'האב גע-קליקט אויף דעם האטזיך געעפנט די סייט מיט א בקשה "זיך איינ צו שרייבן...ענד דע רעסט איז היסטערייי

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 6:54 pm
דורך הוגה
קאווע שטיבל איז נחומ'ס?

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 7:18 pm
דורך יואליש
פידלער האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:אתא, איין שוויגער דערציילט פאר'ן צווייטן און קאווע שטיבל בליעט. נישט קיין וואונדער די עולם ווערט דא אזוי שנעל באליידיגט.
Sexist!
ס'ווערטעל לויטעט: די שוויגער זאל ארויסגיין פון מקוה...
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 7:21 pm
דורך פליקער
איך וויל זייער זיך טרעפן מיט זר'ן און אים אנפליקן זיינע ביינער, ביז ער וועט זיך מגלה זיין צומיר באישי, און מיר מודה זיין אני בעל הבירה, וואס זיין איצטיגע ניק איז, ווייל קיינער חוץ עטליכע עלטערע ניקלעך ווייסן נישט ווער זר איז, און וואס פארא חסרון ער האט דא איבערגעלאזט.
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 7:23 pm
דורך יואליש
איך בין אנגעקימען צו קאווע שטיבל ביי א שיעור מיט חברים וועלכע קומען זיך צוזאם מזמן לזמן. זיי האבן זיך געבייזערט איבער א געוויסע ניק "גדול הדור" וואס טשעפעט עהרליכע אידן. איינער דארט האט מיך געבעטן צו עפענען א ניק און צוריקשטויסן די אדוקים נגח'ערס, און אלס אין מסרבין האב איך אזוי געטוהן, מיטן פלאן צו קיינמאל נישט שרייבן. כ'האב אלס געהאט א חשד אז געוויסע דארט ביים שיעור זענען שרייבער דא, אבער כ'האב נישט געפרעגט עד היום.
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 9:48 pm
דורך [NAMELESS]
ווילאנג זר לייקט נישט גלייב איך נישט די מעשה.
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
וילאנג זר איז נישט מכחיש, לייק איך ס'מעשה.
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 9:55 pm
דורך מאטי
זר וואלט גערן געלייקט, ער'ט צו זיין שלימזל פשוט פארגעסן זיין פעסווארד.
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 9:58 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס ער האט זיך דערמאנט זיין פעסווארד!
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:09 pm
דורך זייגער
איך לאך צו זיך, ווען איך דערמאן זיך פון דעם, ווען אבי מורי ה'ה [tag]שמעקעדיג[/tag] האט דורך מיר אויסגעפונען פון קאווע שטיבל.
ס'איז געווען דאכט זיך מיר די נאכט פון ערב שביעי של פסח שנת תשע'ב. ווי עס איז שוין באוואוסט פאר ענק אלע, איז מיין טאטע א איד וואס איז מקפיד אז די מאה ברכות זאל זיין דוקא פון ברכות אויף עסן. פסח, היות מען קען נישט מאכן קיין מזונות, וואשט ער זיך יעדער שעה נאכאמאל. פארשטייט זיך אליין, אז די הכנות פארנעמען א גרויס חלק פונעם טאג, און פון די אשר יצר'ס אליין קען ער מאכן מאה ברכות. יענער יום טוב זענען נישט געווען צופיל גוטע ארטיקלען אין די צייטונגען, און ער איז אויסגעלאפן פון וואס צו ליינען.
איך זיץ מיר ביים טיש, און איך שאקל מיך ביים גמרא. איך האב זיך געוואלט פארקוקן פאר די נעקסטע זמן, ווען מען גייט אנהייבן לערנען אן נקודות, ווען מיטאמאל הער איך ווי אבי מורי רופט מיך. איך האב צוגענענט צום בית הכבוד, און איך הער ווי די טאטע פרעגט מיך אויב עס איז דאך דא עפעס וואס ער האט נישט געליינט. איך האב מיך ארומגעקוקט, און זעענדיג אז נישט, האב איך מציע געווען אז ער זאל ליינען קאווע שטיבל (די קרעטשמע גרינדער זענען נאך דאן געווען 2-3 יאר אלט), און די רעשט איז היסטארי.
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:10 pm
דורך זייגער
איך בין מכבד מיין טאטע מיטן ערקלערן פשט אין זיין ניק נאמען.
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
זייגער האט געשריבן:איך בין מכבד מיין טאטע מיטן ערקלערן פשט אין זיין ניק נאמען.
זייגער: יעצט פארשטיי איך שוין פשט אין פסוק..."ויתילדו על משפחותם"...
איך האף אז דו קענסט עס ליינען אפילו ס'איז אן פינטלעך...

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
זייגער, אזויפיל אשר יצאר'ס מאכט דיין טאטע כדי צו האבן דעם גוף נקי?
Re: וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק יעצט וואס איך האב געזוכט מיט'ן גוג''ל. ווען דער אריזאנא ווייץ סומאטוכע איז אנגעקומען קיין לעיקוואוד, האב איך געזוכט אינפא. אויף דעם און ר' מיכל אינדיג און איך בין דא ענגעקומען. איז א גרויסע דאנק הר''א ט''ב מיט'ן דארגער רב פאר'ן אנשטינקען דער וועלט מיט ענקערע שטותים. אזוי האב איך זוכה געווען צו טרינקען קאווע מיט גדולים וטובים.
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:41 pm
דורך קאצקע ציקער
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:50 pm
דורך איך אויך
זאג נאר אפטע רב ,די גאנצע מעשה איז נאר מען זאל נישט מיינען אז דו ביסט זר''ל? איך האלט מיך ווייטער ביי דאס מייניגע אז דו ביסט זרע'לע.
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:54 pm
דורך קאצקע ציקער
זר זר זר
ווער איז די זכר איינער ווייסט?
נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 12:08 am
דורך לית דין בר נש
אפטעמיסט האט געשריבן:איך פערזענליך האב געהערט דערפון פון א ידיד, א לייענער נישט קיין שרייבער דא, וואס לייענט מסתם די שורות און ווייסט ניטאמאל אז ס'איז אים צו פארדאנקען אז איך בין דא.
גראדע ווייס איך יא אז עס איז מיר צו פארדאנקען! און זייט דעמאלס האב איך שוין אויך מחליט גיוועהן אז גענוג גיוועהן מיט נאר ליינען מען דארף שרייבן אויך. (א סימן וועל איך דיר געבן אונז האבן געשמועסט דערוועגן פרייטאג סעפטעמבער 20 2013)
נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 12:13 am
דורך ר' שלמה אבן גבירול
וועלכע ווינט ס'האט מיר אהערגעבלאזן, איז א לענגערע באשרייבונג
כ'האלט שוין גראדע אינמיטן אהערשטעלן אן ארטיקל אויף מיין לאנג וועג צו קאווע שטיבל
סטעי טונד.. בקרוב ממש..