בלאט 2 פון 7

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:35 pm
דורך ישמעאל הכהן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:36 pm
דורך מבקר
ישראל קאפקע האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:רעסיפראציטיע,

מהו?

דא האסטו די פשט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:48 pm
דורך א איד
[tag]אתא קלילא[/tag] וואס שטעלט פאר די צווייטע בילד?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
איך לייק נישט ווייל איך בין נישט איינשטימיג אינגאנצן , אבער אחזתני פלצות..
דעם לשון. א נחלת הצימארמאנים ופיליפאנים ... טעלע"רלעך פילי"פינים ...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:04 pm
דורך ישראל קאפקע
ישמעאל הכהן האט געשריבן:http://en.m.wikipedia.org/wiki/Reciprocity_%28social_psychology%29

מעגליך, אבער דאן פארשטיי איך נישט וואס ער וויל זאגן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:12 pm
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:[tag]אתא קלילא[/tag] וואס שטעלט פאר די צווייטע בילד?

וועלכע איז די ערשטע אין וועלכע צווייטע?
מיינסט די בילד פון די נטורי קרטא בחור וואס שטעלט זיך ווארפען שטיינער צוזאמען מיט די אראבער אויף די איזרעלי מיליטער?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:24 pm
דורך א איד
כהאב נישט געוואוסט אז עס איז שטיינער, עס האט מיר אויסגעקוקט ווי לאפאס
כהאב געמיינט אז זיי עסן צוזאמען דארט עפעס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:30 pm
דורך [NAMELESS]
און יעצט אז די ווייסט שוין אז דער נטורי חרטא מיטגליד שטייט מיט גרויסע שטיינער צוזאמען מיט די אראבער דאס צו שיסען אויף די איזראעלי מיליטער זאגט דיר דאס עפעס?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:31 pm
דורך שמעון וואלף
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?

ווען ס'איז געווען ארץ ישראל השלימה האט מען געזאגט גאנץ הלל,
זייט די התנתקות ווואס מ'האט נעבעך צוריק געגעבען גרוסע שטחים, זאגט מען נאר האלב הלל
מ'הייבט אן פון "לא לנו"....


אז די ביסט שוין יא באקאנט מיט די מנהגים, האב איך נאך א שאלה.

וואס טיט מען ווען ס'איז דא א ברית, איז עס אזויווי תחנון וואס מ'לאזט אויס אדער מוז מען עס נאכאלץ זאגן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:41 pm
דורך א איד
אתא קלילא האט געשריבן:און יעצט אז די ווייסט שוין אז דער נטורי חרטא מיטגליד שטייט מיט גרויסע שטיינער צוזאמען מיט די אראבער דאס צו שיסען אויף די איזראעלי מיליטער זאגט דיר דאס עפעס?

קום צום ווארט, און זאג וואס עס קוועטשט דיר.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:49 pm
דורך לית דין בר נש
וואס בעטסטו אים צו רעדן מער?
ער האט אריינגעלייגט אין זיין סירט"ש ענדזשי"ן נטורי קרתא, און יעדע אשכול וואס האט דער ווארט זייט די התייסדות פונעם שטיבל ברענגט ער ארויף אין שרייבט אריין צוויי שורות טיפשות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?

ווען ס'איז געווען ארץ ישראל השלימה האט מען געזאגט גאנץ הלל,
זייט די התנתקות ווואס מ'האט נעבעך צוריק געגעבען גרוסע שטחים, זאגט מען נאר האלב הלל
מ'הייבט אן פון "לא לנו"....


אז די ביסט שוין יא באקאנט מיט די מנהגים, האב איך נאך א שאלה.

וואס טיט מען ווען ס'איז דא א ברית, איז עס אזויווי תחנון וואס מ'לאזט אויס אדער מוז מען עס נאכאלץ זאגן?

אדער שטעל זיך פאר משה בער בעק אדער ר"א ט"ב זאלען זיך געזעגענען מיט די וועלט אום ה' אייר צו מוועהט נישט זאגען קיין תחנון ביי זייער יארצייט?

אגב וואס איז די הלכה ביי א חולה מסוכן וואז קען נישט פאסטען ה' אייר, דארף ער זאגען על הניסים ביים בענטשען ברכת המזון?

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:31 pm
דורך מרדכי
איינמאל זיצנדיג ביי זייער שווער'ס טיש האט הרב מנחם ערנסטער געזאגט פאר רבי אהרן טייטלבוים.
דו ווייסט, עטס זענטס סאך גרעסערע ציונים ווי אונז?
"פעה, נארישקייטן," זאגט אים ר' אהרן. הרב ערנסטער פוילט זיך נישט און רופט צו ר' אהרנ'ס עלטסטער זון מענדעלע, דאן א קליין קינד, און זאגט אים, "ווער איז געווען הערצל?" דער קליינער האט אראפגעלייגט מיט זאפט ווער הערצל איז געווען מיט זיין גאנצע ביאגראפיע. ער האט פארשטייט זיך נישט געזשאלעוועט קיין ימח שמו'ס און קיין פוי'ס אבער ער האט ארויסגעהאט דעם הערצל, זיין גאנצע היסטאריע, מיט אלע מפרשים. "און ווער איז געווען בן גוריון?" ווידעראמאל די זעלבע זאך, און אזוי אראפ די גאנצע ליסטע פון פאונדינג פאדערס און די אלע פירערס פון די מדינה.

דאן רופט הרב ערנסטער צו זיין אייגענעם זון, ישראל, און פרעגט אים ווער איז געווען הערצל? דער יונגל ציט מיט די פלייצעס און האט נישט קיין אהנונג וואס דער טאטע וויל פון אים. דאס זעלבע איז געווען מיט בן גוריון און מיט משה דיין, משה שרתוק און לוי אשכול. ניטאמאל האט ער געוואוסט ווער טעדי קאלעק איז...

"און ווער איז געווען דער בעל שם טוב ווייסטו יא?" דא האט דער זויערער פּנים פונעם קליינעם אויפגעשיינט און ער האט אנגעפאנגען צו שילדערן די גאנצע ביאגראפיע פון די מייסדי החסידות און דעם גאנצן שושלת אראפ ביז צו דעם אמרי חיים, אזש מען האט אים נישט געקענט פארמאכן מער דאס מויל.

דרייט זיך הרב ערנסטער אויס צו ר' אהרן און זאגט אים, "נו, ווער זענען די אמת'ע ציונים? אין וועלכע מוסד לערנט מען ליבה מיט די גאנצע היסטאריע פון מדינת ישראל?"

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:51 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:53 pm
דורך ישמעאל הכהן
איינמאל זיצענדיג ביי מיין שווער'ס טיש האב איך זיך אנגערופן צו מיין פרומען שוואגער וואס לערנט מיט זיינע קינדער און פארהערט זיי שטרענג
דו ווייסט דיינע קינדער זענען פארגויאישט מער ווי מיינע! פעה נארישקייטן זאגט מיין שוואגער. איך פויל זיך נישט און איך רוף צו מיין שוואגערס אינגל, זאג נאר ווער איז געווען נמרוד? דער קליינער האט אראפגעלייגט מיט זאפט ווער דער נמרוד איז געווען, זיין גאנצן היסטאריע. ער האט פארשטייט זיך נישט געזשאלעוועט קיין פוי'ס, אבער ער האט ארויסגעהאט פונקטליך ווער נמרוד איז געווען. און ווער איז געווען טיטוס ? פרעג איך ווייטער.. און ווידעראמאל דאס זעלבע, ער האט געקענט דעם גוי טיטוס הרשע און זיין גאנצן ביאגרפיע.

דאן רוף איך צו מיין אינגעל און כפרעג אים ווער איז געווען נמרוד? און ער ציט מיט די פלייצעס ער ווייסט נישט וואס כוויל פון אים, און ווער איז געווען טיטוס? ער קוקט מער אן ווי פון די לבנה. אא''וו נבוזראדן דריוש און בלעם..

דריי איך זיך אויס צו מיין שוואגער, נו ווער איז מער פארגוישט ?? דו וואס ביזט שטרענג צו די קינדער, אדער איך וואס איך קימער זיך נישט מיט זיי?...

און מיין שווער, נישט א קליינער נער, האט הנאה געהאט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:59 pm
דורך קאך_לעפל
מען פארציילט נאך פון הייליגן נאסודער רב זי''ע, אז ער האט זיך אמהל אויפגעשטעלט יום הקדוש בעפאר נעילה, און ער האט געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי רשעים, נאר ווייל זיי זענען רשעים זענען זיי ציונים, און ער האט תיכף אנגעהויבן יתגדל ויתקדש שמיה רבה......

איך גלויב אז היינט וואלט ער ווען געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענן זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים.....

יעדער שמוטופונא וואס וויל זיך האלטן אויפגעקלערט, אדער ווי דער קאווע שטיבל שפאך לויטעט "ארויס פון די באקס" ערלערט זיך פאר א גאנצע ציוני, (ניטאמאהל ווייס דער שוטה וואס דער ווארט מיינט) עס איז צייט איפצוהערן מיט די קרעפליך..... קיין שום רעכטדענקער באשעפעניש רעדט זיך נישט איין קיין איין סקונדע אז די שמוטופונא'ס וואס פראבירן דא חוזק צו מאכן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע זענען באמת ציונים וואס פארסמאקעווען זיך אין זאבאטינסקי'ס פילאזאפיע און קוק'ס אידעלאגיע, יעדער ווייסט אז דאס איז אן אטאנציע פריוו, אביסל אנערקענונג און אויפמארקזאמקייט זיכעראציע.


נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים..........

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:03 pm
דורך מאטי
און איך האב געהערט אז ער האט נישט תיכף אנגעהויבען יתגדל ויתקדש.... נאר קודם ארויסגענומען ס'טאשטיכל, געגעבן א בלאז, און דאן אנגעהויבן יתגדל....

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:04 pm
דורך חסידי לאומי
שטארק מומלץ צו ליינען דעם ארטיקל מיט די תגובות
הטראומה שהיהדות החרדית חוותה במהלך העשורים האחרונים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:10 pm
דורך קאך_לעפל
מאטי האט געשריבן:און איך האב געהערט אז ער האט נישט תיכף אנגעהויבען יתגדל ויתקדש.... נאר קודם ארויסגענומען ס'טאשטיכל, געגעבן א בלאז, און דאן אנגעהויבן יתגדל....

.
אזוי? קיינמאהל נישט געהערט?! די מיינסט דאס אמת'דיג? וואס פאר א קאליר האט דער טאש טיכל געהאט? אזא רויטליכע מיט קעסטליך? אדער אזא בלוי-און ווייסע? אה? זאג צדיק וואס נאך האסטו אלס געהערט? האסט אויך געהערט דיין אפגאט בן גוריון האט מער מחשיב געווען זיין פארשטינקענע קוה וואס ארום געמייכענט אין שדה בוקר מער ווי די 6 מיליאן קדושים אריין גערעכנט מיין זיידע און באבע און דיינס? זאג נאר מאטי זאג אונז אלעס וואס די האסט אלס געהערט? און אויב קענסטו נאך אויפקומען מיט א בא'טעמ'ערע לייצנות אויפן חשבן פון הייליגען נסודער רב זי''ע שיק עס זאפארק פאר מאשזר'ען מיט קללה אויף משלוח מנות...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:18 pm
דורך מאטי
קאך_לעפל האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:
אויך געהערט דיין אפגאט בן גוריון האט מער מחשיב געווען זיין פארשטינקענע קוה וואס ארום געמייכענט אין שדה בוקר מער ווי די 6 מיליאן קדושים אריין גערעכנט מיין זיידע און באבע און דיינס?

טאקע? קיינמאל נישט געהערט דערפון... א שאד, יעצט איז שוין צו שפעט פאר מיר, איך האב א ציוניסטישע ווייב און קינדער, איידעמער, שנירן. כ'קען שוין נישט צוריקדרייען דעם זייגער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:21 pm
דורך [NAMELESS]
http://www.y-or.co.il/blog/category/%d7 ... TlFY3PzXqA

אגב, די מעשה מיט'ן נאסודער רב איז באבע מעשיות פון באקאנטער זייפן וכזבן ר' יצחק לעבאויטש זאל האבן א רפו"ש בנפשו

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:26 pm
דורך [NAMELESS]
מאטי האט געשריבן:און איך האב געהערט אז ער האט נישט תיכף אנגעהויבען יתגדל ויתקדש.... נאר קודם ארויסגענומען ס'טאשטיכל, געגעבן א בלאז, און דאן אנגעהויבן יתגדל....

די ווארט 'תיכף' איז א רבישע ווארט יעדע רבישע פעולה קומט באגלייט מיט עטליכע תיכף'ס,
רבינו שליטא האט געלאנדעט אין 'תיכף' ציגעפארן צום אכסניה,
די רבי איז אריין צום טיש און זיך תיכף געוואשן וכו' וכו'

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:27 pm
דורך קאך_לעפל
מאטי האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:
אויך געהערט דיין אפגאט בן גוריון האט מער מחשיב געווען זיין פארשטינקענע קוה וואס ארום געמייכענט אין שדה בוקר מער ווי די 6 מיליאן קדושים אריין גערעכנט מיין זיידע און באבע און דיינס?

טאקע? קיינמאל נישט געהערט דערפון... א שאד, יעצט איז שוין צו שפעט פאר מיר, איך האב א ציוניסטישע ווייב און קינדער, איידעמער, שנירן. כ'קען שוין נישט צוריקדרייען דעם זייגער.


אויש טאקע א שאד, א שאד אז כלל ישראל קען נישט אריין באקומען אין אירע רייען אזא מאטי.... אפשר פארציילסטו דאס פאר דיין טייערע ווייב, און זיסע קינדער, און געראטענע איידעמער און בחנ'טע שנירן? אפשר וועלן זיי זיך פארט אפשאקלן פון די השקפות וואס די פרעדיגסט אריין אין זיי? נא נא טיה דאס נישט כל הפורש ממינות מת...... עס פעלט אינז נישט אויס א נייע ששון מעשה......