בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:00 am
דורך ישמעאל הכהן
מ'האט ארויסגעשלעפט א מאן לעבעדיג נאך דריי טאג זיין אונטער ראבעל. ער זאגט אז ער האט געדארפט טרינקן זיין אייגענע פיס וואסער צו סורווייוון.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:27 am
דורך צדיק נסתר
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ער זאגט אז ער האט געדארפט טרינקן זיין אייגענע פיס וואסער צו סורווייוון.
וועך
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:19 pm
דורך געוואלדיג
גראדע געהערט אמאל אז די אייגענע, כאטש עס איז נישט באטאמט (שיין געזאגט) שאדט עס נישט.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:29 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:גראדע געהערט אמאל אז די אייגענע, כאטש עס איז נישט באטאמט (שיין געזאגט) שאדט עס נישט.
[tag]געוואלדיג[/tag],
ולא עוד, נאר מאנכע האלטן אז דאס איז גאר א רפואה. און די בעסטע איז גאר, די מי רגלים אינדערפרי נאך א נאכט שלאף...
גלייב מיר נישט, ס'דא א גאנצע ווידעא פון דעם אויף National geographic ביי טאבו, און וועסט זיך קענען באלעקן די פינגער
[נישט מיט מ"ר...].
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 3:13 am
דורך כפתור
דער בלאט שרייבט אן ארטיקל וועגן אלע לענדער וואס האבן געשיקט הילף, אבער איגנארירט אינגאנצען די הילף וואס די איזראעלי גאווערמענט האט געשיקט. (איך פרוביר צו לייגן א בילד פון די ארטיקל, אבער ס'לאזט נישט)
ויוחלי אנאווים וועיסבואי
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 6:53 am
דורך לאליפאפ
זענען זיי שוין מער נישט די צייטונג פון אומאפהענגיגן אידנטום?
אזוי מענין לענין, האט מען יעצט געפונען דריי איבערלעבער אין די ברוכווארג אין נעפאל, דאס הייסט נאך אכט טעג באגראבן אינעם ראבל..
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 6:17 pm
דורך יעקב מענטש
בעל כרחך אתה חי....
א 101 יעריגער מאן איז ארויסגעצויגן געווארן פון צווישן די ברוכווארג און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט א העליקאפטער, און צו יעדעמ'ס וואונדער איז אין א גוטע צושטאנד מיט קליינע וואונדן,
ווען ס'קומט צו אזעלכע מצבים זעהט דעם יד השם בגלוי,
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 8:40 pm
דורך פרייוויליג
אינטערסאנט אז קיינער האט נאכנישט דא דערמאנט פארוואס ערדציטערנישן קומען. די גמרא דערציילט אז ווען דער אייבירשטער זעט די צער פון די אידן אין גלות, לאזט כביכול א טרער וואס פאלט אין ים וואס דאס איז גורם א ערדציטערניש. איבערהויפט איז אינטערסאנט אנצומערקן אז נעפאל איז א הינדו אינפעסטעט געצענדינעריי. אסאך היסטארישע קירכעס פון לאנגע יארן זענען חרוב געווארן. ווער ווייסט אפשר איז דאס די קללה וואס טויזנטער האבן געזאגט די פסח: שפוך חמתך על הגויים אשר לא ידועך... ווער ווייסט..
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 11:52 pm
דורך ישראל קאפקע
א מיטלגארטיגע ערדציטערניש (6.0 אויפן ריכטער וואג) האט נארוואס אויפגעטרייסלט אין ניו זעלאנד.
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 11:15 am
דורך שמעקעדיג
ביי נעפאל איז נאך נישט נתמלא סאתם נעבעך.
א שטארקע ערדציטערניש (7.3) האט ווידעראמאל אויפגעטרייסעלט נעפאל, מיט צענדליגער פרישע טויטע.