בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 5:50 pm
דורך עדיאל
ניין, חלילה. דער עולם זאל קומען אין די מאסן שטיצן.
אבער ממחרת, וואלט איך געבעטן די חשובע ארגאניזאציע אויב מ'קען עפעס געבן פארן עולם שטיצער א שטיקל דין וחשבון איבער די פארטי. וויפיל האט מען געשפענדט, וויפיל איז אריינגעקומען פון גרויסע נתינות, וויפיל פון קלענערע עמך נתינות, וויפיל צענט אויפן דאלער גייט דירעקט פארן ציל.
כ'מיין ס'איז רעספעקטפול, אויב נישט א שטיקל חיוב, צום ציבור מתנדבים צו וויסן וויאהין זייער געלט גייט.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:11 pm
דורך שעפטל
באמת א שיינע זאך אז דו ווארטסט אויס ביז מארגן... זאג נאר, האסט געגעבן מער ווי 360??? אפילו ווען יא גיי אריין אין אפיס און בעהט א חשבון, ליפער דיך נישט אויס מיט איין פראצענט שאנס אז דו גייסט קאלט מאכן א מענטש.

איי שרייסטו אז מ'צונעמט דיינע געפילן און די געפילן פון אנדערע טויזענטער? גיי נישט אהין! לאז דיך נישט באנעמען!

יעצט בנוגע די מארקעטינג, יא זיי ספענדן אין די וועלט אריין, זיי לאזן זיך קאסטן עפעס אבנארמאלע סכומים, אבער טוה א קוק, ווער זענען די סוקסעספולע פאנדרעיזערס..? די וואס ספענדן! זענען זיי גערעכט? ווייסעך נישט... אבער ס'געלונגט זיי! זיי שארן גאלד און קאווערן די מולטי מיליאן דאלער בודזשעט. איי געס דאס איז די וועג, דריי אן דעם עולם, מאך זיי שוואך, ספענד אסאך, ווייל פאר יעדע דאלער דו געסט אויס קריגסטו כאטש צוויי...

און פארגעס נישט... ס'הייבט די עקאנאמי... זיי שטיצן אחב"י, לאזן די געלט צווישן אונז.

זאל דער פון אויבן טאקע אויספילן ר' הערשל'ס בקשה און דאס מוסד זאל זיך פארמאכן!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:04 pm
דורך יעקב מענטש
עדיאל האט געשריבן:ניין, חלילה. דער עולם זאל קומען אין די מאסן שטיצן.
אבער ממחרת, וואלט איך געבעטן די חשובע ארגאניזאציע אויב מ'קען עפעס געבן פארן עולם שטיצער א שטיקל דין וחשבון איבער די פארטי. וויפיל האט מען געשפענדט, וויפיל איז אריינגעקומען פון גרויסע נתינות, וויפיל פון קלענערע עמך נתינות, וויפיל צענט אויפן דאלער גייט דירעקט פארן ציל.
כ'מיין ס'איז רעספעקטפול, אויב נישט א שטיקל חיוב, צום ציבור מתנדבים צו וויסן וויאהין זייער געלט גייט.

רבי עדיאל,

א ארגעניזאציע וואס ספענדט נישט וואלסטו קנאפ געוואוסט דערפון, און זיכער נישט געגעבן קיין גרויסע סכומים,

א אינגערמאן פארציילט מיר אז ער האט געפרעגט א פאנדרעיזער פון א געוויסע וויפיל ער ציפט אראפ האט ער אים געזאגט צוואנציג פראצענט (פון קלענערע סכומים,), האט ער באקומען א קאלטקייט צו די צוועק פילענדיג אז פון 100 דאלער גייט 20 אין מיסט,

ווילאנג איך האב רעווייערד זיין ליין אף טינקינג, אז מיט די צוואנציג דאלער האט ער נאך מער אויפגעטוהן ווי מיט די אכציג, ווייל דאס מאכט אז נאך אידן זאלן געבן אזוי מאלטיפליי'ט זיך די זכות,

אונטערשטע שורה,

אויב ווילסטו אז א ארגענעזאציע זאל באשטיין פון וואלאנטירס, וועט עס האבן אזא פנים,