בלאט 2 פון 7
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:57 am
דורך הוגה
זייער גוט ארויסגעברענגט די וויכטיגע נקודה, לעיקוואד. יעצט וויל איך ארויסברענגן נאך א כלליות'דיגע נקודה אויף די פארקערטע זייט פון די מטבע. דיסקלעימער, איך קען נישט פוטסטעפס פון די נאנט, כ'האב קיינמאל באגלייט "א חבר" אהין. נאר היות דאס איז א כלליות'דיגע זאך גלייב איך אז פוטסטעפס איז נישט immune דערצו.
עס מאכט זיך אז איינער האט א גוטע געדאנק אדער עטליכע מענטשן צוזאמען מיט גוטע מאטיוון אויפצוטון. היות דער ענין איז גאר גוט און עס ווערט צואוואקסן גאר שנעל, געשעהט צוויי זאכן. איינס די ארגענעזאציע ווערט די ציל ווי איידער די ארגינעלע intended ציל. צווייטענס, עס ווערט אזויווי א חסידות מיט חסידים ומתנגדים, מאמינים און כופרים. דאס איז א נאטירליכע פראצעס.
וממילא (אן וויסן די פאקטן) בין איך נישט סורפרייזד צו הערן שבת אחימ'ס טענות, איך וואלט דאס עקספעקטעד. אזוי גייט די וועלט.
רבי זלמן שעכטער פלעגט זאגן:
When a movement becomes a movement it stops moving.
.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:06 am
דורך גנדי
איך בין א חסידישע איד מיט א דיקן גארטל. קען איך זיין א מעמבער אין פודסטעמפס?
אזוי ווי איך בין א מעמבער אין טריפל עי על כל צרה שלא תבוא. מיינט דאס אז איך וויל מיין קאר זאל זיך צוברעכען?
זיין א מעמבער אין פודסטעפס מיינט אז איך וויל אפפארען? איך וויל שטיצען אן ארגענעזאציע על כל צרה שלא תבוא...
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:48 pm
דורך שבת אחים
לעקוואד ביסט גערעכט קיין שום ארגינאזאציע איז נישט קיין מלאך המושיע , אבער ס׳זעט אויס ווי דו פארשטייסט נישט די נחיצות הענין מ׳רעדט נישט דא פון קיין פּאָר דאללער און אפּאר האגס מ׳רעדט פון א טאטע וואס מ׳האט אים צוגענומען זיינע קינדער נאכן זיין 16 יאהר חתונה געהאט צוזאמען און פון איין זייט שטייט די קאמיונטי און פּאָמפּט אריין געלט פאר לויערס און פון די אנדרע זייט קוקט אים קיינעם נישט אָן אפילו מיט א עצה, דער יעניגער פון וועם איך רעד האלט שוין ביי איבער הונדערט אלפים געספענט אין קאורטס על לא דבר , און ער איז ווייט פון פארמעגליך, מ׳האט אים דריי מאהל ארעסטירט פאר בילבולים , מ׳האט געזאגט (אזוי ווי מ׳זאגט אייביג) אז ער האט מאלעסטעט די קינדער
און דעס איז חוזר חלילה ביי כמעט יעדע או טי די וואס גייט ארויס אפען און דערווייל מאכט זיך פוטסטעפס בכלל נישט וואוסענדיג ,
ווי דארף אזא מענטש ווי אים און די אלע אנדערע זיך ווענדן ?
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:52 pm
דורך הוגה
שוין, דארף מען אויפמאכן א פרישע ארגענעזאציע, פוטסטעפס 45 (מיט די זעלבע פאנט און סייז). קאמפעטישאן איז אלעמאל א גוטע מאטעוואציע טעקניק.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 3:16 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: קודם א יישר כח פאר דעם הערליכן ארטיקל. איך האב ארויס גענומען צוויי נקודות וועלכע האבן מיך כמעט ארויסגענימען פון די כלים. איינס: דער פארגלייך פון אט די ארגאניזאציע צו די אלטע ק--- (חוץ איצא שייגעץ, שטייצעך) וועלכע דרימלען און טרינקען טיי אויף דיוויזשאן עוועניו און רופן זיך מיט דעם שיין קלינגענדיגן נאמען "התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא" , וועלכע טוען גארנישט אויף, חוץ נעמען שוחד/שוחט צו פיהרן די פאלטשע דין תורות. (וויאזוי א "דין טוירע" זעהט אויס דארט איז פאר אן אנדער'ן אשכול. ואכמ"ל.) און ארגאניזירן באסעס צו פארן קיין וואשינגטאן מוחה צו זיין און שרייען "פוי" אויף דעם ראש הכופרים ביבי נתניהו.
די צווייטע נקודה וואס האט געכאפט מיין אינטרעסע איז דאס גוטע ווערטל, אז ..."מ'קען מער אויפטון ווען מ'גייט צו דעם מעדיקעיד אפיס, ווי אז מ'גייט צו פוטסטעפס/פוד סטעמפס"...!
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 3:18 pm
דורך berlbalaguleh
ביבער האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, דיין חבר האט כאטש צוריק באקומען די $50?
ער האט קיינמאל נישט געצאלט.ער האט גלייך איינגעזעהן ווער זיי זענען און ר'האט נישט ארויסגענומען דאס געלט פון די קעשענע...!
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 3:23 pm
דורך Milk shake
מר. שבת אחים, צום ערשט טוט שלום דין דיך סותר זיין, צווייטנס ברענגסטו אליין אן ארטיקל פון א פוט טו מאוט מעמבער וואס שרייט אז זיי האבן אים געהאלפן באקוועם מאכן אין די פרייע געזעלשאפט, דא זענען דיינע רייד:
I've been a member here for a long time and Footsteps has done a lot to make my transition easier. And although I don't .........
זיי נישט ברוגז אויף מיר אויב איך וועל דיר פרעגן אויב דו ביסט אפשר א פוטסטעפ מעמבער, u have the choice to plea the fifth..,
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 5:35 pm
דורך ביבער
איך וועל אלעס טהון פאר א האג פון לעיקוואד, וויאזוי גייט מען אט"ד?
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 5:38 pm
דורך איך אויך
קודם דארפסטו מברר זיין צו וועלכע רעליגיע ער געהערט.
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:10 pm
דורך נופת צופים
berlbalaguleh האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, דיין חבר האט כאטש צוריק באקומען די $50?
ער האט קיינמאל נישט געצאלט.ער האט גלייך איינגעזעהן ווער זיי זענען און ר'האט נישט ארויסגענומען דאס געלט פון די קעשענע...!
און בערל, פון וואו קענסטו די מעשה אזוי גוט? דו בוזט אפשר שבת'ס כאווער?
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 7:05 pm
דורך געוואלדיג
שבת האט אזוי געשריבן.
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 7:59 pm
דורך חאצקעל שניידער
כזעע סאיז זייער שטארק נוגע פארן עולם צו יא צו נישט , זעט אויס די עולם פלאנט ערנסט זיך אריבערצופאקן אהין סווענט זיך נאר צו זיי וועלן העלפן צו נישט, הא?![emoji39][emoji39][emoji39]
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:17 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:שוין, דארף מען אויפמאכן א פרישע ארגענעזאציע, פוטסטעפס 45 (מיט די זעלבע פאנט און סייז). קאמפעטישאן איז אלעמאל א גוטע מאטעוואציע טעקניק.
אנטשולדיגס ר' [tag]הוגה[/tag], אבער ארויסצוגעבן אזא טיפע פסק דארף מען זיין אין דין תורה לכל הפחות 9 יאר...
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:18 pm
דורך [NAMELESS]
ביבער האט געשריבן:איך וועל אלעס טהון פאר א האג פון לעיקוואד, וויאזוי גייט מען אט"ד?
איך אויך האט געשריבן:קודם דארפסטו מברר זיין צו וועלכע רעליגיע ער געהערט.
ווער זאגט אז ער געהערט צו א רעליגיע? מיר זעט אויס אז ער איז דער ערפינדער פון א נייע רעליגיע...
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:50 pm
דורך לעיקוואד
און מיר זאגן קלאר מיר ג'יין נישט צאלן די לויער פיס פאר ווער עס גייט אריבער צו אונזער רעליגיע. זאל זיך קיינער נישט איינרעדן. א האג און דעטס אל.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:57 pm
דורך געוואלדיג
[tag]לעיקוואד[/tag]נאך נישט אזוי שנעל קודם וואו האט גאט זיך באוויזן צו דיר? מאך א קעיס.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:01 pm
דורך לעיקוואד
הייבסט שוין אן מיט די קשיות.. פרעג אדנירם'ן זאל קודם מסביר זיין פון וואס מיין רעליגיע באשטייט וועסטו זעהן אלץ שטימט.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:24 pm
דורך יתרו
דענקער האט געשריבן: ביז וויאזוי צו טאנצן אין א קלוב.
פאר ווער עס ווערט נישט אנגענומען אין פוטסטעפס און בריך נייטיג וויסן וויאזוי צו טאנצן אין א קלאב איז דא א פיינע פריקען יוא טוב קליפ
https://www.youtube.com/watch?v=dcaa_8qPs34עס איז נאר צוויי מינוט אבער עס איז א כל בו.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:38 pm
דורך ביבער
יתרו האט געשריבן: פאר ווער עס ווערט נישט אנגענומען אין פוטסטעפס און בריך נייטיג וויסן וויאזוי צו טאנצן אין א קלאב איז דא א פיינע פריקען יוא טוב קליפ
https://www.youtube.com/watch?v=dcaa_8qPs34עס איז נאר צוויי מינוט אבער עס איז א כל בו.
קוקט אויס אז דער קאסובער איז גאנץ א מבין, נאך אלעם ווייסט דאך שבת אחים יא וואס ער רעדט.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:22 pm
דורך בן נריהו
[justify]קאנספיראציע: פיסטריט - אין די ווארהייט - ווערט אין געהיים געפירט - און איז דורך זיי, די ווייטערדערמאנטע, גאר אויפגעשטעלט געווארן - דורך אלטרע פרומע לייט, אויף צו האלטן קאנטראל איבער די אפגעפארענער אידן - אן זייער וויסן. צוביסלעך זיי פירן צו זעלבסטמארד אדער אומגליק, אזוי ארימעט וועלן אנדערע זיי - די פיסטריט'לער - נישט נאכטון, אדער, צום בעסטן פאל, זיך אומקערן אהיים. (דאס מאכט פארשטאנדיג, פילייכט, פארוואס זיי טוען צעיוטשקעטע נישט אננעמען - ווארום די לייט ברענגען זיך סיי ווי צו אומגליק - אן אקטיווע הילף)[/justify]
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
און התאחדות ווערט גאר געפירט דורך די א.ט.ד. אוועקצינעמען דאס לעצטע געשמאק פון חרדיזים,
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:15 am
דורך שבת אחים
בן נריהו האט געשריבן:[justify]קאנספיראציע: פיסטריט - אין די ווארהייט - ווערט אין געהיים געפירט - און איז דורך זיי, די ווייטערדערמאנטע, גאר אויפגעשטעלט געווארן - דורך אלטרע פרומע לייט, אויף צו האלטן קאנטראל איבער די אפגעפארענער אידן - אן זייער וויסן. צוביסלעך זיי פירן צו זעלבסטמארד אדער אומגליק, אזוי ארימעט וועלן אנדערע זיי - די פיסטריט'לער - נישט נאכטון, אדער, צום בעסטן פאל, זיך אומקערן אהיים. (דאס מאכט פארשטאנדיג, פילייכט, פארוואס זיי טוען צעיוטשקעטע נישט אננעמען - ווארום די לייט ברענגען זיך סיי ווי צו אומגליק - אן אקטיווע הילף)[/justify]
אלעס איז מעגליך , מ׳קען מעהר גארנישט וויסן היינט! אבער א זייטיגע קשיא אויב מעג איך פרעגן די
שטאָמפעלסט ווען דו רעדסט אויך אדער נאר ווען דו שרייבסט ? בין איך דער איינציגסטער דא וואס וואונדערעט זיך אין וועלכע חדר דו האסט געלערנט
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:51 am
דורך איך אויך
אדנירם האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:איך וועל אלעס טהון פאר א האג פון לעיקוואד, וויאזוי גייט מען אט"ד?
איך אויך האט געשריבן:קודם דארפסטו מברר זיין צו וועלכע רעליגיע ער געהערט.
ווער זאגט אז ער געהערט צו א רעליגיע? מיר זעט אויס אז ער איז דער ערפינדער פון א נייע רעליגיע...
מיר זעהט עס אויך אזוי אויס.