בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:49 am
דורך פידלער
blackwestchester.com/2015/04/27/10000-peacefully-protest-bmore/[left]As you read most of the nationwide coverage, the various news media and websites do admit that most of the protesters were peaceful as you read further down their stories, despite the attention grabbing headlines that speaks of only the violence, destruction and criminal mischief of a few. Unfortunately there will always be a few agitators in any crowd this size. Some of which are purposely positioned among the peaceful protesters for just that reason.
After what has been going on with black men being killed nationwide without any justice taking place even after grand juries, video evidence, incidences being ruled homicide by medical examiners, No officers go to jail, very few cops lose their job and the Ferguson officer who killed Mike Brown was allowed to retire and protect his pension, there is a sense of frustration in these protests, yes![/left]
Re: מהומות אין באלטימאר
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:55 am
דורך נופת צופים
בן נריהו האט געשריבן:צוויי אומרעכטן שטעלן נישט רעכט איין אומרעכט. היפאקראטיע - כאטשיק אויב איז עס די ווארהייט - קומט נישט דא אריין. א געמיינדע - ווי ברוטאל די אינסטאנצען באגייען זיך מיט זיי - האבן נישט די רעכט צו פלינדערן האב און גוטס וואס געהערט נישט זיי, די פלינדערערס.
זאג נאר - בענני, א סיסטעם - וואלט איך - נופת - געמאכט - אויף צו באקומען - אויף אימעיל - אן אלערט, ווען דיין פעדער - די גאלדענע - אויפהייבן טוסטו. לאוו יו.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:58 am
דורך שמעקעדיג
עפטער שאקס פון די לאוו אטאקע.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:21 am
דורך Yossy
פידלער האט געשריבן:איך זע ס'פעלט ב"ה נישט קיין ראסיזם דא. פאר אן אנדערע שטאנדפונקט, לייענט:
"[left]I am so grateful to Ta-Nehisi Coates for expressing so well the frustration I feel watching the media coverage of the protests in Baltimore. I believe in non-violence not just as a tactic, but as a way of life. Yet I cannot stomach the indignant condemnation of young people throwing stones and looting stores when those same indignant politicians and media pundits muster so little outrage for the daily, routine violence inflicted by law enforcement on poor communities of color, including the literal war - a drug war - that has been waged in Freddy Gray's neighborhood for decades. I say yes to peaceful protests, but no to blatant hypocrisy."[/left]
www.theatlantic.com/politics/archive/2015/04/nonviolence-as-compliance/391640/data.baltimoresun.com/news/police-settlements/
סדא א ווערטל
A liberal is a conservative who has been attested and a conservative is a liberal who has been mugged
די אלע ליבעראלע אידיאלאגען רעדען ברייט ווילאנג סוועט קימען די רייע אויף זיי ,
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:03 am
דורך הוגה
[justify]
Yossy האט געשריבן:די אלע ליבעראלע אידיאלאגען רעדען ברייט ווילאנג סוועט קימען די רייע אויף זיי
די אלע חסידים רעדן ברייט ביז עס וועט קומען די רייע אויף זיי. דארף מען טאקע ארויף ברענגן בילדער פון די ראיאטן אין בארא פארק איין שבת אין די מ' יארן? די ראיאטן איין נאכט אויף דרייצן אין די סוף נ' יארן און איין נאכמיטאג אויף זעכצן אין די ס' יארן? און וואס איז דעמאלטס געווען? פאליציי האבן קיינער נישט געהרגט אדער געשלאגן, זיי האבן בס"ה ארעסטירט איינעם על לא דבר. עס איז גאנץ פארשטענדליך (כאטש איך דיסאגרי דערמיט) אזעלכע ראיאטן אויסברוכן פון אזעלכע קאמיוניטיס וואס האבן נישט קיין שום אנדערע וועג צו באקומען אויפמערקזאמקייט אז די רעגירונג הרג'ט זייערע מיטגלידער.
.[/justify]
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:04 am
דורך פידלער
נאך לייען מאטיריאל פאר מענטשן וואס האלטן נישט אז מענטשן מיט טונקעלע הויט זענען מאנקיס און ווילן באמת פארשטיין די סיטואציע אין א ברייטערן קאנטעקסט:
www.racismreview.com/blog/2015/04/27/baltimore-uprising-in-context/גע'גנב'עט פון פעיסבוך:
[left]Remember when a bunch of hooligans in Boston destroyed a perfectly good shipment of tea to "protest" the supposedly oppressive British government? What a bunch of lowlifes, just making themselves look bad. Violence is never the answer, people.[/left]
"[left]The money paid out by the city [in the last four years] to cover for the brutal acts of its police department would be enough to build "a state-of-the-art rec center or renovations at more than 30 playgrounds." Instead, the money was used to cover for the brutal acts of the city's police department and ensure they remained well beyond any semblance of justice."[/left]
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:58 am
דורך לית דין בר נש
הוגה האט געשריבן:די אלע חסידים רעדן ברייט ביז עס וועט קומען די רייע אויף זיי. דארף מען טאקע ארויף ברענגן בילדער פון די ראיאטן אין בארא פארק איין שבת אין די מ' יארן? די ראיאטן איין נאכט אויף דרייצן אין די סוף נ' יארן און איין נאכמיטאג אויף זעכצן אין די ס' יארן? און וואס איז דעמאלטס געווען? פאליציי האבן קיינער נישט געהרגט אדער געשלאגן, זיי האבן בס"ה ארעסטירט איינעם על לא דבר. עס איז גאנץ פארשטענדליך (כאטש איך דיסאגרי דערמיט) אזעלכע ראיאטן אויסברוכן פון אזעלכע קאמיוניטיס וואס האבן נישט קיין שום אנדערע וועג צו באקומען אויפמערקזאמקייט אז די רעגירונג הרג'ט זייערע מיטגלידער.
Are you kidding me?
אזוי האט אויסגיזעהן אין בארא פארק די דריי פראטעסטן? איך האב מיטגעהאלטן אלע דריי וואס האט מען געטוהן? געשריגן? העכסטענס גילעכערט אפאר פאליציי רעדער און אפשר צובראכן איין ווינדשול. און אין די מ' פראטעסט האט מען זוך אריינגעבראכן אין פאליציי סטאנציע און צוריסן טיקעט בוקס.
מען האט פארברענט פאליציי קארן וואס איז ריזיגע שאדנס? מען האט געפלינדערט פריוואטע מענטשנ'ס גישעפטן? מען האט געמזיק'ט פאליציי?
די ביסט משוגע? אונז זענען ווי זיי?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:02 pm
דורך הוגה
איך האף אז נישט. מיר זאלן נאר נישט געפרואווט ווערן אזוי ווי זיי. עס איז נישט ריכטיג זיך אויסצודרוקן אקעגן זיי מיט מער אפשיי ווי מען דרוקט זיך אויס אקעגן די פאליציי.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:04 pm
דורך לית דין בר נש
צו דעם בין איך מודה און די אויבערשטער זאל אונז טאקע אפהיטן אז מען זאל זיך נישט אזוי אויפפירן צו אונז.
אבער זיי אונז נישט מדמה
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:14 pm
דורך הוגה
איך בין נישט מדמה קיינער צו קיינעם. איך בין מעורר אז מ'דארף זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שוך.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
א מאמע שלעפט ארויס איר קינד פון די ראיאטן, קלאפט אים גוט אן די ביינער ער זאל אהיימגיין.
די מידיא איז זייער ביזי מיט דעם צו ווייזן וואס עלטערן זאלן שוין יעצט טוען אין די גאסן, נעמען אחריות אויף זייערע קינדער.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dUS7GRlAnlM[/youtube]
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:39 pm
דורך ישראל קאפקע
הוגה האט געשריבן:איך בין נישט מדמה קיינער צו קיינעם. איך בין מעורר אז מ'דארף זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שוך.
@הוגה, מען דארף נישט פארענפערן אדער בארעכטיגן די וואס מאכן אן די מהומות אדער שעדיגן פריוואטע אייגנטום, ווייל זיי זענען טאקע נישט בארעכטיגט.
איך דארף זיי נישט פארענפערן ווייל עס גייט מיר נישט אן אז עטליכע הונדערט מייל ווייט האבן עטליכע יוגענטליכע זיך אביסל צעלאזט.
איך וואונדער זיך נאר איבער די וואס עס גייט זיי אזוי שטארק אן אז צעהיצטע יוגנטליכע מאכן אן געלט שאדנס פאר אומשולדיגע ארטיגע איינוואוינער, וואו זענט איר ווען רוצח'ישע מונדירטע חיות הרג'נען אומשולדיגע אמעריקאנער בירגער (איין פאל דערפון אין מיין שטאט, ניו יארק) און ווערן נישט געשטעלט צו יוסטיץ אויב זייערע קרבות זענען פון א צווייטן קאליר?
אויף די וואס בארעכטיגן און האבן הנאה פון די צענדליגע אומשולדיגע שווארצע וואס ווערן רעגלמעסיג אומגעברענגט דורכאויס אמעריקע, אויף זיי וואונדער איך זיך נישט, איך ווייס פונקטליך וואס זיי זענען.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:50 pm
דורך הוגה
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך וואונדער זיך נאר איבער די וואס עס גייט זיי אזוי שטארק אן אז צעהיצטע יוגנטליכע מאכן אן געלט שאדנס פאר אומשולדיגע ארטיגע איינוואוינער, וואו זענט איר ווען רוצח'ישע מונדירטע חיות הרג'נען אומשולדיגע אמעריקאנער בירגער (איין פאל דערפון אין מיין שטאט, ניו יארק) און ווערן נישט געשטעלט צו יוסטיץ אויב זייערע קרבות זענען פון א צווייטן קאליר?
כמש"כ לעיל:
הוגה האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג זיך אויסצודרוקן אקעגן זיי מיט מער אפשיי ווי מען דרוקט זיך אויס אקעגן די פאליציי.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:02 pm
דורך הוגה
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 3:36 pm
דורך איך אויך
הנני מצטרף לשאלת אינו אדם ,הוגה אתה נורמלי? או סתם לקוי בשנאת ישראל באופן חזק ביותר?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:00 pm
דורך I'm back
איך אויך האט געשריבן:הנני מצטרף לשאלת אינו אדם ,הוגה אתה נורמלי? או סתם לקוי בשנאת ישראל באופן חזק ביותר?
דער וואס איז נישט א שמוציגע ראסיסט ווי אייך, ווערט אויטאמאטיש א שונא ישראל?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:38 pm
דורך יעקב מענטש
ס'איז אינטערסאנט אמצומערקן די גרויסע חילוק וויאזוי די ניו יארק סיטי פאליציי טוט הענדלן די זאכן זינט זייער לעצטע שרעקליכן דורכפאל מיט שארפטאן אין קראון הייטס, זיי האבן זיך גענומען סטאדיען די סוגיא מיט גאנצן קנאק און אויסגלערנט די פאליציי וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אויפברויזענדע מאסן, און צוריקוקענדיג אויך די לעצט 15-20 יאר קען מען זאגן אז זיי זענען געוווען זייער סוקסעספול אין דעם הינזיכט,
אבער פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז דאס האט אסאך צו טוהן מיט די פאקט אזא די שווארצע פירער דאהי קאאפערירן אסאך מער מיט די פאליציי ווי און די אמאליגע צייטן, און במילא קען מען צושרייבן אסאך צו זייער קרעדיט אויך,
דזשוליאני איז געווען אמאל אויף שאו ווי דער ענקאר האט ארויפגעברענגט א סטאטיסטיק וואס צייגט די 10 שטעט ווי די עטניסיטי פון די לאקאלע באפעלקערונג טוט זיך נישט אפשפיגלען פראצענטועל אין די פאליס דעפארטמענט, און ניו יארק סיטי איז נישט געווען אויף די ליסטע! וואס טוט אונטערשטרייכן די אויבן דערמאנטע פוינט,
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 7:18 pm
דורך הוגה
א יונגעל מאכט א קידוש השם.
.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 7:19 pm
דורך הוגה
דאס איז פאר דער אידישע ראסיסט דא.
.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 7:49 pm
דורך ישראל קאפקע
זייער @שטיל לעצטנס.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:04 pm
דורך הוגה
קרעדיט: פרעד מעקדאוועל.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:12 pm
דורך הוגה
קרעדיט: פרעד מעקדאוועל
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:44 pm
דורך [NAMELESS]
יעקב מענטש האט געשריבן:אבער פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז דאס האט אסאך צו טוהן מיט די פאקט אזא די שווארצע פירער דאהי קאאפערירן אסאך מער מיט די פאליציי ווי און די אמאליגע צייטן, און במילא קען מען צושרייבן אסאך צו זייער קרעדיט אויך,
דאס איז נישט צוויי זאכן, דאס אז די ציווילע פירער פון א געמיינדע זאלן קענען שטיין אין קאפעראציע מיט די געזעץ היטער קומט אויך צו פארדאנקען די לעקציעס וואס די אוטאריטעטן האבן זיך געלערנט וויאזוי צי קאמיונעקירן מיט די לאקאלע שבטים הויפטן