ריכטיג האט געשריבן:כפי מה שביררתי איז דער צעטל נישט פאלש.
שמעתי אז ער געמאכט עפעס א טעסט אבער דער ועד משמרת האט פארלאנגט אן אנדערע טעסט ולא הסכים ועל זה יצא הקצף. עוד שמעתי אז די ועד זענען געגאנגען צו מהר''א מסאטמאר ולא הסכים לחתום.
שמעתי אז ער האט רבנים אויף זיין זייט, ביניהם ר"מ זילבער וי"א דהיינו טעמא דמהר"א, און ער טענה'ט אז ער איז א קרבן פונעם ועד וואס ווילן בלויז צייגן פאר די רעגירונג אז זיי זענען קאנסטראקטיוו.
כאמור שמועות פורחות, איך נעם נישט קיין אחריות.
אבער וואס איז שייך "צו ווייזן" פאר די ממשלה...?! צו מעדיצין פארשטייען זיי דאך יא. נו. אויב זיי (די וועד) פארלאנגען אז דער מוהל זאל אדורכגיין א מעדיקל טעסט און ער וויל נישט, קענמען איהם דאך נישט לאזן פראקטיצירן...! וואספארא פאליטיק איז שייך ביי דעם...?!
עטס זענסט משוגע? ווער עס קען הרב נתנאל ווייסט אז ער איז א נארמאלע מענטש און ער וואלט קיינמאל אריינגשטעלט א צווייטען אין א סכנה!!! די הסכם איז געווען אז פאר עטליכע חדשים וועט ער נישט מאכן קיין מציצה וואס ער האט ערליך אויסגעפאלגט און ווען עס איז דורך י פאר חדשים האט ער ווייטער געמאכט מציצה, און ווי די טעסט ביי 3 גרויסע דוקטורים בהסכמת נידערמאן האט געוויסען אז ער האט נישט אקטיוו הערעפיס.
איך בין גראדע גאנץ נאנט צום ענין, גראדע איז הרב נתנאל מער נוטה צו צד מהרז"ל ווי ער שיקט זיינע קינדער אין זיינע מוסדות כאטש זיין טאטע איז שטארק פאר מהר"א, דאס איז ריכטיג ער האלט זיך נוטראל און ביז לעצטענס האט ער נאך געלערנט א האלבע טאג ביי מהרזל אין כולל און די אנדערע האלב טאג אין הופער...
וואס עס באדערט פארן גאלאנטער קען מען זיין וואס ער איז מגדיש אין די מכתב לדאבוננו סירב הרב גראס לקבל הוראתינו....
די סיבה פארוואס מהרז"ל האט געחתמ'נט איז ווייל די גאלאנטער און נידערמאן האבן געבונטעוועט אז ער מוז און עס איז נישט איינגעפאלן פארן נועם המידות צו אריבער רופען הרב נתנאל ווי די הלכה פארלאנגט, וואס ער האט טאקע שטארק חרטה געהאט שפעטע ווען ער האט געזעהן ווי זיי ברודער פירט זיך אויף... און ער האט עם טאקע אריבער גערופען וואס הרב נתנאל האט זיך אפגעזאגט פון גיין צו עם נאכדעם וואס ער האט עם באגראבען שלא כדין,
די סיבה פארוואס אדמו"ר מהר"א האט נישט געחתמ'נט טראץ די לחץ וואס ער האט געהאט פון די רבנים, ווייל ער האט מקיים געווען וואס עס שטייט אין שו"ע און אריבער גערופען הרב נתנאל וואס האט געברענגט 3 דוקטורים ובתוכם די דוקטור צו וועם נידערמאן האט זיך פארעקשנט ער מוז גיין נעמען די טעסט, און אלע האלטן אז ער איז אקעי פאר מציצה.
הרב הגאון הערשל אויש וואס איז מער מומחה אין דוקטוריי ווי די גאלאנטער בעקט זייער שטארק הרב נתנאל און אזוי אויך הרב הגאון מענדל זילבער ראש בי"ד התאחדות הרבנים אליינס א מוהל און די גאלאנטער וחביריו קומען נישט צו צי קרסולי רגליו האלט אויך אז ער אז גערעכט.
נ. ב. עס קומט אריין די נייעס אז די צווייטע גרעסטע מוהל אין ווילימסבורג נעמט א צווייטען פאר מציצה...
ס'איז ממש צום שטוינען וויאזוי מענטשען ברענגן ראיות פון אן אלטע צעטל, וואס קען זיין ער האט געהאט עפעס א דיפערענץ מיט די רבנים און האט זיך שפעטער אויסגעגליכן, און די צעטל איז שוין לאאאנג נישט אין קראפט,
אלנספאלס, איך דעם אינגערמאן גוט, און ווי טייל זאגן דא איז ער היפש אומפארטייאיש (אפשר אביסילע צו די ארונישע זייט, אבער ווייט פון גענוג אז ס'זאל זיין א געראטענער פישעל פאר די זאליס), און במילא נעם איך ענדערש אן אז דאס איז אלטע נייעס,
נאך א באמערקונג, איינער פון די חותמים איז הרב בלום, די לעצטע מענטש וועם איך וואלט חושד געווען אין מיטשפילן מיט פארטייאישע שטיק, עפעס וואס ביידע צדדים קענען מעיד זיין
הייסט'ס ווען מ'רעדט פון געזונט פון קינדער קומט אריין די שטינק פון די מארמערושער קרעטשמע. אלע גרויסער שיסער'ס וואס ווייסען וואס טוט זיך אין גאלאנטא, זאלען ביטע ערקלערען פארוואס הגאון בעל בד קודש האט געחתמ'ט דער בריוו, און זיך אפלאזען פונ'ם חתימה פון דער שבט יהודה וואס גייט קיינער נישט אן למעשה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
די גאלאנטער איז די של ראש און אנדרייער פון די בריוו, און ווער עס האט שוין מיטגעהאלטן אזא סארט מכתב ווייסט אז עס דארף זיין א מתחיל און די איבעריגע וועט שוין צוקומען, קען זיין דיין בעל בד קודש איז נאך אינטער די רושם פון קעיר נעמען פון מציצה בפה ואגב חרופותיה לא דק.
די וויליאמסבורגער נוסח: אנחנו הח"מ ביררנו שיש להמוהל נתנאל גראס חסרון גדול בענייני מוהלות, ואחרי התיעצות עמו נתנו הוראתינו על מכאן ולהבא. לדאבוננו סירב הרב גראס לקבל את הוראתינו וממשיך להיות מוהל כמאז. וכו'
מער ווי איינער, איך הער אז אויף די סמך פון בארימטע דאקטורים און הגאון אב''ד וואלקאן (ובעידודו של סאטמאר) האט דער מוהל מער ווי איין ברית אין די קומענדיגע פאר טעג
Ha ha I didn't even think that thay will take a KORBON a Rabish kid or a powerfull man thay CHAPT a shtilah eidilah yingerman like by Tsar Nicholas
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
עמעזאן: ייש"כ פאר ארויסברענגען די נקודה אז מהר"א שליט"א האט זיך אויפגעפיהרט מענטשליך און ער האט געטון עפ"י דין און מענטשליכקייט. נאר ער האט אויכעט מער שכל ווי זיין יונגערער ברודער שליט"א. וועלכער איז נאר כמו א פאפפעט אין די הענט פון ר' משה גבאי המכונה פריעדמאן שליט"א...!
עטס זענסט משוגע? ווער עס קען הרב נתנאל ווייסט אז ער איז א נארמאלע מענטש און ער וואלט קיינמאל אריינגשטעלט א צווייטען אין א סכנה!!! די הסכם איז געווען אז פאר עטליכע חדשים וועט ער נישט מאכן קיין מציצה וואס ער האט ערליך אויסגעפאלגט און ווען עס איז דורך י פאר חדשים האט ער ווייטער געמאכט מציצה, און ווי די טעסט ביי 3 גרויסע דוקטורים בהסכמת נידערמאן האט געוויסען אז ער האט נישט אקטיוו הערעפיס.
איך בין גראדע גאנץ נאנט צום ענין, גראדע איז הרב נתנאל מער נוטה צו צד מהרז"ל ווי ער שיקט זיינע קינדער אין זיינע מוסדות כאטש זיין טאטע איז שטארק פאר מהר"א, דאס איז ריכטיג ער האלט זיך נוטראל און ביז לעצטענס האט ער נאך געלערנט א האלבע טאג ביי מהרזל אין כולל און די אנדערע האלב טאג אין הופער...
וואס עס באדערט פארן גאלאנטער קען מען זיין וואס ער איז מגדיש אין די מכתב לדאבוננו סירב הרב גראס לקבל הוראתינו....
די סיבה פארוואס מהרז"ל האט געחתמ'נט איז ווייל די גאלאנטער און נידערמאן האבן געבונטעוועט אז ער מוז און עס איז נישט איינגעפאלן פארן נועם המידות צו אריבער רופען הרב נתנאל ווי די הלכה פארלאנגט, וואס ער האט טאקע שטארק חרטה געהאט שפעטע ווען ער האט געזעהן ווי זיי ברודער פירט זיך אויף... און ער האט עם טאקע אריבער גערופען וואס הרב נתנאל האט זיך אפגעזאגט פון גיין צו עם נאכדעם וואס ער האט עם באגראבען שלא כדין,
די סיבה פארוואס אדמו"ר מהר"א האט נישט געחתמ'נט טראץ די לחץ וואס ער האט געהאט פון די רבנים, ווייל ער האט מקיים געווען וואס עס שטייט אין שו"ע און אריבער גערופען הרב נתנאל וואס האט געברענגט 3 דוקטורים ובתוכם די דוקטור צו וועם נידערמאן האט זיך פארעקשנט ער מוז גיין נעמען די טעסט, און אלע האלטן אז ער איז אקעי פאר מציצה.
הרב הגאון הערשל אויש וואס איז מער מומחה אין דוקטוריי ווי די גאלאנטער בעקט זייער שטארק הרב נתנאל און אזוי אויך הרב הגאון מענדל זילבער ראש בי"ד התאחדות הרבנים אליינס א מוהל און די גאלאנטער וחביריו קומען נישט צו צי קרסולי רגליו האלט אויך אז ער אז גערעכט.
נ. ב. עס קומט אריין די נייעס אז די צווייטע גרעסטע מוהל אין ווילימסבורג נעמט א צווייטען פאר מציצה...
פילייכט וואלט געווען א גוטער געדאנק צו פארעפענטליכן די צעטלעך פון די דאקטוירים וועלכע זאגן אזוי. דערווייל האבן די רבנים וואס האבן געטאן אזא אויסערארדנטליכן שריט, א חזקה אז אין אדם תובע אלא אם כן יש לו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)