בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 3:24 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג האט געשריבן:כפי מה שביררתי איז דער צעטל נישט פאלש.
שמעתי אז ער געמאכט עפעס א טעסט אבער דער ועד משמרת האט פארלאנגט אן אנדערע טעסט ולא הסכים ועל זה יצא הקצף. עוד שמעתי אז די ועד זענען געגאנגען צו מהר''א מסאטמאר ולא הסכים לחתום.
שמעתי אז ער האט רבנים אויף זיין זייט, ביניהם ר"מ זילבער וי"א דהיינו טעמא דמהר"א, און ער טענה'ט אז ער איז א קרבן פונעם ועד וואס ווילן בלויז צייגן פאר די רעגירונג אז זיי זענען קאנסטראקטיוו.
כאמור שמועות פורחות, איך נעם נישט קיין אחריות.
אבער וואס איז שייך "צו ווייזן" פאר די ממשלה...?! צו מעדיצין פארשטייען זיי דאך יא. נו. אויב זיי (די וועד) פארלאנגען אז דער מוהל זאל אדורכגיין א מעדיקל טעסט און ער וויל נישט, קענמען איהם דאך נישט לאזן פראקטיצירן...! וואספארא פאליטיק איז שייך ביי דעם...?!
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:12 pm
דורך [NAMELESS]
די עולם האקט אין גרויסען...
עטס זענסט משוגע? ווער עס קען הרב נתנאל ווייסט אז ער איז א נארמאלע מענטש און ער וואלט קיינמאל אריינגשטעלט א צווייטען אין א סכנה!!! די הסכם איז געווען אז פאר עטליכע חדשים וועט ער נישט מאכן קיין מציצה וואס ער האט ערליך אויסגעפאלגט און ווען עס איז דורך י פאר חדשים האט ער ווייטער געמאכט מציצה, און ווי די טעסט ביי 3 גרויסע דוקטורים בהסכמת נידערמאן האט געוויסען אז ער האט נישט אקטיוו הערעפיס.
איך בין גראדע גאנץ נאנט צום ענין, גראדע איז הרב נתנאל מער נוטה צו צד מהרז"ל ווי ער שיקט זיינע קינדער אין זיינע מוסדות כאטש זיין טאטע איז שטארק פאר מהר"א, דאס איז ריכטיג ער האלט זיך נוטראל און ביז לעצטענס האט ער נאך געלערנט א האלבע טאג ביי מהרזל אין כולל און די אנדערע האלב טאג אין הופער...
וואס עס באדערט פארן גאלאנטער קען מען זיין וואס ער איז מגדיש אין די מכתב לדאבוננו סירב הרב גראס לקבל הוראתינו....
די סיבה פארוואס מהרז"ל האט געחתמ'נט איז ווייל די גאלאנטער און נידערמאן האבן געבונטעוועט אז ער מוז און עס איז נישט איינגעפאלן פארן נועם המידות צו אריבער רופען הרב נתנאל ווי די הלכה פארלאנגט, וואס ער האט טאקע שטארק חרטה געהאט שפעטע ווען ער האט געזעהן ווי זיי ברודער פירט זיך אויף... און ער האט עם טאקע אריבער גערופען וואס הרב נתנאל האט זיך אפגעזאגט פון גיין צו עם נאכדעם וואס ער האט עם באגראבען שלא כדין,
די סיבה פארוואס אדמו"ר מהר"א האט נישט געחתמ'נט טראץ די לחץ וואס ער האט געהאט פון די רבנים, ווייל ער האט מקיים געווען וואס עס שטייט אין שו"ע און אריבער גערופען הרב נתנאל וואס האט געברענגט 3 דוקטורים ובתוכם די דוקטור צו וועם נידערמאן האט זיך פארעקשנט ער מוז גיין נעמען די טעסט, און אלע האלטן אז ער איז אקעי פאר מציצה.
הרב הגאון הערשל אויש וואס איז מער מומחה אין דוקטוריי ווי די גאלאנטער בעקט זייער שטארק הרב נתנאל און אזוי אויך הרב הגאון מענדל זילבער ראש בי"ד התאחדות הרבנים אליינס א מוהל און די גאלאנטער וחביריו קומען נישט צו צי קרסולי רגליו האלט אויך אז ער אז גערעכט.
נ. ב. עס קומט אריין די נייעס אז די צווייטע גרעסטע מוהל אין ווילימסבורג נעמט א צווייטען פאר מציצה...
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:14 pm
דורך יעקב מענטש
ס'איז ממש צום שטוינען וויאזוי מענטשען ברענגן ראיות פון אן אלטע צעטל, וואס קען זיין ער האט געהאט עפעס א דיפערענץ מיט די רבנים און האט זיך שפעטער אויסגעגליכן, און די צעטל איז שוין לאאאנג נישט אין קראפט,
אלנספאלס, איך דעם אינגערמאן גוט, און ווי טייל זאגן דא איז ער היפש אומפארטייאיש (אפשר אביסילע צו די ארונישע זייט, אבער ווייט פון גענוג אז ס'זאל זיין א געראטענער פישעל פאר די זאליס), און במילא נעם איך ענדערש אן אז דאס איז אלטע נייעס,
נאך א באמערקונג, איינער פון די חותמים איז הרב בלום, די לעצטע מענטש וועם איך וואלט חושד געווען אין מיטשפילן מיט פארטייאישע שטיק, עפעס וואס ביידע צדדים קענען מעיד זיין
Re: ועד משמרת הברית אסר'ט מוהל
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט'ס ווען מ'רעדט פון געזונט פון קינדער קומט אריין די שטינק פון די מארמערושער קרעטשמע.
אלע גרויסער שיסער'ס וואס ווייסען וואס טוט זיך אין גאלאנטא, זאלען ביטע ערקלערען פארוואס הגאון בעל בד קודש האט געחתמ'ט דער בריוו, און זיך אפלאזען פונ'ם חתימה פון דער שבט יהודה וואס גייט קיינער נישט אן למעשה.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:45 pm
דורך [NAMELESS]
די גאלאנטער איז די של ראש און אנדרייער פון די בריוו, און ווער עס האט שוין מיטגעהאלטן אזא סארט מכתב ווייסט אז עס דארף זיין א מתחיל און די איבעריגע וועט שוין צוקומען, קען זיין דיין בעל בד קודש איז נאך אינטער די רושם פון קעיר נעמען פון מציצה בפה ואגב חרופותיה לא דק.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 7:03 pm
דורך שמערל
עמעזאן האט געשריבן:וואס עס באדערט פארן גאלאנטער קען מען זיין וואס ער איז מגדיש אין די מכתב לדאבוננו סירב הרב גראס לקבל הוראתינו....
דריי פינטעלעך זענען נישט גענוג צו מסביר זיין וואס עס באדערט אים, אויב האט ער אלעס געפאלגט וואס נידערמאן האט געהייסן, פארוואס האבן זיי געהאט א פראבלעם מיט אים?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 7:12 pm
דורך בן תמליון
אזא צעטיל גראבט דען נישט אינטער דאס גאנצע מערכה קעגן מצב"פ רעגולאציעס? אפשר קען איך פארלאנגען א דאקטער צעטיל פונעם גאלאנטן צדיק פאר זיין נעקסטן ברית?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:46 pm
דורך בן תמליון
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=82847קוקט נאר ווי דער וועד משמרת' לויפט צו א נישט אזוי משומר אינטערנעט זייטל צו באשמוצן דעם מוהל הנ"ל. איז דאס דער נייער דרך צו נוצן דעם אינטערנעט צו מפרסם זיין צעטלין זיי ווילן נישט לייגן אויף די ווענט אין שוהלן?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:39 pm
דורך עדיאל
דאס צעטל איז געשריבן אין א געריבענער לשה"ק, ווייט פון די אמעריקאנער חסידישע סטיל. ווער איז זייער שרייבער דארט?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:48 pm
דורך עדיאל
די וויליאמסבורגער נוסח:
אנחנו הח"מ ביררנו שיש להמוהל נתנאל גראס חסרון גדול בענייני מוהלות, ואחרי התיעצות עמו נתנו הוראתינו על מכאן ולהבא. לדאבוננו סירב הרב גראס לקבל את הוראתינו וממשיך להיות מוהל כמאז. וכו'
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:23 pm
דורך איש את רעהו
קאנפירמד:
די מטרה דא איז צו ווייזן פאר די רעגירונג אז מען קומט זיך מיט זיי דורך
וויפיל מען האט פרובירט ביי די חברה פון וועד למשמרת הברית צו פועלן זיי זאלן זיך אפלאזען האבן זיי זיך לבסוף געבראכן פאר די עסקנים און צוגעשטימט.
Re: ועד משמרת הברית אסר'ט מוהל
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
למעשה גערעדט, איז דען דא מענטשען וואס פאר'ן גלויבונג אז ס'איז נאר פאליטיק וועט ריזיקירען זיין אייגענעם קינד?
Re: ועד משמרת הברית אסר'ט מוהל
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:52 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
מיר זוכן א גוטע שרייבער וואס קען ארויס קומען מיט א געשליפענעם בריוו וויאזוי דער גאלאנטער ציעט צירוק פון זיין בריוו און בעיט מחילה פון דעים גראס
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ועד משמרת הברית אסר'ט מוהל
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:32 am
דורך [NAMELESS]
בן תמליון האט געשריבן:http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=82847
קוקט נאר ווי דער וועד משמרת' לויפט צו א נישט אזוי משומר אינטערנעט זייטל צו באשמוצן דעם מוהל הנ"ל. איז דאס דער נייער דרך צו נוצן דעם אינטערנעט צו מפרסם זיין צעטלין זיי ווילן נישט לייגן אויף די ווענט אין שוהלן?
מ'קען נישט גלייבן בחדרי חרדים אז זיי האבן טאקע גערעדט צו די ועד. זיי זענען שקרנים.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 6:27 am
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:למעשה גערעדט, איז דען דא מענטשען וואס פאר'ן גלויבונג אז ס'איז נאר פאליטיק וועט ריזיקירען זיין אייגענעם קינד?
מער ווי איינער,
איך הער אז אויף די סמך פון בארימטע דאקטורים און הגאון אב''ד וואלקאן (ובעידודו של סאטמאר) האט דער מוהל מער ווי איין ברית אין די קומענדיגע פאר טעג
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:32 am
דורך איש את רעהו
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:57 am
דורך outspoken
Ha ha I didn't even think that thay will take a KORBON a Rabish kid or a powerfull man thay CHAPT a shtilah eidilah yingerman like by Tsar Nicholas
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:09 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אה! זיי האבען זיך אויפ-געוועקט. א נייע איסור, א נייע מוחאה, איך האב זיך שוין דערשראקען אז די רע-בנים זיצען נעבעך ליידיג. אבער געלויבט דער פון אויבען.... האט ער צוגעשוקט עפעס.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 6:17 pm
דורך קרעקער
עס וועט דויערן 2 טעג ביז די נ"י פאוסט וועט שרייבען איבער דעם בריוו פון דע רבנים, סאיז שוין אויף שמריהס וועבזייטעל
פונעם פאוסט ביז די העלט דעפארטמענט, און פון דארט צו א אפישעל בריוו פון די העלט דעפארטמענט אז ער טאר נישט זיין א מוהל איז זייער נאהנט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:28 am
דורך זוכער
איך האב אמאל געזען א קליפ ווי דער. גאלאנטער רב שווערט אז די רעגירונג'ס עווידענס איז פאלש!
הערפיס קען מען נישט איבערגעבן! די סייענטיסטן וועלן אונז נישט איינטיילן, מיר גייען מיט די תורה אז מציצה בפה שאדט נישט, און מיר וועלן זיך נישט רירן גארנישט!
הייליגער גאלאנטער רב: קען דער מוהל איבערגעבן הערפיס? יא / ניין?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:36 am
דורך berlbalaguleh
עמעזאן: ייש"כ פאר ארויסברענגען די נקודה אז מהר"א שליט"א האט זיך אויפגעפיהרט מענטשליך און ער האט געטון עפ"י דין און מענטשליכקייט. נאר ער האט אויכעט מער שכל ווי זיין יונגערער ברודער שליט"א. וועלכער איז נאר כמו א פאפפעט אין די הענט פון ר' משה גבאי המכונה פריעדמאן שליט"א...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:39 am
דורך דעת תורה
עמעזאן האט געשריבן:די עולם האקט אין גרויסען...
עטס זענסט משוגע? ווער עס קען הרב נתנאל ווייסט אז ער איז א נארמאלע מענטש און ער וואלט קיינמאל אריינגשטעלט א צווייטען אין א סכנה!!! די הסכם איז געווען אז פאר עטליכע חדשים וועט ער נישט מאכן קיין מציצה וואס ער האט ערליך אויסגעפאלגט און ווען עס איז דורך י פאר חדשים האט ער ווייטער געמאכט מציצה, און ווי די טעסט ביי 3 גרויסע דוקטורים בהסכמת נידערמאן האט געוויסען אז ער האט נישט אקטיוו הערעפיס.
איך בין גראדע גאנץ נאנט צום ענין, גראדע איז הרב נתנאל מער נוטה צו צד מהרז"ל ווי ער שיקט זיינע קינדער אין זיינע מוסדות כאטש זיין טאטע איז שטארק פאר מהר"א, דאס איז ריכטיג ער האלט זיך נוטראל און ביז לעצטענס האט ער נאך געלערנט א האלבע טאג ביי מהרזל אין כולל און די אנדערע האלב טאג אין הופער...
וואס עס באדערט פארן גאלאנטער קען מען זיין וואס ער איז מגדיש אין די מכתב לדאבוננו סירב הרב גראס לקבל הוראתינו....
די סיבה פארוואס מהרז"ל האט געחתמ'נט איז ווייל די גאלאנטער און נידערמאן האבן געבונטעוועט אז ער מוז און עס איז נישט איינגעפאלן פארן נועם המידות צו אריבער רופען הרב נתנאל ווי די הלכה פארלאנגט, וואס ער האט טאקע שטארק חרטה געהאט שפעטע ווען ער האט געזעהן ווי זיי ברודער פירט זיך אויף... און ער האט עם טאקע אריבער גערופען וואס הרב נתנאל האט זיך אפגעזאגט פון גיין צו עם נאכדעם וואס ער האט עם באגראבען שלא כדין,
די סיבה פארוואס אדמו"ר מהר"א האט נישט געחתמ'נט טראץ די לחץ וואס ער האט געהאט פון די רבנים, ווייל ער האט מקיים געווען וואס עס שטייט אין שו"ע און אריבער גערופען הרב נתנאל וואס האט געברענגט 3 דוקטורים ובתוכם די דוקטור צו וועם נידערמאן האט זיך פארעקשנט ער מוז גיין נעמען די טעסט, און אלע האלטן אז ער איז אקעי פאר מציצה.
הרב הגאון הערשל אויש וואס איז מער מומחה אין דוקטוריי ווי די גאלאנטער בעקט זייער שטארק הרב נתנאל און אזוי אויך הרב הגאון מענדל זילבער ראש בי"ד התאחדות הרבנים אליינס א מוהל און די גאלאנטער וחביריו קומען נישט צו צי קרסולי רגליו האלט אויך אז ער אז גערעכט.
נ. ב. עס קומט אריין די נייעס אז די צווייטע גרעסטע מוהל אין ווילימסבורג נעמט א צווייטען פאר מציצה...
פילייכט וואלט געווען א גוטער געדאנק צו פארעפענטליכן די צעטלעך פון די דאקטוירים וועלכע זאגן אזוי. דערווייל האבן די רבנים וואס האבן געטאן אזא אויסערארדנטליכן שריט, א חזקה אז אין אדם תובע אלא אם כן יש לו.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:48 am
דורך petergrifin
Welcome back @דעת תורה.