אדנירם האט געשריבן:באזונדער בין איך אן עקשן, און ווען דער הונגער האט געגריצלט אביסל, האב איך אים געלאכט אין פנים מיט אזא נקמה געפיל געמישט מיט 'איך גיי מיך נישט לאזן'... די פאקט אז כ'האב פארלוירן אזויפיל, האט מיר געגעבן דעם שטופ אויף ווייטער.
פארט ווייס איך נישט וויפיל מענטשן וואלטן עס געקענט אנהאלטן.
אן עקשן ביניך אויך א גרויסער, ווען איך בין פאר'חלש'ט קען איך אנגיין לאכעדיג פאר שעות, איך מאך דעמאלטס עקסערסייז, איך שפאציר ארום די שטאט.
דער פראבלעם הייבט זיך אבער אן (א דריי מיטן גראבן פינגער) ווען איך בין זאט! און נישט סתם זאט, נאר אנגעשאפט נאך א פעטן סאפער. דעמאלטס איז דער נסיון ריזיג. איך האק אריין וואס ס'לאזט זיך נאר, פון הערינג ביז קאקאש קעיק.
פונקט ווי ווען דער יצר (דער באקאנטער: יצר הרע) קומט צו גיין, ווען עס ברענט און קאכט א נסיון איז פילפאכיג לייכטער אים בייצוקומען ווי ווען עס איז א שטילער רואיגער מינוט וד"ל בזה.