בלאט 2 פון 3

Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:46 am
דורך petergrifin
וואס איז טאקע פשט אז א ניק וואס דער עולם גייט גאגא אויף איהם/איר איז נישט די זעלבע מיט זיין אנדערע ניק?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:51 am
דורך טאמבל סאס
גאש, דער לעיקוואד מיט זיינע אויסברוכן, דער שניידט דאך שטיקער.

נאכ'ן לייענען דאס (וכדומה לזה דורכאויס פריעדיגע פרשיות דא אין שטיבל) וואונדער איך מיר שטענדיג אויב לעיקוואד האט דאס (שיטתו והסבריו) אלץ שוין געהאט אויסגעבויעט אין זיין קאפ נאך בעפארן קריטיקירן די גבאים.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:53 am
דורך כוכב
וואס דא טוט זיך נאר נישט. א שטיקל סך הכל:
כעלעמער גייט שלובות זרוע יד מיט איך אויך נישט מער געדאכט, איבער א קאנספיראטערישע טעאריע כאילו דא איז דא א סעגעראציע, ווייל מ'האט געמעקט א בילד פון א פרוי, א זינלאזע באשולדיגונג.
ביבער באשולדיגט שמעקעדיג אין צענזור ווייל מ'האט מ'שטיינס געזאגט אויסגעקלארט א קעפל (סאשי איז נישט די בעסטע קעפל מאכער, זיין קעפל האט נישט געגעבן אנצודייטן דעם תוכן פון דעם אשכול).
לעיקוואד קען נישט נעמען קיין קריטיק און שפרינגט ווי א קטן, (דאס ציטירן אישי'ס איז אן עוולה נוראה, אנטשולדיגט מיר, יענער רעדט דאך צו דיר פריוואט?!) לאזט ער זיך ארויס אין א קאמף קעגן צוויי אור-אלטע איינגעגעסענע תקנות מימים ימימה, נעמליך איבער רעספעקטפול קריטיק קעגן דער הנהלה, און די אנאנימיטעט פון דער הנהלה (ר' איד, דאס איז די רול אוו דע געים, ס'געפעלט דיר נישט, שפיל נישט, קענסט טאקע גיין לחיים ולשלום).
פון כיתה ג' האבן מיר זיך אראפגעריקט צו קינדערגארטן, רבי, כ'האב איינגעמאכט, רוף מיין מאמע אונטערווישן.
איך וויל אויך סטראשן, איך שעם מיך דא צו זיין. ניקים וואס כ'האב אלעמאל רעספעקטירט פירן זיך אויף ווי קטני הדעת פול מיט עגאאיזם און ביליגע סוביעקטיווקייט. איך וויל מיך גיין פון דא.
לעיקוואד ווען פארט די נעקסטע באס? לייג אוועק א זיץ פאר מיר.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:11 am
דורך טאמבל סאס
נופת צופים האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
זייטס מיר געזונט, איך וועל דא זיין ווען עס וועט זיין אן אפענער שמועס איבער דער נושא, אז איר האלט אז די גרינגסטע וועג זיך צו ספראווען מיט גוטע קשיות איז צו מעקן, צייל מיר ארויס פון דער קאנספיראציע בבקשה. בהצלחה.


לעיקוואד טייערע, גייסט קיין קרעטשמע? אדער מאכסטו אויף אן אייגענע פארום "מגלה עמוקות" אדער "הסתרה שבתוך ההסתרה"?

לעיקוואד, פאליש האט א opening פאר דיר.

Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:46 am
דורך petergrifin
@כוכב דו קענסט איהם אריין פליקען ער האט שוין געזאגט ער שרייבט נישט ווייטער ביז..

Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:47 am
דורך petergrifin
טאמבל סאס האט געשריבן:לעיקוואד, פאליש האט א opening פאר דיר.


זייט ווען ביזטו דער גרויסע מאמין?

Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:26 am
דורך גראדעמעכעלע
געווען אמאל א הערליך פלאץ, געהייסן האט עס קאווע שטיבל, דארט פלעגן זיך ציזאמקומען קליגע אידן.... וכו' וכו'

האלטן מיר שוין כמעט דארט???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:36 am
דורך איך אויך
פארוואס זיין א רואה שחורות? ק''ש לעבט און לאכט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:39 am
דורך הוגה
[justify]עס איז געווען אמאל אן אסיפה פון אלע גדולי הרבנים והאדמורים אין אמעריקא בנוגע חינוך עצמאי. ווי געווענטליך איז די דעבאטע אנגעגאנגן צווישן די צוויי לייבן האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל און רבי אהרן קאטלר ז"ל, בשעת וואס די אנדערע גדולים זענען געזעצן שטיל איינגעמאכט אויף זייערע פלעצער. אינמיטן האט זיך די סאטמארער רב אויסגעדרוקט עפעס שארף בנוגע די מיינונג פון רבי איסר זלמן ז"ל. רבי אהרן האט זיך אויפגעשטעלט און האט שארף מוחה געווען אויף די כבוד פון זיין שווער. די סאטמארער רב האט געהאלטן אז מען קען אזוי נישט פירן קיין דעבאטע מיט מחאות און כבוד אינטערעסן, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגן. ווי נאר די סאטמארער רב איז ארויס, האט זיך די קלויזענבורגער רב ז"ל אויפגעזעצט אין זיין בענקל און האט זיך אנגערופן "שוין, יעצט קען מען רעדן". האט רבי אהרן צוריק געשריגן "אבער יעצט איז ניט דא מיט וועם צו רעדן!"

והנמשל מובן מאליו...


.[/justify]

Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:47 am
דורך גראדעמעכעלע
די אלע דעבאטעס לעצטענס איבער די גייסט און וואס מען מעג יא/נישט לאזן עפעס זייער א אומהיימליכע געפיל דא,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:55 am
דורך איך אויך
גערעכט ,אבער דער בורסקי פעלט זיך אויך אויס אויף דער וועלט. געב א קוק וויפיל מיליאנען בלעטער און דאקומענטען/קליפס/קאורט קעיסעס עס טוהט זיך אפ אין אמעריקע אליינס איבער יעדע קלייניקייט צו עס איז קאנסטיטוציענאל און לעגאל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:10 pm
דורך פליקער
א גיטן חשובה חברים

איך זעי אז איך מיז נעמען דאס ווארט דא איידער עס וועט שוין נישט זיין צו וועימען צו רעדן, עס זעיט מיר אויס אז אפילו איך פארשטיי נישט גענוי וואס מיין זינד איז געוועין, פארוואס [tag]לעיקוואד[/tag] האט זיך אזוי אויפגעריסן ווי אן אטאם באמבע, ער שרייט, ער פייט, ער זיכט נאך דעם שונא, ער קען אים נאך נישט געהעריג אינדענטיפיצירן, אבער דאס איז זיכער אז איך האב למעשה געהאט עפעס א יד, מיט מיין מעקן דעם חשובן וויכטיגע אינפארמירנדע תגובה ווי לעיקוואד מאכט פורים פונעם גבאי חודש סיסטעים און הנהלה, לקיים מה שנאמר פרידאם אוו ספיטטש, וויל איך דא פאלגענד זאגן וואס עס האט פאסירט מאחורי הפרגוד.

די מנהלים האבן מיר געבעיטן אז איך זאל מפייס זיין הניק החשוב לעיקוואד, איך האב זיך ג'עקשן'ט, איך האב ג'טענה'ט אז ער דארף מיך איבערבעיטן, הגם איך זעלבסט מיש שנעל אריבער א דף, איך וועל נישט שטיין און ווארטן אויף מחילה, אבער פארוואס זאל איך אים מפייס זיין ווער ער איז מיך מבזה ברבים איז געוועין מיין טענה, איך בין דאך נישטא על מנת לקבל פראסק.

אבער למעשה זעי איך איין אינעם ווייטן בליק פון די מנהלים החשיבים [tag]קעלנער[/tag] [tag]סדרן[/tag] שליט"א, אז זיי זענען געוועין גערעכט מיט זייער פארלאנג אפילו ווען איך האב עס בשעתו נישט פארשטאנען, איך וואלט וועין נישט געברויכט זיך עקשן'ן און מפייס זיין מיין ידיד לעיקוואד פארן זיך פארטשעפענען מיטנעם בעידן ריתחה, דעריבער וויט אwט פערדער עדא בעיט איך אים איבער ברבים, איך האפ אז דערמיט וועט זיין צארן זיך איינשטילן, און מיר קענען ציריק גיין צי ביזנעס עז יזיאל, וסימן לזה וועט זיין אויב לעיקוואד זאל זיך איבער קומען זיין צארן און לייקן די תגובה, דאן וועלן מיר אלע וויסן אז דאס גייט אריין בגדר את והב בסופה און מען קען יעדער ציריק גיין צי וועלכע חקירה אדער וויץ ער איז עוסק.

און ווען לעיקוואד וועט לייקן זאל אויך כוכב זיך ברעכן און לייקן כדי צי ווייזן אז אלעס איז בשלום און מיר קענען ווייטער זיין פארנימען פארוואס ער טוישט נישט זיין חתימה צי פה-סח סאגא.

און פארשטייצעך אז מי שראו אלו לקי ולא לק,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די אלע דעבאטעס לעצטענס איבער די גייסט און וואס מען מעג יא/נישט לאזן עפעס זייער א אומהיימליכע געפיל דא,


ס'פילט זיך ווי ווען די נייעס ווערט אליינס די נייעס. ס'איז אזוי ווי NBC דארף אליין באריכטן איבער די ברייען ווילאמס סקאנדל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:18 pm
דורך איש את רעהו
נישט ווארפן קיין טעפ ביטע

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:36 pm
דורך פליקער
ברוך השם זאכן ווערן פאזעטיוו

לעיקוואד האט געלייקט דאס ווערט אויסגעטייטש דורך מיר אז קיין טעפ גייען שוין נישט פליען

כוכב האט נאך דערווייל נישט געלייגט אבער א פינגער אפדריק האט ער געלאזט מיטן טוישן זיין חתימה אן עי ראש

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:59 pm
דורך יאיר
איך בין זיך מצרף צום בקשת מחילה פון לעיקוואוד אויף דעם וואס איך בין געשטאנען אין א זייט און נישט מוחה געווען אויף דעם שרעקליכן בזיון תלמיד חכם. מען בעט דער עולם זאל זיך משתתף זיין און אונטערשרייבן די פעטיציע.

Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:01 pm
דורך גראדעמעכעלע
יאיר האט געשריבן:איך בין זיך מצרף צום בקשת מחילה פון לעיקוואוד אויף דעם וואס איך בין געשטאנען אין א זייט און נישט מוחה געווען אויף דעם שרעקליכן בזיון תלמיד חכם. מען בעט דער עולם זאל זיך משתתף זיין און אונטערשרייבן די פעטיציע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:13 pm
דורך יאיר
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די אלע דעבאטעס לעצטענס איבער די גייסט און וואס מען מעג יא/נישט לאזן עפעס זייער א אומהיימליכע געפיל דא,

אדרבה, דאס איז א סימן אז מען רעכנט זיך מיט דעם מיינונג פון דעם ציבור און אז מען דערשטיקט נישט קיין פראטעסטן. מען לאזט אפילו פראטעסטירן ברבים פארוואס מען טאר נישט פראטעסטירן ברבים :lol:

Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:19 pm
דורך גראדעמעכעלע
זען אזויפיל מאל די ווארט פראטעסט, מאכט מיר נערוועז...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:20 pm
דורך יאיר
דאס איז דאך די גאנצע מטרה פון קאווע שטיבל: קריטיק און פראטעסט. אמאל קעגן זיך אמאל קעגן א צווייטער. אדרבה, ס'איז סאך א שענערע זאך צו זיין פארנומען מיט קריטיק אויף די אייגענע ד' אמות ווי צו קריטיקירן אנדערע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:25 pm
דורך גראדעמעכעלע
איך בין שוין פון די צווייטע דור בני קאווע שטיבל וואס איז אונטער די איינפלוס פון [tag]אבטולמוס[/tag]'ס שיטת הלמעשה,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:28 pm
דורך כוכב
פליקער האט טאקע נישט געהאט קיין רעכט צו מעקן. איך בין איך זיך מצרף צום בקשת מחילה, כלשון יאיר:
יאיר האט געשריבן:איך בין זיך מצרף צום בקשת מחילה פון לעיקוואוד אויף דעם וואס איך בין געשטאנען אין א זייט און נישט מוחה געווען אויף דעם שרעקליכן בזיון תלמיד חכם. מען בעט דער עולם זאל זיך משתתף זיין און אונטערשרייבן די פעטיציע.

Re: איבער קריטיק און דער גייסט פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:39 pm
דורך קינות גירושין
אין פאל מר. לעקוואד גייט, נעמט ער מיט זיך אלע זיינע מאמרים דא פארשריבן, אדער דאס בלייבט מיט אונז?