דע את עצמך: קען דיינע קארטן!
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 4:56 pm
5). דער סאפיסט גארגיאס האט געזאגט אז אויב איינער קען גוט די חכמה פון רעטאריק קען ער איבערעדן א צווייטן עכ״כ אז יענער האט ממש נישט קיין ברירה און בחירה אין טוהן וואס דער איבעררעדער וויל; עס איז אזוי ווי א דראג און אזוי ווי ווערן פיזיש געפירט דערצו. (א נייע געדאנק אין דאס שטארקייט פון לשון.) וע״ע כאן בנוגע די סאפיסטן וואס קען נוגע זיין אהער.
ענליך צו דעם אלעם האט סעקסטוס עמפּיריקוס אויך געזאגט אז מ׳קען בעצם מאכן טענות וואס זענען אייניג שטארק צו עני פון צוויי פארקערטע זייטן פון א נושא ווען מ׳טענה׳ט זיך דערויף.
מאנכע רעכענען גארגיאס ווי א נייהיליסט בנוגע עקזיסטענץ והמסתעף.
6). אין אפלטון׳ס יוטעדימוס טענה׳ן די צוויי סאפיסט ברודערס יוטעדימוס און דיאניסאדארוס (אין איינע פון זייערע ארגומענטן וואס אנהאלטן יא עפעס טיפערס) אז עס איז בעצם נישט מעגליך אז צוויי מענטשן זאלן זיך קריגן. דאס איז וויבאלד אויב איינער האלט אז עפעס איז שווארץ און די אנדערע אז עס איז ווייס, רעדט דאך איינע פון זיי איבער עפעס וואס עקזיסטירט נישט בעצם (אין די קאנטעקסט פון זייער מחלוקת). און אין אזא פאל זאגט דער מענטש גארנישט. דאס איז עפ״י מהלכו פון פּארמענידיס אז מ׳קען נישט רעדן איבער עפעס וואס עקזיסטירט (טאקע) נישט. טא, ווי אזוי איז שייך זיך צו טענה׳ן ווען איינע זאגט דאך גארנישט?
(ומענין לענין באותו ענין בזה.)