בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 2:44 pm
דורך משה פראגער
איז עס ריכטיג אז הרב רומפלער (מלפנים במאנסי) איז זייער אום אפציעל'ער פירער?
עס דרייט זיך עפעס ארום א קליפ פון א מצווה טאנץ בחצר אל קאעידה אנשי טאליבאן כת השאלים וואס זעהט אויס צוקער זיס, אויב איינער קען עס ארויפלייגען ייש"כ
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 4:33 pm
דורך משה פראגער
-'הרב פוקס - השאל הקדוש!' ב-YouTube -
https://youtu.be/QtPIMNQtPGs
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 4:37 pm
דורך משה פראגער
איך זעהה אז ר' מנדל פוקס פון עדה"ח איז אויך א שטיקעל טאליבאנער, ביי זיינס א דרשה רופט ער אן די שאל נישט וויינגער וי "די הייליגע שאל", כ'ווינדער זיך פשוט פון די קליין קעפיגקייט אין זיין טאליבאנישער גייסט.
אין סארי פאר די אויסדרוק אז עס עקעלט.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:41 pm
דורך געוואלדיג
איך קען נישט דעם ר' מענדל פוקס אבער עס איז מעגליך אז ער רעדט פון עפעס אנדערש, עס זענען דא זייער אסאך ירושלים'ער פרויען וואס טראגן א שאל אבער נישט אויפן געזיכט, ווי די יעניגע, נאר איבער די אקסל און אראפ, צו פארדעקן די פיגור, און עס איז מעגליך אז ער רעדט פון דעם.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:51 pm
דורך משה פראגער
ביי אונז איז דא א כלל ברזל אז כל המוסיף גורע,
לענ"ד בימינו אנו איז א שטיצע צו די גאנצע מושג פון שאל בגדר טאליבאנישקייט,
די פרויען פון כת השאלים מיט זייער שווארצע שטן אויסקוק האט זיך אויך נישט פארוויקעלט אין איין טאג, ערגעץ וי האט זיך דאס אנגהויבן מיט א משוגעת אין אזוי פארט דאס רעדל מיט די משוגעתן, ביז מווערט אינגאצען טאליבאניש הייליג משוגע צודרייט,
אזוי ארום אין שמועס האט @ברעסלעבער ארויפגעלייגט א הערליך שמועס פון הרב יואל ראטה בנוגע די עניין אז כל המוסיף גורע, אין די חינוך פון איינרעדען בחורים נישט צו שמירען דשעלי אויפן פיאות אדער נישט זיך צו שאורען מיט זייף אין מקווה וכדומה זענען יסודות פון פאנאטישקייט, וואס בסופו של דבר מאכט דאס חרוב אידישקייט.
Re: כת השאלים
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 6:16 pm
דורך חאצקעל שניידער
הער שוין אויף צו ניצען דאס ווארט טאליבאן אויף אחינו בני ישראל, האלסט זיי טוען עפעס ראנג קענסטו זאגן וואס דו האלסט איז ראנג,
זאגן טאליבאן איז וואו איך פארשטיי עס אן אפיקוסישע אויסדריק אויף יעדער וואס נעמט ערנסט זיין אמונה.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 7:43 pm
דורך משה פראגער
איך נעם נישט אוועק פון דיין גערעכטע פוינט אז דער וואס נעמט אויף זיין אמונה מיט ערענסטקייט איז אשרי חלקו, אין עס קומט זיך זיי נישט קיין טיטל פון טאליבאנער וכדומה, די נקודה איז דא אז די מושג וואס מזעהט ביי די כת השאלים האט כהוא זה נישט מיט קיין יידישקייט אדער אויפנעמען אמונה מיט א ערנסטקייט, נאר א אנשיקעניש פון שיגעון אויפן שענסטען אויסדרוק פון ווארט, בעסער געזאגט טאליבאנישקייט.
נשלח: מוצ"ש מאי 09, 2015 9:45 pm
דורך שבת אחים
כ׳קען עס ממש נישט גלייבן! ער רעדט טאקע פון די אראבישע פידזשאַמעס וואס קוקן אויס ווי דו קאָמעירשאָל שווארצע גארביטש בעיגס ??? , און ער רופט עס אן הייליג??? איז ער נישט קיין וויזניצער חסיד פון ר׳ ישראל׳טשע ? וואס כ׳גלייב (און כ׳האָף) אז זיי שטיצן נישט אזא נידערטרעכטיגע טאַליבאַנער misogynist בגד וואס איר איינציגסטע ציל איז אראפצוקלאַפן און דערנידערן די פרויען און די מענטשהייט !!! אומגלויבליך!!!
Re: כת השאלים
נשלח: מוצ"ש מאי 09, 2015 9:58 pm
דורך חאצקעל שניידער
ער רעדט ס״ה פון א שאל וואס האט אמקור אין הלכה.
נשלח: מוצ"ש מאי 09, 2015 10:17 pm
דורך שבת אחים
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ער רעדט ס״ה פון א שאל וואס האט אמקור אין הלכה.
וואס ? ווען ? ווי? וואסארא הלכה און קאפ אריין ? קיינער וווייסט נישט די הלכה נאר ז״ל פילאפ און מענדל פוקס ?
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 2:04 am
דורך נולד מאוחר
The truth of the matter is that, whether we like it or not, there are sources that are strong supports for the Taliban women, and there is no reason to deny that they exist.
seforim.blogspot.com/2012/06/taliban-women-and-more.html?m=1
זייער פאסיג פאר א געזעלשאפט אבסעסירט מיט נשים
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 2:38 am
דורך יואליש
וואס איז אזוי האר אויפשטעלענד? דאס איז די לאגישע מסקנה אין א געזעלשאפט וואס מעקט פנים'ער פון פיצל מיידלעך. אויב איז דאס בגדר אמור לנזיר סחור סחור, אדער קדושים תהיה, דאן על אחת כמה וכמה, ק"ו בן בנו של ק"ו, איז די אויסגעלאסענע פנים'ער און רייצענדע קערפערליכע געשטעל פון ערוואקסענע בתולות ומהוללות.
שאלים עליכם
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:04 am
דורך משה פראגער
כת השאלים.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:09 pm
דורך איך אויך
צניעות פאליציי?
Re: כת השאלים
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:51 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
מיין קליינע טאכטערל קומט צו לויפן צו מיר אין ווייזט מיר אן אויף אזא שווארץ געקליידט טאטי א מלאך קומט [emoji3]
Re: כת השאלים
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:11 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:47 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דאס איז נישט קיין מאן?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:40 pm
דורך שלמה המלך
ניין! עס איז א טרעקטאר וואס איז ארויס פון קאנטראל!