בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:23 pm
דורך Starbucks
יא, עס זענען דא מענטשן וואס זענען בטבע אכזריותדיג און זיי וועלן נוצן סיי וואס יענעם צו רודפן. גוט מארגן אמעריקע!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:50 pm
דורך town1
איז וואס קען מען טון אקעגן אזעלעכע שלעכטע בהמות
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 5:04 pm
דורך Starbucks
town1 האט געשריבן:איז וואס קען מען טון אקעגן אזעלעכע שלעכטע בהמות
1. שטיי ווייט פון אזעליכע חברה.
2. זיי מוחה ווען דו זעהסט אז זיי טוהן אן אומרעכט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 5:07 pm
דורך town1
דאנקע שיין פאר די הלכות
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 7:03 pm
דורך חאצקל
קרעקער האט געשריבן:דע אלע קאנטראלער פריקס ואס זענען ביזי מיט אנדערענס עבירות זענען גרויסע בעלי תאוה ובעלי עבירה זיי שטילען זייער געמיינע געוויסען פין זינד אין טומאה דורך טין אין קדושה און עסקנות ואס זיי רעדען זוך איין אז עס איז כבוד שמים
כהאב געהערט פין א ערליכע יוד אז סאיז סאך א גרעסערע אין געמיינערע תאוה קעיר צי נעמען אין קאנטראלען איינעם ואס איז דורכגעפאלען מיט א עבירה - ווי צי טין די עבירה זעלבזט
דער הכשרת אברכים (בעל החובת התלמודים) שרייבט אז ווען איינער רעדט פון יענעם'ס עברות, שמועסט ער בלויז אויס זיינע געווינטשענהע תאוות
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:59 pm
דורך חכם מחוכם
סאנסא??, איך געדענק נאך ווען די כלי האט זיך אריינגעריסן אין ישיבה און מיין ראש ישיבה האט אפגעשטעלט די ישיבה וועגן עפעס א נייע טמא’ נע כלי וואס האט זיך אריינגעריסן...... ער איז געווען ווייס ווי קאלעך ווען ער האט גערעדט דערפון...... עס האט גענומען א שטיק צייט ביז ווען ער האט זיך געכאפט אז דער עולם האלט שוין סאך ווייטער פון דעם, דעמאלטס האט ער זיך שוין געבענקט צום סאנסא
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:02 pm
דורך berlbalaguleh
אברעמעל האט געשריבן:ווי זעהסטו רבנים צו עסקנים,
א צעטיל אן א נאמען האט די זעלבע דין ווי א פאשקעוויל ..
און מיט חתימות (פון רבנים) האט עס דען יא א ווערד? ס'איז נישט מער ווי א פאשקעוויל מיט געפעלשטע חתימות אדער געצווינגענע פון מענטשן וואס ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:09 pm
דורך berlbalaguleh
נוי יארק האט געשריבן:איך מיין אז מען וואלט ווען געדארפט מאכן א כינוס פאר די אלע "שלעכטע מענטשן", און אינז פשוטי בני עם וועלן אויפטרעטען דארט...
זיי וועלן עס נישט צו לאזן ווייל ס'שמעקט מיט ציונות און אינטערנעט בעוה"ר.