בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:04 am
דורך הקטן
אייועלט ארויף אייוועלט אראפ.
וואו אזוי איז געווען דער שבת, איז איינער דארט געווען?
פארוועם האט מען דארט געקעטערט?
ווער שטייט אינטער דעם?

Re: שבת "קרבתנו"

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:58 am
דורך יעלה ויבא

Re: שבת "קרבתנו"

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:15 am
דורך יעלה ויבא

Re: שבת "קרבתנו"

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:17 am
דורך יעלה ויבא

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:55 am
דורך הוגה
[justify]זייער א זיסע געדאנק אבער עס איז נישט דער אמת. דער אמת איז אז עס איז גענוג צו דאווענען פאר וואס מ'דארף אין די אייגענע ווערטער. די סיבה פארוואס מ'דאווענט תפילות קבועות זענען פאר צוויי אנדערע סיבות.

אגב, די רעדנער איז ר' אריה רויד, א בעלזער חסיד פון מאנסי, די אנפירער פון פראדזשעקט אינספייער אין ראקלענד קאונטי און פון די מייסדים פון טרעוולינג חסידים. ער איז גאר א געשמאקע און תוכנ'דיגע איד.


.[/justify]

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:26 pm
דורך חכם עתיק
מיר האבן פארפאסט די שבת צוליב א שמחה. אפשר קען איינער איבערגעבן דעטאלן.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:50 am
דורך הקטן
הוגה האט געשריבן:[justify]ז די סיבה פארוואס מ'דאווענט תפילות קבועות זענען פאר צוויי אנדערע סיבות.
.[/justify]

הוגה ווייסט פין צוויי
ווער נאך וויל צילייגען?

Re: שבת "קרבתנו"

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:43 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
Updates please..?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:50 pm
דורך קאצקע ציקער
יעלה ויבא האט געשריבן:https://vimeo.com/127590704

מי זה?

Re: שבת "קרבתנו"

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:31 pm
דורך ירא שמים
ר׳ משה שטעסל (שטיסל) דומ״ץ בעלזא.

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 5:16 pm
דורך שמעקעדיג
קרבתנו פלאנט נאך א שבת פאר 2 וואכן נאך פסח.
אויב איימיצער האט מער אינפארמאציע, ביטע מיטטיילן... איך וויל וויסן צי עס איז כדאי פאר אזא יונגערמאן ווי מיר זיך צו באטייליגן...

איין שווערע אישו ליגט מיר אויפן געדאנק, נעמליך, די סארט שבתים קומען געווענליך באגלייט מיט מאסיווע מוצאי שבת פראגראמען בתופים ובמחולות, וואס טוט מען אום ספירה?
די ערשטע שבת פאריאר איז אויך געווען אין ספירה (שוין נאך ל"ג בעומר)

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 6:01 pm
דורך סמבטיון
קום שמעקי, וועסט הנאה האבן! איך גיי אויך אי"ה, איך וועל דיר שטארק מקרב זיין, זעה צו האלטן א גלאז קאווע אין דיין רעכטע הענט און די טעלערל אין די לינקע, אזוי וועל איך דיר גלייך דערקענען.

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 6:30 pm
דורך [NAMELESS]
אויף דעם קען מען זאגן אז ווען די פוסקים וואלטן נאר געוואוסט וואס פאר א שוואכע דור ס'וועט נאך זיין היינט, וואלטן זי קיינמאל נישט געאסר'ט צו הערן מוזיק (כדוגמת התעניתים)

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 8:02 pm
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל וויסן צי עס איז כדאי פאר אזא יונגערמאן ווי מיר זיך צו באטייליגן...


Please elaborate ... :האהא:

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 8:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הוגה האט געשריבן:[justify]זייער א זיסע געדאנק אבער עס איז נישט דער אמת. דער אמת איז אז עס איז גענוג צו דאווענען פאר וואס מ'דארף אין די אייגענע ווערטער. די סיבה פארוואס מ'דאווענט תפילות קבועות זענען פאר צוויי אנדערע סיבות.

אגב, די רעדנער איז ר' אריה רויד, א בעלזער חסיד פון מאנסי, די אנפירער פון פראדזשעקט אינספייער אין ראקלענד קאונטי און פון די מייסדים פון טרעוולינג חסידים. ער איז גאר א געשמאקע און תוכנ'דיגע איד.


.[/justify]


קודם, זיין מאנטשעסטער אקצענט איז ריזיג: He'll give it you און מ'לאזט אויס דער to. ער רעדט אבער פון בויך ארויס, אן א ראיה, און ווי הוגה זאגט איז טאקע ריכטיג. די תפלות וואס אונז דאווענען מיר זענען עבודת ה', א מהלך פון א קרבן, און אפילו איידער מ'האט פארמאליזירט די ברכות, האט עס געהאט א פארמאט פון יסדר אדם שבחו של מקום ואח"כ יתפלל וכדו'.

איך בין אבער נייגעריג צו דאס איז טאקע דער תוכן פון שבת וקרבתנו. דאס זוכט מען דארט? דאס איז דער חיזוק וואס ס'פעלט מענטשען אויס? אויב יא, איז צרות. אז מענטשען זענען אזוי שוואך, און דאס הייסט גאר 'חסידישע אידען', נישט עפעס בעלי תשובה פון דערווייטענס.

דער יונגערמאן איז א בעלזער חסיד, אבער גאנץ א שוואכע. ער איז אויפגעהאדעוועט מיט צוויי זיידעס פארברענטע מתנגדים, און זיין סביבה דארט אין מאנטשעסטער איז געווען גאנץ שוואך בעלז . א קליינעם שטיבעל (אין יענע יארען), מיט בעיקר נאך אזעלכע צוגעקומענער. ער האט נישט דער בעלזער שפראך, דער בעלזער\גאליציאנער וועג פון טראכטען און רעדען און איך קען מסתמא בעלזער לעגענדע'ס און גלויבונגען פיהל בעסער ווי איהם (אפשר וועגען דעם איז ער א בעלזער און איך נישט...). [tag]ירא שמים[/tag] האט נישט וואס צו שעמען פון איהם.