בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:25 pm
דורך חכם עתיק
נאך ווי האב איך איהם ליב.
ער איז מיר נישט געשטאנען אויפן קאפ האלב אזוי סאך ווי איך מוטשע מיינע קינדער
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 3:19 pm
דורך berlbalaguleh
פרייוויליג האט געשריבן:די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.
פרייוויליג:...אבער אדם הראשון'ס קינדער האבן
יא געהאט א טאטן...
איך האב א טעאריע אז אלע פרויען האבן א ביסל פון די זוהמת הנחש פון חוה... אבער דאס איז פאר א באזונדערע אשכול...

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 3:23 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.
פרייוויליג:...אבער אדם הראשון'ס קינדער האבן
יא געהאט א טאטן...
איך האב א טעאריע אז אלע פרויען האבן א ביסל פון די זוהמת הנחש פון חוה... אבער דאס איז פאר א באזונדערע אשכול...

איך ווייס שוין איצט וואס די תשובה פון געוויסע ניקס, ווי-ה--- און נאך אנדערע חכמי ה-אויפגעקלערטע וועט זיין. מ'דארף נישט מאכן קיין פאלל כדי אויסצוגעפונען די תשובה...!
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:33 pm
דורך קאווע טרינקער
מאטי האט געשריבן:ניין
סאו, ווען דיין טאטע גייט זיין אין שפיטאל וועסטו אים גיין באזוכען סתם אזוי, ווייל ס'פאסט, מה יאמרו הבריות, וכו',?
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:37 pm
דורך לית דין בר נש
ניין ער גייט גיין ווייל זיין טאטע איז געגאנגען מיט אים אין שפיטאל ווען ער איז גיוועהן א אינגל און ער האט אים געקויפט הויזן/שיך/גלעזער/הוט/רעקל/סנעק יעדע טאג אפילו ער האט אים נישט ליב געהאט.
Re: האסט ליב דיין טאטע?
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:38 pm
דורך מאטי
אזוי ווי חתונות און שבע ברכות'ן
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:59 pm
דורך געוואלדיג
געהערט אמאל אז נשים וואלטן עכט געדארפט הייסן נחשים נאר השי"ת האט זיך מרחם געווען אויף זיי

Re: האסט ליב דיין טאטע?
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 5:54 pm
דורך HotCoffee
קאווע טרינקער האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה
ער האט געצאלט דיין קאלעדזש? ער האט דיר געשיקט date'ן?
די סיבה פארוואס ער האט נישט באצאלט זיין קאלעדזש אדער נישט געשיקט date'ן איז מסתמא נאר ווייל קיינער טוט דאס נישט און ער וויל נישט זיין אנדערש פון א יעדעם - פאר זיין זינ'ס טובה, מ'זאל עם נישט ארויס ווארפן פון די "הייליגער מוסד".
דאס אליין איז א סיבה עם ליב צו האבן...
Re: האסט ליב דיין טאטע?
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 8:59 pm
דורך שמערל
berlbalaguleh האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.
פרייוויליג:...אבער אדם הראשון'ס קינדער האבן
יא געהאט א טאטן... [emoji38]
איך האב א טעאריע אז אלע פרויען האבן א ביסל פון די זוהמת הנחש פון חוה... אבער דאס איז פאר א באזונדערע אשכול...

איך ווייס שוין איצט וואס די תשובה פון געוויסע ניקס, ווי-ה--- און נאך אנדערע חכמי ה-אויפגעקלערטע וועט זיין. מ'דארף נישט מאכן קיין פאלל כדי אויסצוגעפונען די תשובה...!
בערל פארליר דיך נישט, די אויפגעקלערטע וועסטו שוין איינמאל קענען ענטפערן, א טאטע א מאלפע זאל מען נאך ליב האבן?
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:40 pm
דורך קאמענטירער
אז מ'טראכט אריין וועט מען באמערקען אז די צווישנשייד פון א ליבליכע טאטע און אזא טאטע וואס איז נישט אזוי באליבט - אפי' ער זאל טון אלעס וואס ער איז מחויב צו טוען) איז כחוט השערה, דהיינו די ליבליכע טאטע וועט טון וואס ער איז מחויב און מיט א שמיץ אריבער וועט זיין געדולדיג אפי' ווען ס'איז שווער, ער וועט צולייגן אביסעלע מחשבה/הארץ מיט וואס קען איך דעפרייען/סופרייזען דאס קינד, וואספארא קאמפלימענט קען איך אים געבן אא"וו, משא"כ די אנדערע סארט וועט טון "נאר" וואס ער איז מחויב ותו לא, דאס איבריגע איז ער שוין פארנומען מיט די טעלעפאן.
איז פאר א קינד זייער שווער ליעב צו האבען די טאטע וואס איז פונעם צווייטען סארט ווייל פ"וו יא, די טאטע האט אים אלעמאל געמאכט שפירן אז ער איז נישט ווי א טאטע פאר אים נאר בלית ברירה מוז ער אים האלטן אינדערהיים.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:19 am
דורך berlbalaguleh
קאמענטירער: מיין טאטע איז געווען פון די סארט וועלכע זענען נישט געווען פארנומען מיט די סעללפאונס. ווייל אין זיינע צייטן איז נאכנישט געווען קיין סעלפאונס. קוים טעלעפאנס וואס מ'דארף נישט צו האלטן מיט צוויי הענט...!
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:54 am
דורך קאווע טרינקער
אוקיי, לאמיר גיין א טריט ווייטער. איז מעגליך ליב צו האבן א מענטש וואס צוליב אים ביסטו געצווינגען צו טוהן זאכן וואס זענען דיר שווער?
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:24 am
דורך הקטן
למשל, איינער וואס איז אויפגעוואקסען און אן אינווייערמענט וואס ער קען נישט ארויס גיין פין שטוב א יעדער טאג איידער ער נעמט א שאער און שעוועד זיך?
אדער זיינע עלטערן ווילן ער זאל ראטן פאר די זעלבע בעס-באל טים וואו די משפחה?
אדער ער זאל גיין אין קאלידיש חאטש ער וויל נישט זיין קיין דאקטער?
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:23 pm
דורך פרייוויליג
קאווע טרינקער האט געשריבן:אוקיי, לאמיר גיין א טריט ווייטער. איז מעגליך ליב צו האבן א מענטש וואס צוליב אים ביסטו געצווינגען צו טוהן זאכן וואס זענען דיר שווער?
געווענדליך איז אזא מצב נאר שייך ווען א מענטש איז תחת כנפו אביו, די רגע וואס ער שווימט שוין אליין בביתו זע איך נישט וויאזוי א געצווינגשאפט קען צושטאנד קומען. ממילא פארשטיי איך נישט די קשיא.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:24 pm
דורך פרייוויליג
berlbalaguleh האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.
פרייוויליג:...אבער אדם הראשון'ס קינדער האבן
יא געהאט א טאטן...
איך האב א טעאריע אז אלע פרויען האבן א ביסל פון די זוהמת הנחש פון חוה... אבער דאס איז פאר א באזונדערע אשכול...

ומשום זה? זיי האבן נישט גע'ירש'נט די דזשינס פון זייער טאטע, ווייל אדם האט נישט געהאט קיין טאטע, דערפאר האבן עס אדם'ס אייניקליך נישט גע'ירש'נט עד סוף כל הדורות.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:24 pm
דורך ראש הישיבה
א טאטע האט מען נישט ליב ווייל..... א טאטע האט מען ליב נאטירלעך. עס קען זיין אפילו א טאטע וואס איז אביוסיב האט מען אויך ליב. יעדער ביאור פארוואס איינער האט ליב זיינע עלטערן זענען איבריג. ברא כרעחה דאביהו. די מציאות איז אז וויפיל מער וועלן אנטלויפן פון אונזערע עלטערן'ס נישט גוטע נאטורן, לויפט עס אונז נאך בכל מיני אופנים. מיר שפיגלען אפ אונזערע עלטערן אין כמעט יעדער הינזיכט פון אונזער לעבן.
זייער א סאך מאל איז דא א זאך וואס איז מכסה אויף די אהבה. במשך השנים איז געשעהן א ריס צווישן טאטע און זוהן, וואס האט גורם געווען אז זיי מיינען אז זיי האבן זיך נישט ליב. אבער דער מינוט וואס עס וועט געשעהן א זאך וואס וועט מגלה זיין וועט די אהבה ארויסקומען בכל התוקף. ולכן ווען מען וועט רופן א זוהן וואס איז צוקריגט מיט זיינע עלטערן אז זיין טאטע ליגט אויפן טויטן בעט, על פי רוב וועט ער קומען צולויפן און נישט אוועקרוקן פון די בעט.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:49 pm
דורך א איד
הקטן האט געשריבן:למשל, איינער וואס איז אויפגעוואקסען און אן אינווייערמענט וואס ער קען נישט ארויס גיין פין שטוב א יעדער טאג איידער ער נעמט א שאער און שעוועד זיך?
אדער זיינע עלטערן ווילן ער זאל ראטן פאר די זעלבע בעס-באל טים וואו די משפחה?
אדער ער זאל גיין אין קאלידיש חאטש ער וויל נישט זיין קיין דאקטער?
ביי יענע סארט ענווייראמענט, גייט פאר אסאך מער פראבלעמען צווישן עלטערן אין קינדער, ווי ביי אונז, וויפיל איך בין אינוואלווד אין אזוינע קעיסעס, און פרובירט צו העלפן.
עס קען זיין אז דאס איז די סיבה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:18 am
דורך הקטן
קאווע טרינקער האט געשריבן:אוקיי, לאמיר גיין א טריט ווייטער. איז מעגליך ליב צו האבן א מענטש וואס צוליב אים ביסטו געצווינגען צו טוהן זאכן וואס זענען דיר שווער?
א. אזאך וואס איז שווער מיינט נישט אז ס'איז נישט גיט.
ב. לויט וואו איך פארשטיי רעדט מען דא פין עדאלטס נישט פין קינדער - אן עדאלט דארף און קען נעמען ריספאנסעבילעטו פאר זיינע מעשים.
אויב איינער קען נישט זאגן פאר זיין טאטע ווען זיין טאטע הייסט אים עפעס וואס טויג נישט פאר אים "Thanks, but no thanks" איז אנשטאט בלעמין זיין טאטע זאל ער זיך לערנען ווערן אביסל מער עסערטיוו אדער מחליט זיין ער וויל טון וואס זיין טאטע וויל, ווייל ...
ג. און אסך פעלער ווען א מענטש
שפירט אז ער האט נישט קיין בחירה וועט ער בועט זיין אדער קיקען קרים אויף וואס ער פילט זיך געצווינגען.
איך האב חברים וואס א גאנצע טאג זענען זיי פארנימען האקן אויף די "סיסטעם" ווייל זיי זעען נישט דו בחירה און דעם.
ד. מעגליך ווען ער וואלט געשפירט אז ער האט א say וואלט ער ווען אנגעקימן צום זעלבן מסקנה וואו זיין טאטע - און דאס אויך ליעב געהאט. היינט וואס ער שפירט זיך געפארסט "פארשטייט" ער אז דאס איז נישט גוט.
דער אמת איז:
ריאלעטי איז וואס ריאלעטי איז!
א יעדער וועג האט זיין פראס ענד קאנס
דו קענסט בוחר זיין, למשל, צו גיין מיט דיין היט אין רעקעל - ווייל
די האסט אזוי בוחר געווען.
דו סיבה פין דיין בחירה? ווייל די ווילסט דיין טאטע ברענגן הנאה חאטש די וועסט צאלן די פרייז אז חבירים וועלן דיך נישט אנקיקען cool
אדער קענסטו בוחר זיין איך וויל זיין cool און איך בין גרייט צו צאלען די פרייס פין דו קאנסעקווענסן פין מיין בחירה
צו די פיצט יא די שיך צי נישט - א יעדער זאך האט א ריווארד און א פרייס
grow up and stop complaining הבחירה בידיך!
בלעמען א צווייטען איז קינדיש און נישט פראדאקטיוו
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:11 am
דורך שמעקעדיג
הקטן ביסט אביסל צו שארף,
דיין פוינט איז א שטארקע, אבער די אנדערע זייט איז נישט אינגאנצן אוועקצומאכן,
יעדע טאטע האט זאכן וואס ער לאזט נישט זיינע קינדער טון, ע"פ רוב מיינט ער דאס קינד'ס טובה (צי בזה צי בבא) און געווענליך אויף די זאכן בלייבט נישט קיין ווייטאג אינעם קינד ווייל פריער אדער שפעטער וועט דאס קינד איינזעהן אז דער טאטע איז געווען גערעכט, און ער אליינס וועט אויך נישט לאזן זיינע קינדער טון ככל העולה על רוחם און פירן א הפקר לעבן. אבער טאמער דער טאטע טוט פארבאטן דאס קינד זאכן צוליב זיין אייגענע טובה, אייגענע נאמען, באקוועמליכקייט אדער פשוט לשום פרו"מקייט, דאן קען בלייבן אין הארצן א ווייטאג לעולמי עד.
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:15 am
דורך הקטן
זיכער
קען בלייבן אין הארצן א ווייטאג די שאלה איז
מיז בלייבן.
רעדסטו פין עפעס וואס קימט נאך פאר יעצט אדער עפעס און די עבר?
אויב איז דאס אין די עבר וואלט איך נישט אריינגעגאנגען דא אין דעם - דאס דארף ווערן געטריטעט וואו אביאז
אויב אבער איז דאס עפעס וואס קימט פאר
יעצט איז די ערשטע זאך צי נעמען ריסבאנסעבילעטו אין נישט בלעמען קיין צווייטען
די שאלה איז געווען:
איז מעגליך ליב צו האבן א מענטש וואס צוליב אים ביסטו געצווינגען צו טוהן זאכן וואס זענען דיר שווער?
דאס זעט מיר אויס וואו דער עדאלט בלעמט א
צווייטען פאר
זיינע יעצטיגע מעשים
ווען דאס געשעט איז דאס א הארץ ווייטאג.
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:43 am
דורך יאיר
מענטשן האבן ליב זייער טאטע פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען האט ליב אנדערע מענטשן, דהיינו ווייל זיי האבן דיך ליב. יא, דיך אליין, נישט דיין בלאט גמרא אדער הוט און רעקל אדער נחת פאבריק. אויף ענגליש רופט זיך דאס אנקאנדישאנעל לאוו. בלשון חזל רופט זיך דאס אהבה שאינה תלויה בדבר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:01 am
דורך moshav zekeinim
יאיר,כשמך כן תהלתך, מיט איין ווארט האסטו באלאכטן די גאנצע נושא. לדעתי איז דאס דער יסוד און איך מיין אז יעדער ווארט אויסער דעם איז איבריג. ואידך זיל גמור
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:06 am
דורך moshav zekeinim
די פראגע איז נאר ווען ס'דא מיספארשטענדענישן אדער אגענדעס וואס שטייגן איבער די ליבשאפט.