בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:06 pm
דורך אפטעמיסט
גוט גוט...

געב ארויס אלס וואס דו ווייסט. אלעס.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:08 pm
דורך געוואלדיג
דערווייל דאס, איך זוך נישט צו געוואר ווערן וועגן יענעם און איך זוך נישט מען זאל געוואר ווערן וועגן מיר, אבער דורך די הודעות קען מען האבן עפעס א פראפיל וואו מען וואוינט און צו וועלעכע חסידות מען איז סימפאטיש, וועלעכע יארגאנג בערך, וכדו'.

נ.ב. אנטשולדיגט פארן זיך מישן אין די קישקעס.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:12 pm
דורך רוסישער
וויפל ניק'ס שרייבן אויך אויף אייוועלט?

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין מסתמא די איינציגסטע ליטוואק דא, די איינציגסטע וואס זיין משפחה רעדט נישט קיין ווארט אידיש, די איינציגסטע וואס עסט פיקעל''ס שבת שובה און זאגט ברוך שאמר פאר הודו. איך האב א שעוו''י ווענטיו''ר וואס לעבט אויף תפלות און סגולות און מיין קינדער טראגען געירשנט'ער קליידער פון זייערע פעטער'ס פון צוואנציג יאר צוריק. פאר מייז ניץ איך גיפט, נישט קיין שרעקעדיגע בילדער און אויף די ווענט פון מיין שטוב הענגען בילדער פון טויטע זיידע'ס מיט באבע'ס נישט גדולים וגדולות. איך ליין בעסער ענגליש אבער וואס ס'איז דא אויף אידיש טרעף איך נישט אויף ענגליש. ווען מיין טאטע ווייסט איך בין דא כאפ איך צוויי פראסקעס, אבער מיין מאמע וועט זיך נעמען ליינען (נאר ביז זי ווערט באור''ד, בערך צוואנציג סעקונדע'ס).
נאך איין זאך. איך בין א זכר.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 11:08 pm
דורך petergrifin
ס׳איז אמאל געװען דא נאך א ליטװאק. ער האט געהײסען ״הײמישע ליטװאק״.

נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:05 am
דורך חאצקעל שניידער
נא ליטוואק דיין אידיש איז צו היימיש, א רעגעלע עמעריקען ליטוואק ביסטו נישט,
און אויב כמעג פרעגן וואס איז דער פשט פון פון בודופעסט?

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:34 am
דורך שבת אחים
רוסישער אויב ביסטו טאקע פון די נקיי הדעת וואלט איך דיר געראטן זאלסט שנעל מאכן א יו טוירן און לויפן פון די מושב לצים דא אפשר זאלסטו גיין אויף קרעטשעמע דארט וועסטו זיכער נישט נכשיל ווערן אין יחוד ווייל ניטאמאל קיין מזומן איז דארט פארהאנען ,דאס ליצונת דא איז אריבער אלע גבולים און סאיז נישט געאייניגט פאר אזא ריינע נשמה ווי דיר , אפשר איז כדאי זאלסט אויספרובירן אייוועלט דארט וועסטו נישט פארפעלן קיין שום יארצייט פונעם שארש פארטקער ביזן הודו נאנשער מחותנ׳ס איר אייניקלס שוועסטער בזווג ראשון :lol:

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היימישע ליטוואק האט נישט געגעסען קיין פיקעל''ס שבת שובה, דאס איז גאנץ קלאר.
גערעכט, איך בין נישט קיין אמעריקאנער ליטוואק, איך בין נישט געבוירען צו אויפגעהאדעוועט אין אמעריקא, אבער א ליטוואק בין איך.
דאס בודאפעסטער קומט פון אן אלטע אבזערוואציע מיינער. מ'טרעפט אין דער ישיבה ציבור אן אינטרעסאנטע ערשיינונג. בחורים און יונגעלייט וואס זייער אפשטאם איז פון אונגארען אבער זיי זענען געווארען שטארק ישיביש. אפט גייען זיי נאכאלס בערד און גארטלעך, אבער זיי האלטען זיך ליטוויש און זיי רעדען אן עקסטרעמער שפראך. זיי קומען אן קיין בריסק און נעמען זיך מחמיר זיין אויף זייערע חומרות וכהנה. איך פלעג זיי אנרופען בריסקער'ס פון בודאפעסט. דא אין ק''ש איז דער מצב פארקערט. אז א ליטוואק רוקט זיך אן און גיבט דעות אויפ'ן חסידיש'ע געזעלשאפט איז דאס דער זעלבע וויץ.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:22 pm
דורך גנדי
איך בין חסידיש מיט א דגוש. איך דרייוו א מיני ווען מיט א VAS פלעיט. איך עס נישט זויער פיקעל שבת שובה ווייל איך האב מער ליעב גערקינס, און עס איז נישט זויער. איך בין נאך נישט א בן שישים אבער איך האב שוין איינגעקויפט די פאלשע ציין.

איך גיי פיאות אונטער די גלעזער, אבער מיינע קינדער גייען שוין מיט פיאות איבער די גלעזער.

מיין מאמע גייט א טורבאן. מיין ווייב טראגט א בענדענע. און שניר איז שטיקי אין א סנוד.

איך קראץ די רוקן אין מונקאטשע שוויץ. כאפ א קאפי און מירטל שיל. א שחרית און די שול נעבן בי ענד העיטש. לאנטש ביי מאצערעלע. מנחה ביים כותל. סופער פון DELI 52, מעריב אין ראדני. א שיעור אין דעש ביי ר' יוסף חיים. א ליל שישי טשולענט ביי VIP.

איך שער זיך אין פאפא ביי משולם. גאלא פון מאיר ברוך קאהן אין סיגעט. באבאגאנאש ביי דעם גער'ער אויף 18. א קאפעל ביי שאלאמאן אין מונקאטש. די נעגל שנייד איך אין ספינקא אויף קיעפ. ראגעלעך ביי תפארת. צו בארואיגן די ווייב פאר אהיים קומען שפעט ערב שבת ברענג איך איר בלומען פון סטעמס.

איך הער אויס קול מבשר. און איך באקום נחום'ס טעקסט אפדעיטס. מיינע קינדער האבן אן אבאמא פאון. אבער איך פלי ביזנעס קלעס מיט מיילס קיין מירון.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:32 pm
דורך שבת אחים
אלעס פארשטיי איך אבער וואס איז דאס א ״אבאמא פאון״?

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גוגע''ל עס. ס'איז אן אומזיסטע פאון וואס מ'באקומט אן קיין שום פלאג. דער ביזנעס זוכט עס צו פארטיילען.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:48 pm
דורך גנדי

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:00 pm
דורך גראדעמעכעלע
@שבת אחים, איך האב חששות אויף דיין אידישע אפשטאם,

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:26 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היימישע ליטוואק האט נישט געגעסען קיין פיקעל''ס שבת שובה, דאס איז גאנץ קלאר.
גערעכט, איך בין נישט קיין אמעריקאנער ליטוואק, איך בין נישט געבוירען צו אויפגעהאדעוועט אין אמעריקא, אבער א ליטוואק בין איך.
דאס בודאפעסטער קומט פון אן אלטע אבזערוואציע מיינער. מ'טרעפט אין דער ישיבה ציבור אן אינטרעסאנטע ערשיינונג. בחורים און יונגעלייט וואס זייער אפשטאם איז פון אונגארען אבער זיי זענען געווארען שטארק ישיביש. אפט גייען זיי נאכאלס בערד און גארטלעך, אבער זיי האלטען זיך ליטוויש און זיי רעדען אן עקסטרעמער שפראך. זיי קומען אן קיין בריסק און נעמען זיך מחמיר זיין אויף זייערע חומרות וכהנה. איך פלעג זיי אנרופען בריסקער'ס פון בודאפעסט. דא אין ק''ש איז דער מצב פארקערט. אז א ליטוואק רוקט זיך אן און גיבט דעות אויפ'ן חסידיש'ע געזעלשאפט איז דאס דער זעלבע וויץ.

איך האב געהאט א שכן (ער לעבט נאך עמו"ש. נאר איך האב אוועקגעמופט.) וואס איז געווען א ריכטיגער אונגארישער ליטוואק. א איד א תלמיד חכם און מחבר פון ספרים. אבער דאס אונגערישקייט האט זיך אראפגעליינט פון זיין צורה. טאמער האביך געהאט א ספק אויב ער איז אן אונגערישער האביך געזעהן זיין טאטנ'ס צורה הקדושה וואס האטציך אפגעליינט אלס אן אונגערישער באטשי וועלכער האט געשיקט זיינע זוהן אין ליטווישע ישיבות...!

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:30 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
[left]My head knocks against the stars.
My feet are on the hilltops.
My finger-tips are in the valleys and shores of universal life.
Down in the sounding foam of primal things I reach my hands and play with pebbles of destiny.
I have been to hell and back many times.
I know all about heaven, for I have talked with God.
I dabble in the blood and guts of the terrible.
I know the passionate seizure of beauty
And the marvelous rebellion of man at all signs reading "Keep Off."

My name is Truth and I am the most elusive captive in the universe.[/left]

Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו הייסט truth אדער מנחם אבראמאוויטש?
אויך מיר אן אמת, ווען זיין נאמען איז שוין אזוי פארדרייט!

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 5:36 pm
דורך א איד
איך בין א איד אז והן פון א איד א רעכטער אייניקל פון ביידע זייטן פון א איד.
איך בין א האלבע כולל אינגערמאן און א האלבע ארבעטס אינגערמאן.
מיין טאטע דאווענט שטייט און מיין מאמע שרייט הויעך.
מיין ווייב ארבעט שווער.
מיין שווער דריווט א קאר און מיין שוויגער מאכט פעצעי פאר שבת.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך טרינק נישט קאווע, אבער איך בין אין קאווע שטיבל אסאך.
איך עס נישט אסאך צוקער, אבער מיין ווייב רופט מיך "צוקער טאטע".
איך קויף נאר זאקן מיט איין לאך אריינצולייגן די פיס, אבער זיי האבן קינדער.
מיין מיני ווען האט אן עורה קלאון מאגענעט, אבער איך האב גארנישט געגעבן.
איך געב פאר חסד לאברהם אז אידן אין ארץ ישראל זאלן נישט ווערן עניים.
איך גיי מיט הויזן טראגער, ווייל די פאסיק איז אויסגעלאפן פון לעדער.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:21 pm
דורך איך אויך
אלעס שטימט ביז די חסד לאברהם. דו געבסט אסאך מער (און אפשר די גאנצע) אז היגע אידן זאלן נישט זיין עניים כידוע ליודעים.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:36 pm
דורך געוואלדיג
און יעצט איז געקומען די צייט פאר מיין גילוי

לא ארוך ולא גוץ ולא קטן ולא אלם ולא צחור ולא גיחור ולא חכם ולא טפש


דאס בין איך
יחי יחי יחי

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:15 pm
דורך שבת אחים
גראדעמעכעלע האט געשריבן:@שבת אחים, איך האב חששות אויף דיין אידישע אפשטאם,

ביסט גערעכט כ׳האב נישט די אידישע דזשין פון קארגשאפט און ארויס כאפן אומזיסט פעמפערס פון די יו דזשעי או, כ׳האב גראדע נאכגעקוקוט מיין יחוס און כהאב געזעהן אז איך בין א דירעקעטע אייניקל בן אחר בן פונעם מהרל פון פראג׳ס גולם , אפשר האט עס עפעס צו טוהן מיט דעם ?

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:01 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
פלעין יודיש האט געשריבן:
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:מסתמא מיינסטו צו זאגען, ביסט א רוסישער אדער א סקווערער, דאי לאו הכי וי איז שייך בימינו א מציאות פון א אנדרויגונוס וואס איז חציו שפחה חציו בן חורין?
כמעט ארויסגעפלויגען פון קאפ נאך איין אפשען, נטורי חרטא, דארט דרייען זיך אלע ממזרים.

שוין!!! קלילא האט זיך פארשאפט א פרישע ניק...

הייבט נישט אן צו זיין, דו ביסט א גיערעגער חושד בכשרים און די וועסט אויף דעם לוקה זיין פון מיך צוקלאפטע מיטן גאנצען קראפט,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:33 am
דורך פריעד באטשי
ארויפגעברענגט להנאת הציבור, ליינט און געבט א שמייכל :P .