בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:23 pm
דורך למדן
berlbalaguleh האט געשריבן:זאג נאר ר' קאך-לעפל: לאור דיין הערליכן פתיחת האשכול. ספעציעל דעם ערשטן פאראגראף. האלטסטו נאכאלץ פון דעם פאלשן, נארישן, וואנזיניגן און בייזוויליגן סלאגאן וועלכער איז אומדירעקט משבח די נאציס, ימח שמם וזכרם...והנה:..."די ציונים זענען ערגער פון די נאציס"... .הכותב בדמע ובלב נשבר ונדכה. אחד מן החבורה. ציוני נלהב ההולך בשיטת רביה"ק ה'בעל ויואל משה זי"ע...!
אז די ציונים זענען ווי די נאציס נעמען די סטמורים אפשר פון די פארטייען דארטן וואס שרייבן אלע איינער אויפן צווייטן נאצי און סטמר נעמט דאך אייביג אהן ככל השיטות לחומרא....
כ''ז בדר''א
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:07 am
דורך יואב
קאך_לעפל האט געשריבן:יואב האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:
יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....
מיט דעם נאר מיינסטו "רעבארן"?( קרעדיט: בר דעת)
כ'האב דיך שוין אמאל געזאגט: דיינע טענות אויף די רע-בנים זענען זייער גערעכט. דו האסט אבער מודה געווען צו מיר אז עם כל זה וועסטו רעבארן נישט איינטוישן מיט קיינעם. חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים, און דיינע אשכולות איבער רבנים זענען ווערדלאז.
viewtopic.php?p=253178#p253178
אדוני יואב ביזטו מודה אין דער פונקט וואס איך האב געשריבען? יא אדער ניין?
די ווילסט דיך נעמען אצינד צו מיר פראזענדליך און פארדרייען דעם אשכול אדש אז אלע לעצטע איבלען וואס האבן לעצטענס פארפלייצט דעם שטיבל וועלן מאכן פון דעם אשכול א חורבן? בעהט איך דיר טוה עס נישט, קום אריבער אין צימעס עפען אויף אן אשכול און מיר וועלן האבן א שיינער פארמעסט. בסדר?
איך טרעט נישט איבער דעם שוועל פון צימעס אזוי גרויס ווי די שמיטה איז. וואס איז שייך דעבאטע? האסט מיך קלאר מודה אין יענעם אשכול אז אלעס שטעלט זיך אפ ביי דיין רבי'ן און דו וועסט אים בשום אופן איבערלאזן אפילו אויב דאס זאל זיין אומגערעכט קעגן דיין אייגענער שיטה. דאס שליסט איין די אלע קורופציע און שיגעון און נאך אפילו מער. איז וואס ביזטו מיר געווארן דא א גאנצע מוסר זאגער און רבנים האקער. חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים.
צי איך האלט אז דו ביזט גערעכט מיט דעם עצם תוכן פונעם ארטיקל? יא, זיכער איבער דעם היינטיגן מצב און דערפאר האב איך דאס טאקע געלייקט.( וואס ווייס איך פון דעם אזויגערופענעם צדקות פון אמאל. סאונדס בעלוני.)
ס'האט אבער יענץ פנים. שטעל דיך פאר א מאלעסטער שטעלט זיך אויף האלטן א פלאמפייערדיגע דרשה אנטקעגן מאלעסטעישאן. ער דערקלערט קריג קעגן זיי, קעגן די וועלכע טאלערירן זיי אא"וו, איז ער דען נישט גערעכט? אוודאי איז ער גערעכט. ס'קומט זיך אים אבער אזא שטויס פון הינטן אדער אפשר טאקע דוקא פון פארענט. ביזט עוסק אין חזעריי? שווייג כאטש. בארעדסט דאך דיך אליינס. ווילסט נאכטאנצן דיין רבי'ן מיט אלע משוגעת'ן און שרייבן אשכולות איבער זיינע פראפאגאנדע, פיין און וואויל. דו מאכסט אבער לצנות פונעם עולם און פון דיר אליינס.
ואפעפ"כ האלט איך אז אויב דו ווילסט זאלסטו ווייטער שרייבן. ערשטנס ווייל יעדער מעג שרייבן וואס דער העק ער וויל; והשנית ווייל דו זאגסט דאך זייער גוט. הן די נקודות ווי אויך דיין רייכער פעדער. קיפ אפ, זאל מען אזוי לאנג מישן מיט דעם קאך לעפל אז ס'זאל שוין מקוים ווערן דעם נמשל פון קריעת ים סוף מיט די מצרים.
בד"וו, פאר דו כאפסט זיך ארויף אויף דעם צוגלייך צו מאלעסטעישאן, כ'האב דיך חלילה באשולדיגט דערין אדער געזאגט אז ס'איז ממש די זעלבע זאך. כ'האב דאס נאר גענוצט לסבר את האוזן, און כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.
איך שלאף שוין, א גוטע נאכט.
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:52 am
דורך קאך_לעפל
ווי געזאגט די פרעגסט א גוטע קישה אויף וואס איך האב א תירץ, אבער אשכול איז נישט געאייגענט דערפאר, צוליב פארשידענע ניקים גייען רעגירן מיט תגיבות, וואס עס וועט גורם זיין אז דער אשכול וועט אנקומען אין ציימעס, און איך ווייס דאך וואס פאר א אריסטאקראט די ביזט, און ווי פיינט די האסט צימעס...
אין צימעס ווילסטו נישט אריין טרעטען, נא וואס קען איך דיר העלפען?? דעריבער לאז געמאכט און רוה דיך גוט אויס
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 11:59 am
דורך יואב
קאך_לעפל האט געשריבן:ווי געזאגט די פרעגסט א גוטע קישה אויף וואס איך האב א תירץ, אבער אשכול איז נישט געאייגענט דערפאר, צוליב פארשידענע ניקים גייען רעגירן מיט תגיבות, וואס עס וועט גורם זיין אז דער אשכול וועט אנקומען אין ציימעס, און איך ווייס דאך וואס פאר א אריסטאקראט די ביזט, און ווי פיינט די האסט צימעס...
אין צימעס ווילסטו נישט אריין טרעטען, נא וואס קען איך דיר העלפען?? דעריבער לאז געמאכט און רוה דיך גוט אויס
אויב האלסטו אז ס'איז שייך צו דעבאטירן, קום איך געזונטערהייט אריין קיין צימעס – מיט א באגרעניצטער צייט אבער.
די סיבה פארוואס איך גיי נישט דארט אריין איז נישט מחמת קנאות, פשוט אלס באקוועמליכקייט.
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 12:51 pm
דורך קאך_לעפל
בסדר איך גיי אצינד עפענען אן אשכול אין צימעס, מיטן נאמען "רבנים vs קארופציע", וועל מיר דארטן זעהן בסדר?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:31 am
דורך ציבעלע-קיגל
וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
אפשר אמאהל געהאט, היינט זיכער נישט!
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:39 am
דורך HotCoffee
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
אפשר אמאהל געהאט, היינט זיכער נישט!
אמאל אויך נישט.
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:42 am
דורך גרויסע מענטשעלע
HotCoffee האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
אפשר אמאהל געהאט, היינט זיכער נישט!
אמאל אויך נישט.
וואס הייסט ביי דיר קדושה ?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:42 am
דורך קאך_לעפל
חז''ל זאגן אין מס' שבת, שמונים שנה לפני חורבן בית שני, הוסיפו וגזרו על אויר ארץ העמים, שאף תרומה הנכנסת לחלל אוירה תהיה תלויה.
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:42 am
דורך HotCoffee
הייליגקייט
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:51 am
דורך קאך_לעפל
הייליג מיט וואס? ווי אזוי ווערט א שטאט הייליג? דארט דרייען זיך גוים מיט גויטעס? יא! הינט אויף 4 פוס? יא! הינט אויף צוויי פוס?יא! אלזא מיט וואס איז עס הייליג ווייל חולה צימעקלאטץ מיט שטויב-היט קלאר צאפן דאס בלוט פאר די מענשטהייט? אדער גאר ווייל ר' זלמן הגדול וואוינט דארט? וואס?
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:17 pm
דורך HotCoffee
האסט געפרעגט וואס מיינט קדושה, כהאב געענטפערט הייליגקייט.
איך האב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז הייליג. קוק מין תגובה וואס כ'האב געשריבן פאר דעם.
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:20 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
HotCoffee האט געשריבן:הייליגקייט
א שטאט ווערט נישט אויס הייליג ווען סאיז דא שטערונגען ווי למשל גוים דרייען זיך דארט א.ד.ג.
איז אזוי א אידישער ישוב האט א הייליגקייט סשיין סאיז אידישליך.
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:28 pm
דורך HotCoffee
HotCoffee האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
אפשר אמאהל געהאט, היינט זיכער נישט!
אמאל אויך נישט.
ס'איז קיינמאל נישט געווען הייליג, סאו סקען נישט ווערן אויס הייליג.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:40 pm
דורך הק זעמל
די סיבה פארוואס די ברוינפען אלד ווילימסבורג הייסט אזוי איז ווייל ס'איז אזוי ווי וויליאמסבורג ס'אלט, ס'שטינקט, ס'איז טייער, מ'בלייבט מיט א נאך טעם, אבער דאך קויפט מען עס!!
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
צו עס האט א קדושה ? ליסען - הער . אויב גייט מען מיט די הנחה און שיטה אז עס איז שייך "קודשה לשעתה" און עס קענען קומען זרים און מחלל זיין דאן האסטו די ענטפער !
עס מיז אבער זיין דרויסענדיגע וואס מעגן דאס פסק'נען ווייל די וואס וואוינען אין איר זענען משוחד ופסול לעדות..
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 2:18 pm
דורך Milk shake
האט דען נישט יעדע אידישע שטאט א קדושה? געוויס יא! יעדע שטאט ווי מ'איז מקיים תומ"צ האט א שטארקע קדושה, נאו קוועסטשען. בארא פארק האט אויך, פלעטבוש אויך, און אפילו סידערהוירסט אויך.
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 2:31 pm
דורך HotCoffee
אה, דעמאלטס וואס דען רופן די סאטמורים די הייליגע לאנד ארץ ישראל "די מדינה הטמאה"?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 2:42 pm
דורך Milk shake
דאס דארפסטו אנפרעגן ביי די וואס רופן אזוי אן די הייליג לאנד, איך גלייב זיי רופן נאר אן אזוי די רעגירונג דארטן, נישט די ערד.
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:40 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
וויליאמסבורג קען שוין נישט זיין הייליג. איך האב געזעהן אויף שי קול קוראס אז די ארטיסטען האבען עס שוין מטמא געווען