בלאט 2 פון 4

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 6:21 pm
דורך moshav zekeinim
וואס איז אין דיין לעקסיקאן "א זינגער"?

און ווער איז דער ..... וואס איז יא א זינגער נאר קען נישט מאכן קיין סידיס? עס איז לכאורא נישט לשון הרע, נאר א מיינונג אויף א פראדוקט.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 7:19 pm
דורך קוקה קולה...
טוה מיר א טובה קיינער גייט אפילו בטעות נישט נעמען מרדכי דוד עסטרייכער פאר א חתונה ניטאמאל פאר א שבע ברכות אפי׳ ער גארגלט זיך ווען ער איז מספיד די עלטער זיידעס--בנוגע...עס איז דא זייער אסאך למשל כלל פון שימי ענגל איז דא שיינע ניגונים אבער גרויליג געזונגען די זעלבע מיט א קומזיץ מיט ממזרים -נאר דער אייבישטער קען העלפן פון יואלי פאלקאוויטש אא"וו--איך האב געמיינט ארויסצוברענגען די איידיע אז אפילו סתם א מענטש אויב ספאלט איהם ביי א גוטע ניגון קען עס זיין צום דבר!!

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 6:19 pm
דורך דור האחרון
דער ניגון לא איש דברים אנוכי איז א מוירדיגע חיזוק ניגון.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 6:27 pm
דורך נאטירליך
די ניגון פון די בלינדע מאמע איז אזוי גוט דאס הארץ קען צוגיין.
ער ברענגט אזוי גוט ארויס די פילינגס פון ביידע אז עס קען נישט זיין בעסער, די קינד פון איר זייט און די מאמע פון איר זייט, קיינער איז נישט אומגערעכט אבער אזויפיל צער פון ביידע זייטן.
איך מיין ער האט דאס גענומען פון דעם אשכול "צו האסטו ליעב דיין טאטע?"

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 6:29 pm
דורך ל.רוזן
אויף קול מבשר זאגט ער אז ער האט אליין געמאכט די מעשה פון די בלינדע מעשה

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 7:12 pm
דורך סלינקי
נישט ממש אליין געמאכט נאר ער האט געלייענט די מעשה ארגינעל מיט א מאן און ווייב און ער האט עס געטוישט צו א מאמע און טאכטער ווייל ער פילט אז ס'איז מער הארציג און סאיז ממילא נאר א משל.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 7:22 pm
דורך ישמעאל הכהן
סלינקי האט געשריבן:נישט ממש אליין געמאכט נאר ער האט געלייענט די מעשה ארגינעל מיט א מאן און ווייב און ער האט עס געטוישט צו א מאמע און טאכטער ווייל ער פילט אז ס'איז מער הארציג און סאיז ממילא נאר א משל.

ער זאגט אויפן סידי אדער אויפן סידי צעטל אז ס'איז נאר א משל?

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 7:58 pm
דורך סלינקי
אויף קול מבשר אינטערוויא 1225

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:39 pm
דורך יענער פויגעל
מיר האט זייער שטארק געכאפט די בכל צער וצער ניגון

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:13 pm
דורך ל.רוזן
ל.רוזן האט געשריבן:אויף קול מבשר זאגט ער אז ער האט אליין געמאכט די מעשה פון די בלינדע מעשה

https://vimeo.com/129621914
אינאערסאנט אויף דעי ווידיא שטייט true story, נאר מיט א יונגעל נישט א מיידעל, קען זיין אז ער האט געטוישט דעי פרט

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:19 am
דורך נולד מאוחר
דאס קינדס אויפפירונג איז ווייט נישט ווי א רוב קינדער וואלטן זוך אויפגעפירט. כמיין אז מקען נישט טרענספלענטן אן אויג.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 9:46 am
דורך יענער פויגעל
די מעשה גלייבט זיך שווער אז סאיז אמת

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:48 am
דורך לית דין בר נש
איך האב נאכנישט גיהערט די סידי אבער די מעשה מיט די בלינדע מאמע וואס מען רעדט דא מיינט מען דער מעשה?
היט אפ מיינע..

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:52 am
דורך ברסלבער
דערווייל איז נאכנישט דא אזא מציאות ווי אן אויג טרענספלענט, און עס זעט נישט אויס אז עס וועט זיין אזא זאך אזוי שנעל.
דער ניגון איז אבער נאך אלץ זייער הארציג אראפגעלייגט, און די אנדערע ניגונים אויפ'ן סידי זענען אויך זייער שיין.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:13 pm
דורך Kool man
די פרייליכסטע און לעבעדיקסטע ניגון אויף די סי די איז די טאן פון וואס טוסטו אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, ס'איז אזא ראק ניגון, וואס וועט לכאורה ווערען אויפגעכאפט אלץ הורא ניגון ביי חתונות.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 5:34 pm
דורך שמעקעדיג
גארנישט מיט מאטי, אבער די מעשה פון די מאמע מיטן אויג האב איך שוין אזויפיל מאל געזעהן און געלייענט, בין איך דער איינציגסטער צו באמערקן אז דער משל פון נמשל איז כרחוק מזרח ממערב? אבי געשאסן א משל.
אפשר א נייע אשכול פאר דעם.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 6:08 pm
דורך בעל מדות
הערליכע סידי, הערליכע ניגונים, הערליכע גראמען, קריעטיוועטי אויפן העכסטן סטאנדארט, די אידישע מוזיק מארקעט האט מיט וואס צו שטאלצירן, גענימען אסאך גוטע נקודות און חיזוק צו הנאה האבן פונעם נאטור.
מאטי ביזט איינס אין די וועלט, איך האף מען צייגט דיר אהן דא דעם אשכול!

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:28 am
דורך שאולדיספריםפאקער
גאר א הערליכער סידי מאטי האסט אונז נישט אנטוישט דאס איז געוועהן די סידי פארוואס עס האט זיך געלוינט צו ווארטן
יעדע ניגון באזונדער איז הערליך און ארטיסטיש

מיינע וועיוואריטס זענען
לא איש
חתם סופר ניגון
גראמען
איך בין מיט דיר

Re: מחשבות - מאטי אילאוויטש

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 8:08 pm
דורך מרדכי
איך זיץ דא אין קאר מיט מיין פיהר יעריג אינגל אין ער הערט נישט אויף צו פרעגן קשיות.

פארוואס איז יצחק צוגעבינדן?
פארוואס איז די טויט מעסער אויפן האלז?
היינט איז די לעצטע טאג?
פארוואס וויינט ער?
פארוואס וויינט זי?
און אזוי ווייטער.

וואס דארף איך איהם צו ענטפערן?

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:23 pm
דורך לך לך
זאג איהם אז די גאנצע סידי איז א משל.. אויף די גלות..
וועגן דעם וויינט מען

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 10:21 pm
דורך Big Boy
I'm not a big music expert, but I loved the CD. I disagree with those that say he should’ve given a nimshel for the song with the eyes. There are many points you can take out from this song so why should he point you in one direction? Let everyone go in his/ her direction. Whatever touches their heart.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 10:27 pm
דורך וכדומה..
איך מיין די סיבה איז אז די נמשל איז אביסעל צו שטרענג - מוסר'דיג, און ער פילט זיך נישט קאמפטערבעל צו זאגן שטרענגע מוסר פאר דעם עולם,

דער ניגון,אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, האט מיר געברענגט טרערן

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 10:33 pm
דורך Big Boy
וכדומה.. האט געשריבן:איך מיין די סיבה איז אז די נמשל איז אביסעל צו שטרענג - מוסר'דיג, און ער פילט זיך נישט קאמפטערבעל צו זאגן שטרענגע מוסר פאר דעם עולם,

דער ניגון,אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, האט מיר געברענגט טרערן



I thought the music was too jazzy and the words too humorous for such a serious subject.