בלאט 2 פון 9

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:51 pm
דורך הק זעמל
איך אויך האט געשריבן:איך קען נאר רעדן פאר מיר אליינס און איך האב זייער ליב אוטענטישע היסטאריע.
---------------
אינטרעסאנט ווי פון 'שמואל שלמה טעלער' איז צוגעקומען א הרב מיט שליט''א.

זיין הרב האט גארנישט מיט זיין הוסטוריה ער איז א איינגשטעלטע און ישובה

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:57 pm
דורך הק זעמל
פאר צוויי יאר צירוק האט ער געשריבען און בלאט א פארזעצונג מיט די נאמען "איז די חוב טאקע אזוי קדש"

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:07 pm
דורך קאסטנער
געהערט אמאל פינעם איש פלא הרב יצחק לעבאוויטש מוואדריטש אז די מערסטע פארשטייט ער נישט דעם טעלער, מילא אנדערע אין זיין פארטיי האבן נישט די שכל אליין צי טראכטן אין וואס זיי הערן אין מקווה דאס זאגן זיי איבער אין אויף דעם זענען זיי גרייט זיך ארום צי שלאגן ווייל ער איז פשוט נישט קליגער פין דעם אבער טעלער האט דאך יא עפעס שכל אין ווייסט אז זיינע אויפגעבלאזענע דרשות זענען אלעס הבל ורוק פריער געבאקן געווארן, ער ווייסט דאך יא ווער די פארשוינען פין וועם ער רעד ביי זיינע דרשות זענען אין מיט דעם אלעם שטעלט ער זיך אויף דרשענען אין איינבאקן זיינע געבעקס פאר הינדערעטער אידן ! אין ניטאמאל שיסט ער אויס אין א געלעכטער אינדערמיט ..

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:19 pm
דורך יואליש
הק זעמל האט געשריבן:פאר צוויי יאר צירוק האט ער געשריבען און בלאט א פארזעצונג מיט די נאמען "איז די חוב טאקע אזוי קדש"


נאכגעשריבן מקאטאוויץ ועד ה' באייר

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:20 pm
דורך איך אויך
און באשמיצט דער טשעבינער רב באופן נבזה.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:01 pm
דורך יאסל ראקאווער
@יידל האט צענומען די שרייבערע פון טעללער אין די אוצרות אויף קליין געלט, און א תגובה וואס איך האב שוין איבער געליינט במשך הימים עטליכע מאל. בוקמארק די תגובה און ליינט עס איבער ווילאנג אלע ענקערע שאלות אויף טעללער ווערט פאר ענטפערט...
viewtopic.php?p=65416

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט צו @בערל ליינט די בלאט. אבער טאמער יא גייט קומען אפאר זאפטיגע תגובות וכינויים אנטקעגן טעלער-ברעכן'ס סילופים

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:14 pm
דורך קאך_לעפל
דער אשכול איז ריכטיגער קידוש ה'.....
עס צייגט שוין ארויס צום טויזענטסטן מאל, אז דאס וואס אבותינו ורבתינו הק האבן אונז געלערענט, אז מען דארף זיך דערווייטערען פון מענטשען מיט פסולע (אדער געמאכטע פסולע) מחשבות....כמחוי קשת איז גארנישט איבערגעטריבען, אפשר נאך אפי' אונטערגעשאצט..

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:19 pm
דורך הק זעמל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:@יידל האט צענומען די שרייבערע פון טעללער אין די אוצרות אויף קליין געלט, און א תגובה וואס איך האב שוין איבער געליינט במשך הימים עטליכע מאל. בוקמארק די תגובה און ליינט עס איבער ווילאנג אלע ענקערע שאלות אויף טעללער ווערט פאר ענטפערט...
viewtopic.php?p=65416

דארט רעדט ער פון וואלף אהרן טעללער איז ער שמואל שלמה?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
הק זעמל האט געשריבן:שמואל שלמה טעללער א סאטמארע יונגערמאן מיט אסאך טאלאנטען קודם איז ער א שרייבער און בלאט אוצרת ווי ער איז באוויסט מיט זיין פען נאמען ששט, ער איז א מגיד שיעור, און איז אויך פון די יועצים ביים רבין מהר"א א גרויסע היסטריקה און אלעס וואס בארירט סאטמאר ער געט א שיעור יעדער מוצשב"ק און היסטוריה וואס ווערט אויסגעהערט דורך טויזענטע אריינרופער אויף קול סאטמאר.
ווער סהאט מער אינפא ביטע מיטטיילען

איך האב שוין טאקע געזעהן די ראשי תיבות שש"ט אין בלאט. איך האב אייביג געמיינט אז ס'מאכט..."שרה שאשא טייטלבוים"...!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פון ר' שמואל שלמה טעלער - (ברעכן'ס) ארטיקלען קען מען מיינען אז רב שטיינמאן שליט"א מיט דער בעלזער מנהיג זענען 2 טוילעט פלאנדזשערס וואס פרובירן אראפ צו פלאשן דעם גאנצן אידישן פאלק די שלש מאות אשר לא קרעו ...

לויט זיינע באשרייבונגען קענמען מיינען אז הרב שטיינמאן שליט"א, ה' יאריך ימיו ושנותיו גייט מיט קורצע הויזן און שפילט פוטבאלל...!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:27 pm
דורך הק זעמל
רבתי פארוואס איז מען סטאק ביי זיינע באמערקונגען און היסטוריע ?
עס איז דא אסאך צו רעדן פון אים ווי נמשל ער איז פון די גאר נאנטע ראטגעבער ביי מהר"א

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:פארוואס האט ער דען נישט קיין רעכט צו זאגן און האלטן ווי זיין רבי פון וועם ער האט גענומען די אלע מימרות וואס ער זאגט

מען מיז זיין ממש א רשע נאכצוזאגן די דעה פון זיין רבי??

ניין. נאר צו מאכן פון אנד'ערע גדולים וצדיקים כאילו זיי זענען כעפרא דארעא, אויף דעם איז ער א רשע און א שייגעץ, איכ'ל באלד נוצן די אלע לשונות פון זיין רוחניות'דיגן רעבין סענדער דער דייטש, שר"י ימ"ש עפ"ל, וכו' וכו'. די נעמען וואס זיי די רשעים ארורים האבן גענוצט אויף אלע גדולי ישראל...ה' יצילנו מהם ומהמונם...!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 pm
דורך berlbalaguleh
הק זעמל האט געשריבן:רבתי פארוואס איז מען סטאק ביי זיינע באמערקונגען און היסטוריע ?
עס איז דא אסאך צו רעדן פון אים ווי נמשל ער איז פון די גאר נאנטע ראטגעבער ביי מהר"א

פארדעם האט טאקע מהר"א לעצטנס אזא פנים. ווייל ער איז פון זיינע נאנטע ראטגעבער...!
אין אנהייב פלעגט ער רעדן און מאכן סטעיטמענטס בטוב טעם ודעת. אבער לעצטנס וויל ער זיין פויפסטליכער ווי דער פויפסט אליינס. ער האט מורא אז די צד מהרז"ל וועלן איהם באשולדיגן אז ער האט זיך אפגעלאזט פון די מלחמה לה' בעמלק. פון לוחם זיין קעגן די ציונים. והא ראיה ער איז געווארן בשלום מיט חב"ד און קלויזנבורג......!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:34 pm
דורך הק זעמל
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פון ר' שמואל שלמה טעלער - (ברעכן'ס) ארטיקלען קען מען מיינען אז רב שטיינמאן שליט"א מיט דער בעלזער מנהיג זענען 2 טוילעט פלאנדזשערס וואס פרובירן אראפ צו פלאשן דעם גאנצן אידישן פאלק די שלש מאות אשר לא קרעו ...

לויט זיינע באשרייבונגען קענמען מיינען אז הרב שטיינמאן שליט"א, ה' יאריך ימיו ושנותיו גייט מיט קורצע הויזן און שפילט פוטבאלל...!

איך ווייס נישט צו ער גייט מיט קורצע הויזן אדער שפליען פוטבאלל אבער סאטמאר האט זיכער גוטע טענות אויף די צוויי

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:36 pm
דורך הק זעמל
berlbalaguleh האט געשריבן:
הק זעמל האט געשריבן:רבתי פארוואס איז מען סטאק ביי זיינע באמערקונגען און היסטוריע ?
עס איז דא אסאך צו רעדן פון אים ווי נמשל ער איז פון די גאר נאנטע ראטגעבער ביי מהר"א

פארדעם האט טאקע מהר"א לעצטנס אזא פנים. ווייל ער איז פון זיינע נאנטע ראטגעבער...!
אין אנהייב פלעגט ער רעדן און מאכן סטעיטמענטס בטוב טעם ודעת. אבער לעצטנס וויל ער זיין פויפסטליכער ווי דער פויפסט אליינס. ער האט מורא אז די צד מהרז"ל וועלן איהם באשולדיגן אז ער האט זיך אפגעלאזט פון די מלחמה לה' בעמלק. פון לוחם זיין קעגן די ציונים. והא ראיה ער איז געווארן בשלום מיט חב"ד און קלויזנבורג......!

מיר זעהט אויס פארקערט אז ער איז דער וואס האלט מהרא און די ראמען

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:46 pm
דורך [NAMELESS]
הק זעמל האט געשריבן:פאר צוויי יאר צירוק האט ער געשריבען און בלאט א פארזעצונג מיט די נאמען "איז די חוב טאקע אזוי קדש"

און טאקע דארטן איז די מאס צביעות זיינע אנגעקומען צו די העכסטע שטאפלן.
די געמיינהייט זיינע האט נישט געהאט קיין שום הצדקה!
סילוף לשם סילוף, ושקר לשם דרך ה'אמת'.

די עיקר חוצפה, אוועקצומאכן תלמידי חזו"א וואס האבן מעיד געווען דעתו הק', און אנשטאט דעם אנגענומען עדות'ן פון וואסער טרעגער, אבי צו 'כשר'ן' דעם חזו"א אז ער זאל האבן געהאלטן ווי סאטמארער רב, דאס האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים.

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, דער סאטמארער רבי איז אריין צום חזו''א און ביים רעדען האט ער געקרומט דער נאז אויפ'ן ח''ח זי''ע. וויבאלד דער חזו''א האט אויך געהאלטען ווי די אבות און רביים פון אונזער קאך לעפעל, האט ער אויפגעהערט צו רעדען מיט איהם און ער איז ארויס בפחי נפש.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
באמת איז רבי שמואל שלמה גארנישט שולדיג, ער דארף פרנסה האט ער גענומען א נושא וואס פארקויפט זיך און זיין קהלה פאר גוט געלט, אויב ברענגט ער דערפון פרנסה דאן בין איך מיט אים אינגאנצען, און איך פארדאם די אלע וואס זענען זיך מתחצף פון א חשובה נהנה מיגיע כפו.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:07 am
דורך yatzmachp
ער איז נעבעך נישט דער איינציגסטער. עס איז נישטא קיין איין געשריבן ווארט ביים קנאישן לאגער וואס מען קען זיך פארלאזן אז די היסטארי איז אמת. לאו דווקא ציונות. עס איז נישטא קיין איינער וואס וועט זיך וואגן צו שרייבן א גאנץ שטיקל היסטארי און מען זאל עם נישט ארויסשייגעצן און אסרן. כולל אין דעם איז היסטארישע בילדער אויב מען זעהט ח''ו א שאטן פון א מיידל בעיבי.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:31 am
דורך הק זעמל
האט איינער בעיסיק אינפא אויף אים? ווי אלט איז ער? וועמענס זון? ביי וועם האט ער געלערנט? פון ווי קומט ער?

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 1:02 am
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך ווייס נישט צו @בערל ליינט די בלאט. אבער טאמער יא גייט קומען אפאר זאפטיגע תגובות וכינויים אנטקעגן טעלער-ברעכן'ס סילופים

דער געוואגטער יונגל: יא. איך ליין דער בלאט א יעדע וואך. נאר רוב מאל האביך נישט קיין געדולד צו ליינען זיין געמויזעכץ. ער קייעט איבער ככלב שב על קיאו די זעלבע שטותים והבלים און שקרים. אויך איז ער פרעדיקטעבל. און איך האב א כלל. א שרייבער וואס איך קען שוין ביי די צווייטע שורה וויסן וואס ער גייט שרייבן און וועלכע לשונות ער גייט נוצן, ליין איך פשוט נישט. מיין בלוט פרעשור איז גענוג שטארק ארויפגעגאנגען ווען איך האב געליינט זיין רעבין'ס געפירקלאכץ. דער בלעם פונ'ם אידישן פאלק, סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. א קליינע דוגמא וואס דער דייטשער בלעם האט געשריבן. ביי די עראפלאן היידזשעקינג אין 1976, ווען די טעראריסטן פון די באדער-מיינהויף גענג אין דייטשלאנד,ימ"ש האבן פארכאפט און פארשלעפט אן עראפלאן קיין ענטעבע , אוגאנדא און געהאלטן די אידן געפאנגען, און די אידישע בחורים פון צה"ל זענען געגאנגען מיט מסירת נפש ראטעווען די אידן. האט דער אומפארשעמטער יונג, וואס איז זיכער מזרע עמלק, געשריבן אויף די אידישע סאלדאטן אז זיי זענען רוצחים, ווייל זיי האבן דערשאסן דעם שגץ און די שיקסע, די טעראריסטן. שרייבנדיג אז ..."די רוצחים פון די מדינת ישראל מיליטער האבן געהרג'ט אן אומשולדיגן מענטש וואס האט נישט געוואלט טון קיין שלעכטס פאר די אידן"... ווען איך האב דאס געליינט האביך געמוזט אוועקווארפן דעם שטיק טינופת בלעטל, דער איד...! און טעללער איז זיין תלמיד...!

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 1:03 am
דורך [NAMELESS]
הק זעמל האט געשריבן:האט איינער בעיסיק אינפא אויף אים? ווי אלט איז ער? וועמענס זון? ביי וועם האט ער געלערנט? פון ווי קומט ער?

שלום וברכה הרב זעמל, איך האב יעצט איבערגעקוקט דיין היסטארי דא און שטיבל, לויט דיינע תגובות און לייקס קוקט אויס ווי די ווייסט גאר גוט די תירוץ אויף דיין שאלה, מילא זעמיל מיר נישט ארום דא הייב אן שרייבן