בלאט 2 פון 2

Re: ערלי שבת

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 2:02 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
וואס איז די פראבלעים אז מ׳ טוט עס פאר באקוועמליכקייט? איך האב אייביג געוויסט אז שבת דארף זיין באקוועם. דאס איז די גאנצע מצוה פין שבת. זיין באקוועם

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:47 pm
דורך פריש וואסער
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז אין די זעלבע מקור ווי עס שטייט אז מזאל נישט מאכען קידוש צווישען 6 און 7, ווייל מזל מאדים איז שולט. שטייט אויך אז מ'זאל מקפיד זיין יא צו מאכן קידוש צווישן 5 און 6 ווייל מזל צדק איז דעמאלסט שולט. עי' מהרי"ל במנהגים הל' שבת.
אינטרעסאנט אז די עולם האט אנגענומען דברי מהרי"ל לחצאין, און אנשטאט וואס מ'זאל מאכן קידוש פריער ווי זעקסע, אזויווי דער מהרי"ל האט געוואלט, ווארט מען גאר ביז נאך זיבענע.

עטליכע עובדות בנוגע עירלי שבת:

דער מהרי"ל שרייבט אז זיין רבי פלעגט מאכן פרי שבת, און ער פלעגט גיין שפאצירן ביים טייך נאכן סעודה, ווען די זוהן האט נאך געשיינט.

אויפן אמרי חיים דערציילט מען:
"אוהב היה האמרי חיים זצ"ל להתפלל בעש"ק מוקדם מבעוד יום, והיה רגיל לספר כי החסיד ר' יודל עבר ז"ל התאחר פעם והגיע אל התורת חיים זצ"ל כשהוא הי' באמצע זמירות שבת. ר' יודל הספיק עוד ללכת למקוה ולהתפלל קבלת שבת מבעוד יום, כששאלו התו"ח מתי הגיע? ענהו בזמר מה ידידות, הפטיר התורת חיים אם כך היה עוד היום גדול. וסיים האמרי חיים: הוא "התורת חיים" אהב את השבת, היא היתה חיותו, ועל כן כה הזדרז להכנס לשבת.
ופעם הסביר זאת האמרי חיים, באמרו כי התורת חיים אהב יהודים והיה אוהב ישראל, והיות שכאשר הוא קיבל שבת קיבלו גם בשמים את השבת ואז הגיהנום נח מתבערתו, על כן קיבל את השבת מוקדם על מנת להוציא את היהודים המעונים מהגיהנום". (נר החיים)

אויפן ערוך השלחן דערציילט מען:
"על תקיפותו ברבנות מספרים שבבואו לנובוגרודוק הנהיג קבלת שבת מבעוד יום, ולמרות התנגדותם של בני קהילתו היה נוהג לבוא יחיד לבית הכנסת ביום הששי לאחר הצהרים, אוסף מנין של נערים, מקבל עמהם את השבת, ויוצא לסעודת קבלת שבת בעת שבני קהילתו באו לבית המדרש עם ערוב היום, וכך נהג עד שנאלצו בני הקהילה לקבל דעתו בענין זה”. (ספר זכרון לעיר באברויסק ח"א עמ' 291)

Re: ערלי שבת

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 6:08 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
פריש וואסער האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.


מ'זאגט נאך א ווארט, אז וויאזוי זעהט מען אויף איינעם וואס מאכט פרי שבת אויב ער מיינט טאקע מוסיף צוזיין מחול אל הקודש, אדער ער טוט עס סתם פאר זיין באקוועמליכקייט? אויב מוצאי שבת ציט ער אויך אריין מיטן שבת, זעט מען אז ער מיינט דעם שבת. דאס איז פשט: "המאחרים לצאת מן השבת", נאר דעמאלסט איז "וממהרים לבא". ודפח"ח.

ביידיוועי כרעד נישט פין ליידיגייערס וואס זיכען עפעס צו פטרן ביי מיין פאטער נעמנט די סעודה די זעלבע לאנג ווי מוואלט געדאוונט א האלבע שעה נאכן זמן. מפארברענגט לענגער מיט זמירות ותשבחות סתם שמוסעריין דברי תורה אמתדיגע געשמאק
אין פארשטייט זיך אז מוצאי שבת בענטשט מען 15 מינוט נאכן זמן

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:35 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה אז קיינער נעמט נישט די ווארט וועל איך עס נעמען ואע"פ שאיני כהן אבל מה אעשה שחברי אומרים לי עלה לדוכן

איך וועל נישט יעצט אריין גיין אין די פארצווייגטע נושא פון דאווענען "ערלי" מעריב אין די וואכן טעג , דאס איז א גרויס מחלוקת אין די ראשונים בין קהילת אשכנזים (רש"י שמתיר) וקהילת הספרדים ובין קהילת פרובנס , איך וועל זיך באציען צום נושא הנקרא כהיום "ערלי שבת" ,

תרתי דסתרי :

עס איז יעדען באקאנט די גמרא : רב צלי של שבת בערב שבת , אקיצור די גמ' קומט דארט צו אז עס איז תלוי במחלוקות ר' יהודה ורבנן ביז ווען מען מעג דאווענען מנחה ,

לפי"ז שרייבט דער מהרי"ץ גיאות (מובא בטור) אז אונז וואס אונז דאווענען מנחה ביז ביינאכט. טארן נישט דאווענען מעריב במוקדם אפילו במקום אונס . דמה נפשך איז עס זמן מעריב טאר מען נישט דאווענען מנחה ווידעראום איז עס נאך זמן מנחה טאר מען נישט דאווענען באותו זמן קבלת שבת. ומעריב (אינדערוואכן) ,

היתר :

למעשה שרייבט דער הייליגער בית יוסף אז דעת הרמב"ם והרא"ש איז אז ערב שבת איז יא מותר ,און ער לייגט נאך צו אז עס איז גאר א ענין להקדים תפילת ערבית ומביא הגמ' בשבת דף קי"ח א"ר יוסי יהא חלקי עם מכניסי שבת (ועיין תוס' שם דיכולין להתפלל מפלג המנחה ואילך)

דער שולחן ערוך פסק'ענט טאקע (בסימן רס"ז) אז עס איז מותר צו דאווענען קבלת שבת מפלג המנחה ואילך ,(דער טור האט געשריבן אז מען דארף געדענקן צו ליינען קרי"ש ווען עס איז שוין נאכט , למעשה צ"ע אז דער שו"ע איז נישט מעתיק דעם חלק)

טעמי ההיתר :

א. שרייבן די תלמידי רבינו יונה אז עס איז א מצוה להוסיף מחול על הקודש ,
ב. שרייבט דער מגן אברהם אז תפלת ערבית איז דאך קעגען איברים ופדרים שמתעכלין בלילה . און אין שבת איז דאך דאס אסור , לפי זה טאר מען גאר "נישט" דאווענען ביינאכט אזוי ווי אונז טוה מער !!

פסק "הרב" זצ"ל

דער שולחן ערוך הרב שרייבט : ונוהגים להקדים תפילת ערבית יותר מבימות החול ונכון הוא ,
ער זאגט נאך מער. אז אפילו אונז דאווענען נאך מנחה נאכן פלג המנחה ובפשטות וועט מעריב באותו זמן זיין תרתי דסתרי. אבער ערב שבת בין איך מיקל ווייל עס איז דא א מצוה להוסיף מחול על הקודש , אבער יענע ערב שבת וואס מען וויל דאווענען פרי זאל מען נישט דאווענען מנחה נאכן פלג המנחה !

מקילין טפי אפילו הם תרתי דסתרי

דער דר החיים איז גייט נאך א טריט ווייטער. און איז מיקל צו דאווענען מעריב אייביג אפילו עס איז תרתי דסתרי ,
און אין שערי תשובה ברענגט ער די ווערטער פונעם שלמי ציבור בשם האר"י הק' אז אלע דריי תפילות "דארפן" זיין ווי מער אריין אין טאג דווקא ! וממילא האט דער אר"י הקדוש אויך נישט חייש געוועזן לתרתי דסתרי ,
(למעשה ווי שטומט דאס מיט דעם אז דער אר"י הק' פלעגט דאווענען מנחה עם שקיעת החמה דווקא ! ??)

גדולי ישראל שקדמו תפלת ערבית אף לפני הפלג :

ר' אברהם טשעכענאווער זצ"ל האט נישט חייש געוועזן לתרתי דסתרי. זיין אייניקעל בסידרו צלותא דאברהם שרייבט אז זיין זיידע האט מקיל געווען. וכשחל יו"ט בער"ש האט ער אפילו געדאווענט פארן פלג המנחה..!
אויפן תורת חיים מקאסוב איז באוויסט אז בשעת קידוש פלעגט נאך אריין שיינען ניצוצי חמה אינעם בעכער..!
ר' שלמה'לע באבובער פלעגט פארציילן אז ביי זיין טאטען ר'בנציון זצ"ל אין די זומער פרייטאג'ס ובפרט אין קרעניץ (ווי ער איז געווען אויף אפרוה.) פלעגט ער דאווענען מעריב ווען עס איז נאך געווען גרויס טאג...! (אפשר א מקור צו מיקל זיין ווען מען גייט אויף וויקעישען...)

מה עושים כהיום :

למעשה היינט צוטאגס איז אינגאנצן בטל געווארן דעם "ערלי-שבת" פארן פלג המנחה !
און אין רוב קהילות דאווענט מען מעריב אינדערוואכן ביים צאת הכוכבים (כל אחד לפי זמנו) ערב שבת אבער זענען נאך דא וואס דאווענען פרי - אבער פארשטייט זיך נאכן פלג המנחה !

גדולים שעוררו להתפלל בזמנו הרגיל :

דער "רב" אין שו"ת שמועסט עס אויס ווען ער רעדט דארט ארום פונעם אכשר דרא לגבי סכינים מלוטשים (אחד מהסיבות הגדולות במחלוקת חסידים ומתנגדים היה על זה ) זאגט ער דארט אז עס זענען פארהאן צענדליגער הלכות וואס זענען געווען מחלוקת ראשונים ופוסקים אויף דעם. און אינזערע טאטעס האבן מיקל געווען אויף דעם אבער די היינטיגע זענען מחמיר כגון "חדש" "ותפלת ערבית בזמנו" !
דער של"ה הק' שרייבט שוין אויך אז במדינת פולין ואשכנז דאווענט מען טאקע פרי. אבער יש חבריא קדישא וואס דאווענען קבלת שבת בזמנו אזוי ווי איך האב געזען בעיר ואם בישראל פראג. ואשרי מי שמתחבר להם ! ובפרט בימי הספירה כדי צו ציילן ספירה בזמנו (מען קען נאך תשובה טון די וואך ...)
דער משנה ברורה שרייבט כעין זה אז רוב דאווענען כהיום בזמנו . ואשרי המתפלל מעריב בזמנו !
און אין ביאור הלכה ברענגט ער בשם הגר"א אז עס איז ענדערש צו דאווענען אפילו שבת ביחודית בזמנו דווקא ...!! (קוקט אויס ער נעמט אן די פסוק כי כל הגוים ערלי"ם ..)

הנהגה היוצא למעשה :

א ציבור וואס וויל דאווענען פרי זאל עס נישט זיין פארן פלג המנחה סיי בחול סיי ערב שבת , נאכן פלג איז שוין א חילוק צווישן וואכן און ער"ש. בימי החול זאל ער לכתחילה מחמיר זיין בזמן. און אויב נישט זאל ער דאווענען דעמאלדס און ליינען קרי"ש נאכן צאת הכוכבים , לויטן גר"א אבער. זאל ער דאווענען בזמנו אפילו ביחידות !
לגבי ערב שבת קען מען מקדים זיין נאכן פלג. אבער מנחה זאל מען זאל זיין פארן פלג , טאמער מנחה איז געווען שוין נאכן פלג זאל ער זיך משתדל זיין אז מעריב זאל זיין כאטש נאכן שקיעה וואס איז שוין בין השמשות , למעשה אויב איז עס אויף א מקום וואס מען פירט זיך צו דאווענען ביידע תפילות נאכן פלג פארן שקיעה איז נישט קיין פראבלעם דיש על מי לסמוך !

נישט פארגעסן :

די וואס דאווענען "ערלי-שבת" זאלן געדענקן [א] צו ליינען קריאת שמע ביינאכט , [ב] צו עסן א כזית חלה ביינאכט לכבוד שבת , [ג] די וואך , צו ציילן ספירה ווען עס איז שוין נאכט ,

Re: ערלי שבת

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:26 pm
דורך חאצקעל שניידער
זייער שיין אבער וואס מיינסטו מיטן פ׳ כי כל הגוים כו׳
און על פי קבלה ? כדענק אמאל לערנען וועגן דעם

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
פשוט א מליצת הפסוק. כי כל הגוים ערלי"ם..
גארנישט טיפער'ס ,

Re: ערלי שבת

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:43 pm
דורך חאצקעל שניידער
אה נישט געכאפט מל׳ ערלי שבת

Re: ערלי שבת

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:51 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
חאצקעל שניידער האט געשריבן:אה נישט געכאפט מל׳ ערלי שבת

כמעג צו ווארפן די אלע פסוקים פשעטליך
יעצט קאנפירמד משרייבט נישט אזוי ערלי מיט א "ע" משרייבט עס ארלי שבת

דוק ותשכח [emoji109]