בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:27 pm
דורך הוגה
אינטערעסאנט אז פונקט היינט וואקט מיין ארבייטער (א גוי) אריין אין מיין אפיס און רופט מיט פאטאס, ״וואס פארשטייט דען א איד?....״
א גוי קען אין א גרינעם דינסטאג עסן א געשמאקע געבראטענע לאבסטער פאר סאפער אראפגעשלינגען מיט א דערווארעמדע גלעזעל יין נסך...
א גוי קען וואטשען טעליוויזשאן זיבן טעג א וואך אויסגעצויגן אויפן קאוטש אין די אינטערוועש, ואין פוצה פה ומצפצף...
א גוי קען כאפן א טענצל בר יוחאי אין קלאב 356 טעג א יאר מיט זיין שיינע שכנ׳טע אן דארפן מורא האבן פאר הוז״ל רח״ל...
א גוי קען טונקען חלה אין חלב אן די דאגה פון מאכן א צייכן מיט די מעסער פארן מאכן א המוציא.....
א גוי קען עסן אום פסח מאשין מצות געמישט פון אריזאנע און לאנג איילענד ווייץ געבראקט און גע׳כפולה׳ט...
א גוי מעג גיין מיט שווארצע טייץ, און בעיזש טייץ, אן קיין סיעמס בשעת זיין ווייב דרייווט א קאר.....
וואס פארשטייט דען א איד?.....
איך פארשטיי אז דער אשכול איז אביסל שושן פורימ׳דיג געשריבן אבער ערענסט גערעדט, די גוי גייט אויס פאר קנאה ווייל ער האט נישט קיין תורה, קיין מצוות נאר 7, די גוי פארשטייט נישט צו א געשמאקע תיקון ליל שבועות אדער א טרויעריגע קינות לתשעה באב. וואס פארשטייט א גוי?
.
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:50 pm
דורך פלעין יודיש
הוגה האט געשריבן:
א גוי מעג גיין מיט שווארצע טייץ, און בעיזש טייץ, אן קיין סיעמס בשעת זיין ווייב דרייווט א קאר.....
איך זעה אז סקאאטש טעיפ האט דיר געברענגט הירהורים

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:10 pm
דורך שמעקעדיג
שוין פארראכטן.
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:25 pm
דורך מצטמק ויפה
זיך צוזאם נעמען די פיאות מיט די טלית אויפן פלייצע, נאכ'ן דאווענען; אה וואס פארשטייט א גוי?!
זונטאג נאכמיטאג הכנות; אה וואס פארשטייט א גוי?!
פסח'דיגע קעיקס און קאקיס; אה וואס פארשטייט א גוי?!
וואכנאכט פעקלעך; אה וואס פארשטייט א גוי?!
שווארצע קאווע ביי תיקון ליל שבועות; אה וואס פארשטייט א גוי?!
רעבעצין'ס טשיס קעיק; אה וואס פארשטייט א גוי?
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 6:02 pm
דורך שושן פורים
מצטמק ויפה האט געשריבן:
זונטאג נאכמיטאג הכנות; אה וואס פארשטייט א גוי?!
האלאו רעד נישט פון זונטאג נאכמיטאג הכנות . ווייל סגייט גיין מכות
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 6:12 pm
דורך שושן פורים
הוגה האט געשריבן:
איך פארשטיי אז דער אשכול איז אביסל שושן פורימ׳דיג געשריבן אבער ערענסט גערעדט, די גוי גייט אויס פאר קנאה ווייל ער האט נישט קיין תורה, קיין מצוות נאר 7, די גוי פארשטייט נישט צו א געשמאקע תיקון ליל שבועות אדער א טרויעריגע קינות לתשעה באב. וואס פארשטייט א גוי?
.
בעצם איז עס געשריבן געווארן שוועבנדיג צווישן שושן פורים און מוצאי יום כיפור, עס ליגט אסאך אמת אין דעם , אנגעהויבן האט זיך עס פון א אויסדרוק פון איינעם וואס האט באמת שטארק הנאה געהאט פון א מקוה , אבער צוביסלעך האט זיך עס איינגעגעסן ביים ציבור , און א שיינע חלק ציבור גלייבט באמת אין דעם , אבער די תוצאות זענען נישט גוט , וואס זאל א יונגל טון ווען ער גלייבט באמת אז די שטערקסטע הנאה אויפן כדור העולם איז א הייסע מקוה בצוותא , און דערנאך באגעגנט ער זיך מיט א בילד ווי א אינו בן ברית פארברענגט געשמאק מיט זיין הער נאר אין א פיינע האט טאב אדער דזשעקוזי און די וואסער איז אפילו קלין , מה יעשה הבן ולא יחטא?
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 9:43 pm
דורך George
לכאורה באזיכט אין א ווירטיאלע תפיסה...
שושן, האסט אויפגעברענגט א פארווייטאגטע נושא וואס כאב שוין אסאך געטראכט דערפון.
ס'שטייט אז מ'זאל נישט זאגן אויף חזיר אז איך האב עס נישט ליב, נאר פארקערט אז איך האב עס ליב והתורא אסרה.
היינט צו טאגס איז מען אינגאנצען נישט גורס דעם געדאנקען גאנג, מ'האקט אריין אין קינדער אז די גוים זענען עקעלדיג און גרויליק, אז זיי האבן גארנישט פון זייער לעבן, א.א.וו.
ווערט מען עלטער און מ'גייט ארויס טוהן ביזנעס מיט די עקעלדיגע גוים, מ'הייבט אהן געוואר צו ווערן אז זיי זענען גאנץ נארמאל אין נאך עניטיים אזוי אינטעליגענט ווי אונז, און ס'הייבט זיך אהן פרעגן קשיות צו נאך זאכן וואס מ'האט מיך איינגעבאבעלט זענען אינגאצען אזוי, ס'הייבט זיך אהן מיט א פיצא און ס'ענדיגט זיך ביי א...
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:05 pm
דורך מלא וגדוש
דזארדזש דו ברענגטס אויף א גוטע פוינט. און איך מיט נאך אנדערע וואס געבן נישט אזא חינוך זענען אבער סטאק ווען מ'וויל קויפן קינדער טעיפס און אלע וואס איך הער אויס רעדט א גאנצע צייט פון ''די טמא'נע גוים'' למשל אויפן פורים טעיפ וואס כ'האב געקויפט. לעצטענס האב איך געהערט א אפשערן טעיפ און ס'מיר שלעכט געווארן וואס ער רעדט דארט אז מ'דעקט צו מיט א טלית וועגן די טמנע גוים און נאך לשונות וואס אפילו ס'יז אמת קען מען עס נישט נוצן היינט פאר חינוך. מ'מוז טרעפן עפעס אן עצה
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:18 pm
דורך George
די טעיפס איז א ריכטיגע סעמפל וואס מ'פרעדיגט אין חדר א גאנצען טאג, איך זיץ מיט מיין ווייב בשעת די קינדער הערן טעיפס און פלעי רום און מיר שטוינען וואסארא בלשות מ'רעדט דארט צאם. די קינדער האבן עס ליעב סוי ס'גייט שוין מיט.
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
מענין לענין.. איך האב געהאט א מיטינג מיט א גוי אין מיין דייניג רום איין טאג, די קולות און פארצערייען פונעם טעיפ האט אים אינגאנצען צושאקלט. ער פרעגט מיר פ"וו הערט מען גרויסע שרייען אויף קינדער?! (א מדריך אין קעמפ...אויפן טעיפ)
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:33 pm
דורך George
די האסט אריין געברענגט אין א הייליגע יודישע שטוב א טמא'נע גרויסע גראבע שווארצע גוי? די פראסטער יונג...
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:29 am
דורך יואב
אז מ'האט שוין יא ארויפגעברענגט דעם ענין, איז כדי צו ציטירן א שמועס וואס כ'האב זיך בטעות אונטערגעהערט, ווי עטליכע אומגע'מל'טע זכרים טרייבן שפאס מיט גרויס סאטיספאקציע, איבער דעם "נארישן דזשיט" (כלשונם.) אידן, טאקע פון די יעניגע וועלכע זענען פארצייטנס גוט געוועזן אין שטענדיגע דעבאטעס איבער גאר כיטרע נושאים און מעגליכע רעטענישן, א שטייגער ווי א טיש ווערסעס א חזיר -- וואס איז אין דערמיט.
אזוי בתוך הדברים רופט זיך אן איין ערל מיט א שפאטישן טאן, צו די אנגעשפיצטע אויערן פון די ארומיגע כוליגאנעס: "זאלן ווען די אידן וויסן דעם געשמאק פון בועל זיין א געזאלבטן שפחה חרופה, הארט נאכן פארציקן א טאץ פיגול'דיגע גיד הנשה געקאכט אין מילך באשפריצטע נעגל וואסער מוצאי טענקסגיווינג באגלייט מיטן 'פענגווין טאנץ', וואלטן זיי שוין לאנג געוועזן ביים מוהל אפצונעמען דעם חתיכה".
הפנים, היוצא לנו מזה, הגם איך בין ווייט נישט מקנא דעם טמא'נעם גוי, האב איך דאך פארשטאנען דעמאלט, אז ס'איז פארט יא פארהאן עפעס זאכן צו וואס די חברה פארשטייען. "יש דברים בגוי". עפעס איז דא דארט, עפעס וואס וואלט זיי דאך יא אריינגעשלעפט אין ערנסטע קווענקלענישן בעפאר זיי וואלטן געמאכט אזא אימפאלסיווען, און סאמע גורל'דיגן באשלוס, אזש צו זיך לאזן פארשניידן א חתיכת בשר, אין אויסטויש פאר א חתיכת מאטיאש. אלזא, מיר וועלן בלייבן מיט די תחנון'לאזע שני וחמישי'ס, און פאנגעס קראצערייען במצולות מקוואות; און די גוים וועלן פארשטיין צו זאכן וואס פאר מיר אידן "אינטערסירט ניטעמאל". וויאזוי האט נאר קופערניקוס געפרעגט: "א טריסאם אויף א יאכט האסטו שוין פראבירט"?
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 6:51 am
דורך לאליפאפ
די הנאה פון קראצן און רייבן די פיס דארט צווישן די צוויי פינגערס ביז די אנדערע פיס טוט שוין וויי פון קראצן... (אפילו א בעל תשובה וועט דאס נישט פארשטיין)
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 2:49 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 2:57 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 3:09 pm
דורך איש עברי
לעצטנס געקויפט נייע שיך וואס דרוקט געפערליך, וואס פארשטיי איינער מיט גוטע שיך צו די הנאה וואס איך האב ביים עס אויסטאן ווען איך קום אריין אין שטוב
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 6:26 pm
דורך טיטאניק
אבער נאך אלעם וואלט איך מיר נישט געטוישט מיט דער גוי
וואס פארשטייט דען דער איד ווי גיט עס איז צי זיין א עכטע איד?
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 6:57 pm
דורך איש עברי
הרב טיטאניק קיינער וויל נישט דא ווערן קיין גוי, קיינער גייט נישט לויפן צוריקבעטן די ערלה, מען מיינט פשוט אז ס'איז זינלאז צו זיך אהערשטעלן כאילו מיר האבן ביידע וועלטן, ווען איינער זאל זאגן וואס פארשטייט א גוי צו א נשמת החרשנו, אבער צו א הייסע מקוה???
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 7:59 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:05 pm
דורך שמעקעדיג
בין איך משוגע אז איך גיי יא ניסלעך פאר א הייסן מקוה? כ'מיין איך דארף גארנישט צוגרייטן, איך קום אריין כשולחן הערוך, עס ברענט פיין, די וואסער איז העכער ווי יעדע דזשעקוזי, איך דארף מיך נישט אריינבייגן און אראפקניען, מען כאפט א פיינעם שמועסל, און די נשמה ווערט נאך ריין אויכעט... וואס קען זיין בעסער? די וועלט און יענע וועלט...
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
אפילו א דזשעקוזי אן א מחיצה?