בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:38 am
דורך בעריש
בילד

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:19 pm
דורך געוואלדיג
האסט דאס גענומען פון אוצר החכמה?

מען האט דאך אריבער געפירט די עצמות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:52 am
דורך ציבעלע-קיגל
חקרן האט געשריבן:עס קומט צו גיין שבועות, דער יארצייט פון דעם גראף פאטאצקי, הי"ד. איינע פון די מעשיות וואס מען דערציילט אויפן גראף איז, אז ער איז געווען אין וואטיקאן, דארט איז געווען איין טאג וואס דער פויפסט פלעגט זיך איינשפארן און עס פלעגט הייסן אז אין יענעם טאג גייט ער ארויף אין הימל. פאטאצקי האט משחד געווען דעם פויפסט'ס הויפט באדינער, אז ער זאל אים דערציילן איבער דעם אמת, צי דער פויפסט גייט טאקע ארויף אין הימל. דער באדינער האט אים דאן אנטפלעקט אז עס איז אלעס בלאף, דער פויפסט שפארט זיך איין, פרעסט און זויפט און טוט גארנישט, דאן דערציילט מען אז ער איז געווען אין הימל. ער האט אים אויך געזאגט, אז כלומר'שט הייסט עס אז דער פויפסט לעבט אין סגפנות, האט נישט הנאה פון דער וועלט, אבער עס איז ליגנט, ער פרעסט, פאפט און זויפט און מען פארקויפט פארן עולם לאקשן.

מיין פראגע דעריבער איז: איז אמת אז עס פלעגט זיין אזא לעגענדע אז דער פויפסט גייט טאקע ארויף אין הימל, אדער איז דאס בלויז פוסטע שטותים.

נאך א שאלה: איז פאראן א מעגליכקייט נאכצוקוקן, צי פאטאצקי איז בכלל אמאל געווען אין וואטיקאן? - דארף עס ערגעץ זיין פארשריבן צווישן די ארכיוון? - קען מען דאס ערגעץ נאכגיין?


דעם גאנצען חלק פון די מעשה איז בלאף. מען האט גענומען די מעשה פון פאטאצקי און מען האט צוגעלייגט אביסל זאלץ און פעפער.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 1:11 am
דורך יואליש
מיר ליגט אין קאפ אז אין די אוהל פון גר"א איז פארהאן איין ליגענדע שטיין פארן גראף פאטאצקי.

א וואך צוריק האב איך געזעהן א ספר תולדות פון, דאכט זיך, הרב בנימין ראבינאוויץ. האלב פון די ספר דרייט זיך ארום זיין אבסעסיע פון פארציילן די מעשה פון גראף פאטאצקי.

****

אין די 'מעלות' פון ווילנע פון יענע צייטן געפינען מיר אז אפי' אויב די מעשה איז בלויז די פאבריקאציע פון א שווינלער איז די זשאוק אויפן שרייבער, ממש ווי יענער וואס האט אויסגעפאפט לעמבערג אז זיין נאמען איז משה אנשטאט חיים.