בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:11 pm
דורך הבא ללמד
שש איך האף אז די גייסט נישט זיצען ביין ב"ד של מעלה, די ביסט צי שטרענג
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
קען זיין באופן כללי.
אבער דא? אויב האט ער - נישט נאר נואף געווען, נאר אויך - מאנס געווען אפאר פרויען, בין איך גארנישט קיין מחמיר. [און אפשר יא? כ'ווייס נישט וויאזוי גיהנום טעיסט. ס'דא א ראשית חכמה גיהנום און ס'איז דא אנדערע...].
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:33 pm
דורך הבא ללמד
קיינמאל נישט מאנס געווען ממש נאר געטיען אימאיידעלע זאכען
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך גלייב נישט די אלע מעשות אויף איהם (אקעיגען איהם) ,
לאצט איהם רוען במנוחה. היינט איז שוין דא גרעסערע פיש. היינט איז דא רעבנים וואס האבן געטוהן די אלעס וואס מען זאגט אויף איהם און נאך אסאך מער.
דאכט זיך מיר אז אויף וועם עס שמעקט דיר קויפסטו גאנץ גוט שמוץ...!
----------
אין מיינע אויגן איז ער געווען א גאליציאנע חזזזעעעררר ....!
(עס טוט אים אבער זיכער ביישטיין לטובה די פולע הרהורי תשובה וואס ער האט געברענגט !
און זאל ער זוכה זיין אראפ צו לייגן א "קארלבאך שטיקל" ביים מחול לצדיקים בעורו של לויתן...
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
וויטה אלל דו ריספעקט. די צדיקים ביים מחול. (לצים, טראכטס נישט וואס פארא מליצות מ'קען אלץ שרייבן...) זענען איהם מוחל אראפצולייגן דעם קארלבאך שטיקל...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:15 pm
דורך קאמענטירער
איך ווייס נישט צו די מעשה איז אמת, מדערציילט אז ר׳ אהרן קאטלער ז״ל האט אים געוואלט נעמען פאר אן איידעם אבער ער האט זיך אויס גענומען אז ער מוז אראפ לייגען די קעטאר און ר׳ שלמה האט נישט מסכים געווען.
די מעשה איז אמת? סשטימט מיט די יארען?
סקען גאר זיין אז ר׳ אהרן קאטלער האט בכלל נישט געהאט קיין טעכטער.....
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:11 pm
דורך איך אויך
מה זה קעטאר?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:15 pm
דורך וכדומה..
לכאורה מיינט ער GUITAR
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:40 pm
דורך הקטן
חברה, דער איד לעבט שוין נישט ס'איז זיכער נישט כדי צו רעדען בגנתו
ער האט אויך זייער אסך זכותים.
און הימעל רעכענט מען זיך אויך מיט וואס מען זאגט אין ק"ש (אזוי שטייט)
Re: וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:51 pm
דורך נולד מאוחר
כל האומר שלמה חטא אינו אלא טועה.
וואס איז דאס אנדערשט פון אלע גרויסע הייליגע תנך פיגערן וואס האבן געזינדיגט.
אז מאיז געזינט איז דא ריסקס פון זינדיגען. אז משנייט אפ די הענט קען מען נישט זינדיגן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:52 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ער האט דאך תשובה געטאן אויך. ניין? עפעס אזא מעשה איז דא
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:41 pm
דורך berlbalaguleh
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ער האט דאך תשובה געטאן אויך. ניין? עפעס אזא מעשה איז דא
אז ס'איז דא די אלע אנדערע מעשיות, איז דא די מעשה אויכעט...
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז ידוע די הערצה פון האדמו''ר מאמשינאוו צו ר' שלמה, און שמעתי אז ער גייט יערליך צו זיין קבר,
קען איינער מוסיף זיין אדער קאנפערמין? @אדנירם
נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:06 am
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:עס איז ידוע די הערצה פון האדמו''ר מאמשינאוו צו ר' שלמה, און שמעתי אז ער גייט יערליך צו זיין קבר,
קען איינער מוסיף זיין אדער קאנפערמין? @אדנירם
כבר נרמז בפתיחת האשכול על האמשינובי.
אכן יש הערצה גדולה, הגם שלא שמעתי שהולך על קברו.
געוויסע זאכן האב איך נאכגעהערט בשמו, מפי חסידים מקורבים, אבער צוליב זייער שטארקייט האב איך מורא עס אראפצוברענגען דא אהער איידער'ן עס קאנפירמען פון פריש.
אי"ה כאשר נגיע להאדמו"ר הנוכחי מאמשינוב באשכול המיוחד לכך [אם יתרבו הקוראים והלייקים...], וועט מען זיך אפשטעלן אביסל ביי דעם נקודה אויך.
נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:58 am
דורך מור וקציעה
עמעזאן האט געשריבן:עס איז ידוע די הערצה פון האדמו''ר מאמשינאוו צו ר' שלמה, און שמעתי אז ער גייט יערליך צו זיין קבר,
קען איינער מוסיף זיין אדער קאנפערמין? @אדנירם
רבי שלמה'לה עם יבלחט''א כ''ק אדמו''ר שליט''א
(כמדומה שרואין שם מאחורי האדמו''ר את הרב צבי מאיר זילברברג)
https://www.youtube.com/watch?v=0x8-wal9whw
נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 1:02 am
דורך [NAMELESS]
אני שמעתי כבר לפני כמה שנים, שהוא עושה השתתחות על קברו. וחסיד אמשינובי אמר לי פעם שבאמשינאוו, קרליבך נחשב לל"ו ניק. (יש לציין שבעצם אסור לעשות השתתחות, רק בקבר של אדם גדול.
נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 9:23 am
דורך הוגה
עמעזאן האט געשריבן:עס איז ידוע די הערצה פון האדמו''ר מאמשינאוו צו ר' שלמה, און שמעתי אז ער גייט יערליך צו זיין קבר,
קען איינער מוסיף זיין אדער קאנפערמין? @אדנירם
נישטא קיין הערצה און נישט קיין השתטחות על קברו, איר מאכט מיר אלע לאכן. רבי שלמה'לע איז אלץ געווען א מבקש. אין סאטמאר און אין בעלז וואלט מען אים קיינמאל נישט אריינגעלאזט. די אמשינוב'ער רבי מיט זיין אויסערגעווענטליכע אהבת ישראל וועט נישט רעדן אדער לאזן רעדן אויף קיין שום איד (מענטש) שבעולם אפילו אויף דער גרוע שבגרועים. און אוודאי וועט ער אים נישט אוועק שוקן. ממילא, ווען ער איז געקומען קיין אמשינוב האט מען אים אויפגענומען כאחד החסידים. ער האט געוואלט זינגען האט מען אים געלאזט זינגען. אבער פון דעם ביז הערצה, גיין צו זיין קבר וכדומה? איר מאכט מיר אלע לאכן. באלד וועט מען זאגן אז אמשינוב'ער רבי האט זיך געקוויטלט ביי אים.
.
נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 10:22 am
דורך יואליש
וואס טיט מען מיט ר' שלמה קארלבאך און כמו ר' ישראל נאגרא אדער וואס טיט מען מיט זיייערע ניגונים? די אשכול דיעלט מיט די פערזענליכקייט און נישט די ניגונים. כ'מיין אז די וועלכע פארהייליגען און מיטאלעזשייסן דעם עצם פיגור וועלן זיין טויב פון הערן קריקטיק און דאס איז א פראבלעם, ווייל פאר דיין הנאה צו האבן א פערפעקט אימעזש פונעם פיגור כדי דיין עקספעריענס מיט זיינע ניגונים זאל זיין פולקאם טוסטו בא'עוולה'ן אנדערע מענטשן וועלכע שפירן זיך פריש פארגוואלדיגט אז מ'פארלייקענט זייער צער.
פון קאבי ברייען, ביז ביל קאזבי, ביז דעוויד לעדערמאן, ביז שלמה קארלבאך ומעלין בקודש וחול, יעדער מענטש איז סעלפיש און קאמפלעצירט און עלול צו באגיין עוולות גרויסע און קליינע און ס'איז לעכערליך און סעלפיש עס צו פארלייקענען בלויז ווייל דער פערזענליכקייט איז געווארן צי גרויס און צי טייער צו פארשווארצן.
בנוגע צו מ'קען הנאה האבן פון די מענטשן'ס יצירה, פון נאצי פראדוקטן ביז קאמעדי ונגינה פון פערזענליכקייטן וועלכע האבן מצער געווען מענטשן וועלכע לעבן נאך, ווענד זיך אין די פאקט אויב ס'איז דא מענטשן וועלכע ווערן יעצט פאר'צערט דערפון. און דאס איז אסך געוואנדן צו מ'אפארלייקענט דעם וויקטעם'ס צער אדער מ'עקנאלעדזשעט עס. דאס הייסט א וויקטעם וועלכע זעהט זייער פארגוואלדיגער אויבנאן אדער אויפן סטעידזש שפירט אז דאס קומט אויפן חשבון פון פארלייקענען זייער געשיכטע,און דאס איז א פרישע רעיפ.
נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 10:43 am
דורך שושן פורים
איך אויך האט געשריבן:מה זה קעטאר?
קעטאר איז אן אראביש לענדל און כנראה האט הגר"א קאטלער נישט אנגענומען שיטת נטורי קרתא ודומיהם אבער ר שלמהלע מחמת זיין גרויס אהבה האט יא געוויזן הערצה צו די קוזינען. און ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט "פעמילי איז פעמילי "
נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 11:31 am
דורך איך אויך
נישט קיין שלעכטן פשעטל פאר שושן פורים.
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:33 am
דורך אייניקעל
לעניות דעתי איז די גאנצע מעשה אויסגעזויגן פון פינגער
די אלע קלעימס זענען באזירט אויף א 1998 ארטיקל אין א פעמעניסטישע מאגאזין וואס האט ערשיינט נאך זיין פטירה, אן קיין שום נעמען וואס זאל דינען אלץ עדות, זייט דעמאלטס ווערט די זעלבע ליגענט איבערגעקייט דורך איין פארריקטע פרוי אויף איר בלאג, ווען איך האב איר איינמאל געפרעגט היתכן פאר כמעט 20 יאר שוין און עס איז נאך קיין איין פרוי נישט ארויסגעקומען מיט א "ביי מיר האט עס פאסירט" נישט אויף ווידאוי און אפילו נישט אויף אודיאוי? זי איז געבליבן מיט די צונג אינדרויסן, אזש ס'הענגט נאך יעצט, איז ממילא בלייבט עס א שיינער למיחש מיהא בעי אבער גלייבן עס פארוואס עפעס??
Innocent until proven guilty איז א גילטיגע כלל סיי מצד תורה און סיי מצד חוק מדינה
זיין צדקות און מסירת נפש איז לאידך גיסא יא ברייט באקאנט און רעקאדירט איז ממילא נישט פארהאן קיין שום מאטיוואציע אנצונענעמן לשון הרע פון אפאר אנאנימע מרי נפש.
און אז מ'רעד שוין לאלו היודעים פלעגט ר' שלמה ארומהאלזן דעם ערגסטען פארחזרטער לייזיגער בן אדם וואס האט געשטונקן און שפייעכס גערינען פון מויל מיט די זעלבע מאס אהבה און שמחה ווי ער האט ארומגעהאלזט א מיידל
נישט אז עס איז אויסגעהאלטן ארומצוהאלזן פרעמדע מיידלעך אבער ס'איז נישט פאר אונז דן צו זיין!
צענדליגער און הונדערטער פון די מיידלעך האבן נישט עקספירענסט קיין ליבשאפט פאר יארן און זענען אדאנק דעם געווארן בעלי תשובות נאכדעם ווי ס'האט אויסגעקוקט אז סאיז פארפאלן אויף אייביג
ר' שלמה האט מפקיר געווען זיין אייגענע נשמה פאר עם ישראל מט אמתע מסירת נפש פאר די וואס קענען זיין היסטאריע מיט אן אמת, אז א יוד האט געדארפט געלד, א קאפל, א ציצית, אפאר תפילין האט ער תיכף ומיד עס אוועקגעגעבן בלי שום חשבונות, נישט אומזיסט האט דע אמשינאווער רבי געהאלטן פון אים עולמות והבן
דער ליבאוויטשער רבי זצל האט זייער נישט געהאלטן פון זיין דרך, כאטש ר' שלמה האט געהאלטן עולם ומלואו פון אים אלץ זיין רבי ומרה דרך האט ער געזעהן אז דא איז פארהאן א שרעקליכע בראך ביי עם ישראל קיינער געבט זיך נישט אפ מיטן מקרב זיין די אלע היפפיס די אלע אנטי-עסטעבלישמענט מענטשן במשך די 60 70 יארן, זעענדיג ווי טויזענטער יודישע נשמות פליען אראפ אין תהום ואין איש שם על לב האט ער אויפגעגעבן אויף זיין אייגענע עבודת השם און זיך אריינגעווארפען אין די ארבעט בכל לב ונפש
קומען רבי'לעך וואס זענען עוסק מיט מסירות נפש אין כבוד געלט מחלוקת ושנאת חנם און זיי פארשטייען אז דער קרלבך איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, גיוו מי עי ברעיק
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:36 am
דורך ציבעלע-קיגל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך גלייב נישט די אלע מעשות אויף איהם (אקעיגען איהם) ,
לאצט איהם רוען במנוחה. היינט איז שוין דא גרעסערע פיש. היינט איז דא רעבנים וואס האבן געטוהן די אלעס וואס מען זאגט אויף איהם און נאך אסאך מער.
דאכט זיך מיר אז אויף וועם עס שמעקט דיר קויפסטו גאנץ גוט שמוץ...!
----------
אין מיינע אויגן איז ער געווען א גאליציאנע חזזזעעעררר ....!
(עס טוט אים אבער זיכער ביישטיין לטובה די פולע הרהורי תשובה וואס ער האט געברענגט !
און זאל ער זוכה זיין אראפ צו לייגן א "קארלבאך שטיקל" ביים מחול לצדיקים בעורו של לויתן...
אבער אויב ער וואלט געגאנגען מיט א שטריימעל ? וועט ער יא זיין ביים מחול לצדיקים?
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 12:49 pm
דורך הקטן
אייניקעל האט געשריבן:קומען רבי'לעך וואס זענען עוסק מיט מסירות נפש אין כבוד געלט מחלוקת ושנאת חנם און זיי פארשטייען אז דער קרלבך איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, גיוו מי עי ברעיק
אן די גייסט פין ר' שלמה
נעם אראפ די ליין, מיין זיסע טייערע ברידער, און איך געב דיך א לייק