בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 6:02 pm
דורך שמעקעדיג
אויב האט איר א פראבלעם מיט מרבין בשמחה...

.

א געהעריגע הטוב והמטיב

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 8:56 am
דורך געוואלדיג
.

Re: ויבשר לנו בשורות טובות!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער האט אזוי לאנג געווארט אויף דעם. א ספר איבער קושען די מזוזה. ענדליך קען מען א ברכה מאכעןבילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 10:56 pm
דורך שמעקעדיג
פליז זאג מיר נישט אז דער 'נר נוסף בחנוכה' מיינט ער דעם בית יוסף'ס קשיא!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 12:23 am
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:פליז זאג מיר נישט אז דער 'נר נוסף בחנוכה' מיינט ער דעם בית יוסף'ס קשיא!


און גאר אויף דעם שרייבט ער ענין שלא דשו בהם רבים...

אויפ'ן מזוזה אפשר נישט, אבער אויף א טלית דאכצעך איז דא אסאך דשו בהם רבים, עט ליסט שמחת תורה ביי די הקפות נאך א גלעזעל לחיים...

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 10:24 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: א גרויסן יישר כח. תזכה למצוות וכל טוב סלה. איך ווארט שוין בכליון עיניים פאר זייער א לאנגע צייט אז עמיצער זאלל אויפמאכן אזא אשכול.
דאס דערמאנט מיך פון די אלטע גוטע צייטן ווען איך פלעג נאך צו ליינען דעם דער איד מיט גרויס התמדה. איז דארט געשטאנען כמעט א יעדע וואך מיט קידוש לבנה אותיות די (@אבטולמוס) פאלגענדע מודעה: "בשורה טובה"...האביך געמיינט אז משיח איז שוין געקומען. אדער אז ס'איז ארויסגעקומען א ניי ספר אויף סוגיות הש"ס....דערווייל האט זיך אויסגעלאזט אז די בשורה טובה איז געווען אז די פאשקעס טשאקאלאד קאמפעני איז ארויסגעקומען מיט א ניי שטיקל טשאקאלאד. אדער אז מהדרין איז ארויסגעקומען מיט א נייע מין אייזקריעם... :lol:

ס'איז גוט צו מאכן א שטיקל חזרה. נאר איך האב לעצטנס געהערט (אדער געליינט אין בלאט) גאר א גוטע בשורה. כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א מקר"י וועט אי"ה וויילן אין מאנטשעסטער. (און אפשר זיך אריבערכאפן קיין לאנדאן אויך, לבקשת הרבים). נאך פאר פסח דהאי שתא. מ'בעט דער עולם זאלל קומען מיט בגדי שבת ויו"ט לכבוד המאורע. דאס איז ממש הייליגע און לעכטיגע טעג.

ווען איך האב אנגעטון מיין שטריימל און בעקישע זיך גרייטנדיג צום קבלת פנים. פון רבי'ן שליט"א (מיין שרייב מאשין האט שוין נישט געניג טינט איבערצושרייבן אלע טיטלען), האט מיין יונגל מיך געפרעגט אויב מ'מעג פארן א קאר אדער אנצינדן א לייט.אויף מיין וואונדער, פארוואס ער פרעגט . האט ער מיר געענטפערט. אויב ס'איז הייליגע (און לעכטיגע) טעג. און מ'גייט אנגעטון שבת'דיג, איז דאך זיכער יום טוב...!